שאקינג: אהרונים לייגן טעראר אויף הגאון ר' מיכל זילבער
די אהרונים האבן די טעג א פרישע טעראר ציל, און דאסמאל הגאון הגדול ר' מיכל זילבער שליט"א.
ווי באקאנט האט לייבוש טייטלבוים פאבריצירט א געשיכטע אז ר' מיכל זילבער איז געפאלן פאר התפעלות פון דעם דזשיגאן ע"ה אהרן טייטלבוים, און געזאגט אז ר' זלמן לייב קען קוים אלף בית (..). די אהרונים, וועלכע האבן די מעשה אפגעקויפט מיט א תמימות, האבן זיך געגעבן א כאפ ארויף אז ס'דא א פרישער אהרוני אויפן מארקעט, ה"ה ר' מיכל זילבער. זענען זיי אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה, מ'וועט אויפשטעלן דעם גאון וגדול ר' מיכל רעדן פאליטיק ביים כ"א כסליו דינער. יא איר הערט גוט. ר' מיכל זילבער זאל רעדן פאליטיק. ער זאל פארציילן פאר די שטוהרן אז ר' אהרן איז א ת"ח און ר' זלמן לייב א עם הארץ.
די חלה דעקלעך האבן גלייך אריבערגעשיקט א חשוב'ע דעלעגאציע צו ר' מיכל, און אים געלאדענט צום דינער רעדן בשבחו פון אהרן און בגנות ר' זלמן לייב. ר' מיכל האט די דעלעגאציע ארויסגעווארפן פון שטוב, זאגענדיג אז זיי האבן די נישט ריכטיגע אדרעס און זיי זאלן גיין זיכן אנדערע מחרחרי ריב. די אהרונים האבן אבער דערווייל נישט אויפגעגעבן, און לויט ווי עס קומט קראנטע ידיעות האבן זיך די אהרונים ארויסגעלאזט אין א מאסיווע טעראר קאמפיין אויף ר' מיכל אז ער מוז קומען רעדן ביים דינער, און אויב נישט וועלן זיי פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז ער איז גארנישט דער "כלל ישראל'ס מגיד שיעור" מיט וואס זיי האבן אים באקרוינט.
דערווייל האט זיך ר' מיכל נישט געבראכן צום טעראר פון די אהרונים. וועל מיר זען ווער עס וועט אויספירן.
 |
|
|