כאפט א שמייכל אין זעהט זייער טיפיקעל זאלי פראפאנגאנדע (פיל מיט שקרים) וויאזי מ'האט געזאלט איינעמן וומ''ס
אט וואס זיי האבען געשריבן אין זייער זאלי פארום
וויכטיגע בקשה צו די גבאים פון קיט"ל ראדני
עס איז אפשר שוין שפעט אבער איך האב זיך יעצט דערוויסט דערוועגן דעריבער האב איך מיר יעצט אויפגעוועקט צו ברענגען אויפמערקזאמקייט.
די מעשה איז אזוי: יעצט ליינענדיג "דער איד" האב איך געזעהן א מעלדונג פון קהילה "תולדות אהרן" אז צדיק בא לעיר, די תולדות אהרן רבי פון ארץ ישראל וועט וויילן דעם שבת קודש אין וויליאמסבורג.
אייגנטליך איז דער חשובע תולדות אהרן רבי נישט דא דאס ערשטע מאל, ער איז דא יאר איין יאר אויס, פארט ארום פראווען שבתים אין ניו יארק רבתי והגלילות.
פאריאר און צוויי יאר צוריק האב איך געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצ"ק פונעם גרויסע צדיק די תולדות אהרן רבי ווען ער האט געוויילט אין וומסב"ג, אזוי אויך בין איך געווען ביי איינע פון די הויעכפונקטן פונעם געהויבענע שבת ווען ער האט געדאווענט אין דעם גרויסן סאטמארע ביהמ"ד אויף ראדני סטריט פרייטיג צונאכט.
דעם יאר וועל איך זיך בעז"ה אויך מסתופף זיין, נאר איין זאך וואס איך וויל בעטן די גבאים פונעם ביהמ"ד איז אז זיי זאלן זעהן צוצושטעלן מער פלאץ איבערהויפט מער סידורים פאר די פילע געסט וואס וועלן אקופירן דאס הייליגע סאטמארע ביהמ"ד וואס האט שוין זוכה געווען אריינצונעמען אין זיך אסאך אסאך גרויסע רבנים.
דאס יאר וועט [קען] די פראבלעם פון פלאץ און סידורים זיין פיל אויף א גרעסערע פארנעם פון די פריערדיגע יארן נעמענדיג אין באטראכט אז די תולדות אהרן רבי האט ווי געמאכט א "שבת פאר זיך", די סאטמארע רבי שליט"א איז געווען אויף אפרו יענע צייט, מילא זענען אסאך אידן וואס קריכן יעדע וואך ביז ראדני צו דאווענען נישט געקומען ווייל ווען זיי קומען איז עס נאר ווייל זיי ווילן דאווענען מיטן רבי (סאטמאר) שליט"א.
דעם שבת קודש פ' חיי שרה וועלן ביידע גרויסע רבנים דאווענען אינאיינעם אין דעם ביהמ"ד, אויך וועלן ווארשיינליך זיין געסט וואס וועלן שוין דא זיין אויף שבת קודש וואס זיי קומען מיטהאלטן די גרויסע שמחות התנאים בחצר הק' סאטמאר וואס וועט פארקומען דעם מוצאי שב"ק אין דעם ביהמ"ד, און דאס וועט דאך אויטאמאטיש פארשווערן דאס טרעפן א סידור און א פלאץ זיך אראפצוזעצן, {פארוואס לאכט איר?} במילא וויל איך דא יעצט אויפמערקזאם מאכן די גבאים דערוועגן.
גוט שבת!