אנשי שלומינו איבער ניו יארק ערווארטעט דעם מוצש"ק צום מעמד הכנסת ספר תורה רבתי לעילוי נשמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועט אריינגעגעבן ווערן אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א
גרויס שמחה והתרוממות הלב הערשט ביי די פילע טויזענטער אנשי שלומינו איבער ניו יארק, גרייטנדיג זיך מיט שפאנונג צום גרויסארטיגן מעמד הכנסת ספר תורה דעם מוצש"ק ווען עס וועט בעז"ה נתחנך ווערן די נייע ספר תורה המהודרת וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך די טויזנטער אנשי שלומינו לע"נ רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און וועט אריינגעגעבן ווערן אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
דער ציבור גרייט זיך צו מיט געהויבענע געפילן שפירנדיג דעם התקשרות און נאנטשאפט וואס דער רבי דער ברך משה זי"ע האט געהאט מיט עדת צאן מרעיתו במשך די 27 יאר פון ווען דער רבי ז"ל האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה נאך די הסתלקות פונעם הייליגן פעטער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע בשנת תשל"ט, און האט ממשיך געווען בהנהגת העדה הקדושה אויפשטעלנדיג א גאנצן דור פון יראים ושלמים חסידים ואנשי מעשה וואס זענען נתגדל געווארן תחת חסותו הק' צו אהבת תורה ויראת שמים וגמילות חסדים, ביז צו זיין הסתלקות אום כ"ו ניסן בשנת תשס"ו לפ"ק.
דער סדר המעמד
עס ווערן ערווארטעט פילע געסט פון אלע סאטמארע צענטערן איבער ניו יארק וואס וועלן קומען צו פארן אום מוצש"ק צו אנטייל נעמען אין דעם פייערליכן מעמד הכנסת ספר תורה, ווען רבינו שליט"א וועט ארויספירן די ספר תורה מביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג אויף 152 היוז סט.
די ספר תורה וועט געפירט ווערן פון היוז סטריט צו בעדפארד עוועניו, וואו מען וועט אריבערגיין העכער די הייוועי ביז צו וויליאמסבורג סטריט איסט, און פון דארט וועט מען אראפגיין גאנץ וויליאמסבורג סטריט ביז קענט עוועניו צום ביהמ"ד הגדול אויף 14 הופער סטריט, וואו דער רבי וועט אריינברענגען די נייע ספר תורה.
במשך דעם גאנצן וועג וועט די ספר תורה געפירט ווערן אונטער א הערליכע חופה כנהוג, און באגלייטונג פון אלופי אלפי ישראל, זקנים עם נערים, בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד שיחיו, וועלכע וועלן זיך משמח זיין בשמחת התורה בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות. און פארנט פונעם חופה וועלן זיין אויסגעשטעלט ספעציעלע גרויסע רינגען, וואו די טויזנטער בחורי חמד און פרחי החסידים וועלן טאנצן פאראויס מיט גרויס התלהבות כראוי לכבודה של תורה. און אין די זעלבע צייט וועלן די חשוב'ע רבנים ודיינים, כלי קודש וחשובי העדה, האבן דעם כבוד צו טאנצן מיט די ס"ת אונטער די חופה.
א באזונדערע סדר וועט צוגעשטעלט ווערן פאר די ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות אין די תלמוד תורה אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע מלמדים שיחיו, ווי אויך וועט פארטיילט ווערן ספעציעלע פענדלעך און פעקלעך פאר די קלענערע קינדער לכבוד דעם מעמד. אין א מערקווירדיגן שריט האט דער ועד הכנסת ספר תורה געמאלדן אז צוליב די גרויסע צאל קינדער בליעה"ר און כדי צו פארמיידן א סכנה ח"ו וועט מען טיילן פאר די קינדער עלעקטעראנישע פאקלען, פאר די זיכערהייט פון די קינדער בעז"ה.
עס זענען אריינגעלייגט געווארן שטארקע כוחות אהערצושטעלן דעם מעמד מיט א געוואלדיגן סדר למען גדרי הצניעות, צווישן אנדערע וועלן די פרויען בשום אופן נישט קענען אריינקומען אויף היוז סטריט, צוליב דעם געדרענג אויף היוז סטריט וואס איז א שמאלע גאס.
די גאסן פון בעדפארד עוועניו פון היוז סטריט ביז וויליאמסבורג סטריט איסט, ווי אויך די גאנצע גאס פון וויליאמסבורג סטריט פון בעדפארד עוועניו ביז קענט עוועניו וועט זייט אפגעטיילט מיט ספעציעלע בעריקאדן צווישן די מענער און פרויען, כדי צו פארמיידן תערובות ח"ו.
די ריקודין אין ביהמ"ד הגדול
איינס פון די הויכפונקטן ביים מעמד הכנסת ספר תורה וועט זיכער זיין בשעת דער רבי שליט"א וועט אריינפירן די ספר תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול דורך די גרויסע טויערן אויף קענט עוו. וואו דער רבי וועט אי"ה אפרעכטן די הייליגע ריקודין במעמד אלפי ישראל.
דער היכל ביהמ"ד וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף אן ענליכן אופן ווי ביי די געהויבענע הקפות אום שמח"ת, מיט לאנגע הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד, צו קענען פלאצירן די טויזנטער בעלי בתים, אברכים ובחורי חמד. עס וועט אויך זיין צוגעגרייט באזונדערע פארענטשעס פאר די קינדער אונטער די אויפזיכט פון די מלמדים שיחיו.
די סעודה לגומרה של תורה
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור וועט זיין צוגעשטעלט א סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודת ר"ח פאר'ן גאנצן ציבור אנ"ש לכבוד המאורע אינעם "בנין חי"ל הילמאן" אויף 13 הופער סט. צוליב ענגשאפט אין פלאץ וועט פאר די בחורים זיין צוערשט צוגעגרייט א סעודת מלוה מלכה אין "חדר עטרת יושע" און אין "חדר יחיאל מיכל". דערנאך וועלן די בחורים אריינקומען און פארנעמען די הויכשטאקיגע פארענטשעס אינעם היכל התורה.
די סעודה לרגל שמחת גומרה של תורה איז נתנדב געווארן דורך די חשוב'ע משפחת קאַסירער, לע"נ זייער אומפארגעסליכן טאטן הרה"ח ר' עזריאל ב"ר אליהו קאסירער ז"ל וועלכער איז געווען פון די קביעות'דיגע לומדים אין דעם סאטמארן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, און ער איז געווען באקאנט מיט זיין עבודת הקודש פון מעורר זיין דעם ציבור אויף א באשיידענעם אופן נישט מפסיק צו זיין בשיחה בטילה בשעת'ן לערנען און דאווענען, און היות זיין יארצייט געפאלט דעם שב"ק פ' תולדות האט יבלחט"א זיין חשוב'ע אלמנה תחי' און די בני המשפחה מקדיש געווען דעם זכות פון די סעודת מצוה לעילוי נשמתו.
די אלע וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט עסקנות צום מעמד הכנסת ספר תורה זאלן זיך ווענדן צו די חברי ועד כתיבת ספר תורה, הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו - גבאי ביהמ"ד הגדול, הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, און הרה"ח ר' שלום אליעזר פראנקעל הי"ו - גזבר הקהלה.
-וזאת התורה אשר שם משה לפני בני ישראל-
-ששו ושמחו בשמחת התורה כי היא לנו עוז ואורה-
•♦•