קען מיר איינער מסביר זיין די שטעלונג פין צד מהרז''ל?
דאס איז אמאל זיכער אז סתם רופן 311 צו מסר'ן א חבר איז נישטו קיין שום היתר
אבער ווי קען צד מהרז''ל שרייען דא מסירה ווען זיי זענען געזיצן טאג טעגליך אין גערופן 311 ביי יעדע בנין וואס צד מהר''א האט געבויט אין וויליאמסבורג? מיט וואס איז עס פאר זיי מותר אין פאר צד מהר''א אסור?
צווייטענס, לשיטתם אז זיי האבען ממילא א גילטיגע פערמיט, ווי קומט דא אריין מסירה? די בילדינג דעפארטמענט וועט ממילא זעהן אז עס איז סייווי דא א פערמיט, אויב עפעס זאל עס זיין טיפשות, אבער מסירה מאן דכר שמיה?
אז איך וועל רופן 311 אז דיין הויז האט א וועיקעט ארדער אין די בילדינג דעפארטמענט וועט אנקומען איז זיך איבערצייגן אז עס איז נישט אמת האב איך איינעם געמסרט?
קען מיר איינער מסביר זיין?
|
|