יהדות החרדית הצרופה אין ארה"ק ערווארטן בחרדת קודש ובהתרגשות עילאה כ"ק מרן רבינו שליט"א
אין די איצטיגע טעג הערשט א געהויבענעם שטימונג ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בארה"ק תו"ב, וועלכע זענען איינגעהילט אין א אויסערגעווענליכע התרגשות און חדוה דקדושה גרייטנדיג זיך בהכנה דרבה צום ערווארטעטע טאג ווען מ'וועט האבן די זכי' מלך ביפיו תחזינה עינינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה קומען צו פארן און וועט בהדרת קדשו מפאר זיין די גרויסע "סאטמארער חתונה" הממשמש ובא לטובה ולברכה.
דער רבי שליט"א וועט קומען צופארן מיט א גרויסע צאל נגידים און נדיבים בעם וועלכע זענען די עמודי התווך פון מוסדות יטב לב בארה"ק און שטייען צו הילף פאר'ן עקזיסטענץ פון די פארצווייגטע מוסדות אין ארץ ישראל, וואס אצינד אין דעם געלעגנהייט וועלן זיי האבן די זכי' צו זעהן מיט הנאה און קורת רוח דקדושה וואספארא ערליכע תורה פעסטונגען און הייליגע חינוך פארמאגט אט די הייליגע מוסדות, און אוודאי געוויס וועט דאס פאר זיי געבן א ווארימקייט אויף ווייטער צו שטיצן די הייליגע מסדות יטב לב מיט א יד רחבה ורוח נדיבה, אזויווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט פארגאנגענעם מוצאי שב"ק ביים מסיבה פון כולל עצי חיים אז די תכלית פון די נסיעה איז נאר צו מחזק די מוסדות און אנווארעמען די תומכי המוסדות אויף ווייטער.
אין לויף פון די געהויבענע באזוך איז ערווארטעט שיינע און באזונדערע געשעהנישן וואס יעדע איז א ספעציעלע שמחה און יו"ט פאר זיך, און האפנטליך וועט דאס בלייבן איינגעקריצט ביים ציבור תלמידים און חסידים און עס וועט איבערלאזן א רישומא קדישא אויף א לאנגע צייט.
ראשון למקראי קודש איז די גרויסארטיגע "שמחת הנישואין" וואו עס וועלן גיין אונטער די חופה בשעטו"מ החתן המופלג פרצע"ח הרב חנני' יו"ט ליפא מייזליש שליט"א זוהן פון הגה"צ פאר מקדושים רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת מהרי"ט, עב"ג הכלה המהוללה בת קדושים מרת נחמה פערל שתחי' טאכטער פון הגה"צ שלשלת היוחסין רבי יצחק דוד הורוביץ שליט"א אבד"ק ראצפערט-בראזיל.
די חתונה האט א באזונדערן באדייט ביי אנ"ש אין ב"ב האבנדי'ג די זכי' זיך מיטצופרייען אין די שמחת הנישואין בביתו נאוה פון דער באליבטער ראש ישיבה שליט"א וועלכער איז נפשם קשורה בנפשו בעבותות אהבה, ער זארגט פאר יעדן כלל ופרט ברוחניות ובגשמיות מיט אַ געוואלדיגע געטריישאפט, און ער איז משפיע חיות דקדושה פאר'ן גאנצן ציבור גרויס און קליין.
די שמחת נישואין וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן בקול רינה והמון חוגג קומענדיגן דינסטאג פרשת משפטים כ"א שבט הבעל"ט, אנגעהויבן מיטן קבלת פנים פאר'ן חתן וואס וועט פארקומען אינעם גרויסן ביהמ"ד אין שיכון קרית יואל, און דערנאך די געהויבענע מעמד החופה אינעם צענטער פונעם שיכון, און אזוי ווייטער די סעודת החתונה און דערנאך די ריקודין של מצוה און הייליגע מצוה טאנץ פונעם רבי'ן שליט"א מיט די חשוב'ע מחותנים שליט"א וועלכע וועלן פארקומען אינעם ריזן זאל "גני האצולה" אין פתח תקוה יצ"ו.
נאכדעם איז ערווארטעט די גרויסע "שבת שבע ברכות - שבת שקלים" במחיצתו פון מרן רבינו שליט"א, די שב"ק אנטשפרעכט צו זיין לעכטיג און געהויבן נועם הנשמות און עונג הרוחות, ביי אנשי שלומינו איז דאך באקאנט די שבת שקלים אלס ספעציעל געהויבענע שבת בצל הקודש, איז אצינד וועט דאס האבן א באזונדערע העכערע באדייט.
מוצאי שב"ק וועט אי"ה נאכפאלגן די פייערליכע "חגיגת הכנסת ספר תורה" וועלכע איז געשריבן געווארן דורך די בני הקהילה אין ב"ב לטובת נשמתו הבהיר פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, און עס וועט אריינגעגעבן ווערן אין די ביהמ"ד הגדול אין שיכון בקול רינה והמון חוגג, בראשות דעם רבי'ן שליט"א.
נאך די הכנסת ס"ת וועט אפגעראכטן ווערן א עלעגאנטע שבע ברכות און סעודת מלוה דמלכא וועלכע וועט דינען אלס מסיבת קבלת פנים און הכרת הטוב ספעציעל פאר די חשוב'ע געסט נגידים און נדיבים שליט"א תומכי המוסדות פון אויסלאנד.
גלייך נאך שבת וועלן נמשך ווערן די שיינע מאורעות אנגעהויבן פון זונטאג צופרי נאכ'ן דאווענען ווען דער רבי שליט"א וועט מחנך זיין די נייע פליגל אין ביהמ"ד אין שיכון וואו עס איז נארוואס פארטיג געווארן די נייע פראכטפולע "היכל התורה משה אריה" לטו"נ הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל גאב"ד ירושלים וועלכע איז נתנדב געווארן דורך זיינע געטרייע תלמידים הני תרי צנתרי דדהבא הרבני הנכבד מוה"ר אליעזר ווייס שליט"א מראה"ק אין קרית יואל, און זיין שוואגער הרבני הנכבד מוה"ר גרשון מענדל ניימאן שליט"א.
דערנאך אין די אוונט שעות וועט פארקומען די היסטארישע מסיבה "מעמד יובל השישים" ווי עס וועט ווערן אפגעצייכנט זעכציג יאהר פון די גרינדונג פון מוסדות סאטמאר אין ב"ב דורך כ"ק מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין שנת תשי"ב ביי זיין געהויבענע באזוך אין ארה"ק.
די מעמד וועט פארקומען אין א ספעציעל עלעגאנטן זאל רויאל-גארדן אין פתח תקוה יצ"ו מיט די באטייליגונג פון די ציבור תלמידים ידידים און אוהדים וועלכע זענען תומך די מוסדות הק', ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א וועלכע וועט באשיינען דעם מעמד און וועט משמיע זיין מדברותיו הק' לכבוד המאורע.
די קלימאקס פונעם רבי'ן שליט"א'ס באזוך וועט אי"ה זיין דינסטאג ביי די הייליגע "נסיעה למקומות הקדושים" אויף די קברי התנאים האמוראים און קדושי עליון וועלכע זענען אין גליל, די ציבור וועט מיטהאלטן די עבודת הקודש און הייליגע תפילות אויף די ציונים הק'.
אלס פאסיגע נעילת החג פון אזאלעכע פולע געהויבענע טעג וועט זיכער זיין דינסטאג אוונט ביים "שולחן הטהור אין מירון" וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן לרגל די הילולא רבא פון מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע, וואס דערמיט וועט זיך שליסן די ימים טובים בצל הקודש.
אצינד אין די וואכן ביז די ערווארטעטע טאג הערשט א רוחניות'דיגע גייסט פון הכנה דרבה לקראת די באזוך פונעם רבי'ן שליט"א, די בחורי חמד און ילדי התשב"ר זענען מקדיש סדרי לימוד התורה ברציפות ובתענית דיבור במשך צענדליגע שעות אלס פאסיגע מתנה פאר'ן רבי'ן שליט"א, אזוי אויך וועלן א טייל פון די מצויינים אין די ישיבה וועלכע זענען פון די משכימי קום לעבודת הבורא וועלן האבן די זכי' צו דאווענען מיטן רב'ין שליט"א די ערטשע תפילת שחרית ביים אנקומען אין ארה"ק.
גלייכצייטיג אין די בית חינוך לבנות הערשט אויך א שטארקע התעוררות זיך צו מחזק זיין אין עניני צניעות וכדומה לקראת די גרויסע טעג ווען מ'וועט האבן דעם נשיא אלוקים בתוכינו.
די ציבור תלמידים וחסידים נאמנים קוקן ארויס מיט גרויס האפענונג אז די באזוך פון רבי'ן שליט"א און די שמחה הרוממה זאל געקרוינט ווערן מיט כבוד און ערפאלג כראוי וכיאות לכבודו של מלך מאן מלכי רבנן, אַ שטאב פון ענערגישע עסקנים זיצן שוין וואכן לאנג אויסצוארבעטן פונקטליך אלע דעטאלן פון די שמחה.
אין די לעצטע טעג ווערן די ארבעט'ס איינגעטיילט געווארן צוווישן די עסקנים ווען יעדע קבוצה זארגט צו פארענדיגן זיין תפקיד אינעם עבודת הקודש, איין אפטיילונג באנעמט זיך מיטן אויפשטעל און אויסשטעל פונעם גיגאנטישן זאל פון די חתונה, א אנדערע אפטיילונג גיבט זיך אפ מיטן אויסשטעלן די מעמד החופה, א באזונדערע אפטיילונג זענען פארנומען מיט די מייסטער-ווערק ארבעט צו באצירן די ביהמ"ד און די שיכון ברוב פאר והדר כי חג ה' לנו, אזוי אויך זענען די רשמי רשוותא פארטהון צו פארענדיגן די ספעציעל גרויסע אויסגאבע פונעם רייכפולן גליון "קול התאחדותינו" וועלכע וועט ערשיינען לכבוד די שבת שבע ברכות.
אויף קומענדיגן זונטאג אוונט איז פאררופן געווארן א אסיפת עסקנים כללית וואו עס וועט אויף א ארגאניזירטן אופן אויסגעטיילט ווערן פונקטליכע תפקידים פאר אלע איבערגעגעבענע עסקנים אויסגעשטעלט מיט ראשי עסקנים אויף יעדן קבוצה און קבוצה וועלכע וועלן זארגן איש על מחנהו ועל דגלו אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט.
-צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל-
•♦•