וואס איז די א.ג. "כת השאלים" און וואס איז די מערכה?
איך זעה וואכן לאנג גייט שוין אן א מערכה אין ירושלים איבער א גרופע נשים וואס האבן זיך גענומען קליידן מיט מאדנע גאר פרומע קליידונג, ווי איך הער פירט די בד"ץ א מערכה דערקעגן, וואס איז די פראבלעם אז איינער איז צו פרום?
נשלח ב-25/11/2011 04:35
געהערט אז זיי זענען מוראדיג פרום בעיקר אין צניעות. און עס איז שוין אפאר מאל געקומען צו סכנות נפשות ממש. למשל ווען איינעם'ס קינד. א קליין מיידל האט זיך אפגעבריעט סכנהדיג. האט די מאמע נישט געלאזט הצלה (מענער) איר באהאנדלען. ווי אויך גייען זיי נישט אין שפיטאל ווען זיי האבן קינדער וכו' (אויב דו רעדסט פון די "בורקא'ס")
נשלח ב-28/11/2011 17:51
ווי כהאב געהערט פון מיינע סארסעס איז די פייט נישט וועגען שאלס אדער אנדערע מאדענע לבושים, נאר סאיז עפעס א ווינט ווי די ווייבער דארפען אנפייפען די מענער זיי טוהען אלעס אליינץ אן רשות אדער באשטמונג פון די מאן, אין דעס האלטען די בית דין איז א חרבן
נשלח ב-28/11/2011 21:49
אבער די פארשאלטענע פרומע פרעסע מאכט איין גרויסע טשאלענט אין פירט א שמוץ קאמפיין אנטקעגן די נשים צדקניות וואס גייען מיט די ערליכע אמאליגע 'שאל' לבוש וואס אונזער הייליגע באבעס זענען געגאנגען, נאר מחמת קושי הגלות איז עס פארגעסן געווארן פון אונז. די בד"ץ מוז ארויסקומען מיט א שטארקע הבהרה און זאגן אז זיי מיינען ח"ו נישט די הייליגע 'שאל' און מחזק זיין די
נשים צדקניות וואס גייען מיט דעם מיט מסירות נפש
דא האט איר באגעלייגט א קונטרס וואס ברענגט ארויס מפי ספרים ופוסקים די געוואלדיגע חשיבות פון