דערהויבען אין מלכות'דיג - העכער אלע שאצונגען
די שווערע טויזענטע חסידים ואנשי מעשה וואס האבען געטאנצען מיט די שותפות'דיגע ס''ת די גאנצע וועג פין ביתו נאווה קודש ביז גרויסען בית המדרש האט אויסגעקוקט באלד ווי די באגלייטן מוצאי יו''ט (בעפאר די רבי שליט''א האט עס מבטל געווען)
אפגערעדט אז דער ביהמ''ד איז נישט געווען אנגעגרייט פאר אזא ריזן ציבור בליעה''ר
אין דער עולם האט געמוזט שטיין אינדערמיט ארום די בלעמער אזווי ביי די סאטמערע הקפות
אשרי עין ראתה
פאר א זיסע נאכשפייז איז זיס צו הערן די זאליס שעלטן, וואס איין הכנסת ס''ת קען מיט זיי טוהן....
א שעה פאר'ן זמן זענען די קווינס בחורים ארומגעפארען אין וומ''ס צו ציילן די סיינס אין רייסן די פאוסטערס, (זיי האבען נאכנישט געוויסט אז ס'גייט נאר זיין 400 מענטשן..)
זיי האבען נאך עספיעט צו עפענען א עמערזשענסי אשכול מיט קללות אין טיפשוס בעפאר כניסת השבת אז ווען די פעיקערס וועלן דורכגיין אויף בעדפארד מוצש''ק זאלען זיי שנעל קענען טרעפן חיזוק וואס וועט זיי גרינגער מאכען אויפן מאגען...
אבער ס'קומט מוצש''ק די עכטע חסידים זענען נישט ציפרידן געווען האבען זיי שנעל געשיקט זייער שיק יונגעל זאל כאפען בילדער אין ביהמ''ד ווען די ציבור מיטן ס''ת זענען נאך געווען אויף בדעפארד עוו'
דער בחר'ל איז אנגעקומען אויף הופער אין ער האט זיך געמוזט ארויסרייסן נאך א האר פין זיי אויסגעפליקטע בארד
עס ווערט אים שווארץ פאר די אויגן טראץ וואס טויזענטער טאנצען נאך אין גאס זענען שוין מאסען אין גרויסן ביהמ''ד צו כאפען א פלאץ
דער חכם ווערט אבער ניטש פארלוירן אין איז מסביר פאר זיינע קעלבער אז דא טאנצט מען מיט די ספר תורה אין בית המדרש......
אין אלע קעלבעך זענען העפי.....
{זעהסט, געלעכטער
איך רעדט פין ענק, קענסט שרייבן נאך א תגובה..)