אנשי שלומינו נאך אלץ אונטער'ן רושם פון געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה לעילוי נשמת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
שטייענדיג עטליכע טעג נאך דעם געהויבענעם מעמד במקהלות רבבות בית ישראל איז דער ציבור נאך אלץ אונטער א טיפן איינדרוק פון דעם מעמד מרוגש ווען טויזענטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים האבן זיך מיטגעפרייט אינאיינעם ביי די שמחה של מצוה פון חינוך ספר תורה החדש וואס איז געשריבן געווארן בשותפות דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און איז אריינגעגעבן געווארן אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
במשך די לעצטע פאר טעג איידער דעם מעמד האבן זיך שוין אנגעזען די ווארימקייט וואס נעמט ארום דעם גאנצן עולם זייענדיג אזוי דבוק און מקושר אין רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וואס איז געווען ווי א טאטע פאר אונז אלע, און האט אזויפיל יארן משפיע געווען תורה ויראת שמים און ישועות ורפואות פאר'ן גאנצן ציבור, ביז צו זיין הסתלקות אום כ"ו ניסן בשנת תשס"ו לפ"ק.
דאס האט זיך ספעציעל ארויסגעוויזן ווען דער ציבור האט געשטראמט אין די מאסן זיך צו באטייליגן בגוף ובממון ביי די מעמדי כתיבת האותיות אין שטוב פון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א און אין די נאכפאלגענדע געלעגנהייטן פון כתיבת האותיות בביתם פון נדיבים ועסקנים.
אנגעהויבן פון 8:30 האט דער עולם אנגעהויבן צו שטראמען קיין היוז סטריט פארנט פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א, וואו עס איז שוין געשטאנען אויפגעשטעלט א הערליכע חופה לכבוד התורה און די מוזיק האט געשפילט פרייליכע ניגונים לכבוד המאורע.
דער צרכי ציבור טראק האט זיך געפונען ביים ווינקל פון בעדפארד עוועניו און וויליאמסבורג סטריט, פון וואו עס איז פארטיילט געווארן ספעציעלע פענדלעך און פעקלעך פאר די קלענערע קינדער לכבוד דעם מעמד,
אום 9:15 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און איז תיכף צוגעפארן לביתו נאוה קודש וואו עס האבן זיך שוין געפונען א צאל ראשי קהילה ואנשים מכובדים וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סומעס פאר די ספר תורה.
דאן האט דער סופר הרה"ח ר' יעקב הערש פערל הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה צום רבי'ן און דער רבי האט מסיים געווען די כתיבת הספר תורה שרייבנדיג די פיר אותיות פון זיין נאמען. אינדערצווישן ווי לאנג מען האט געווארט אז די טינט זאל זיך אויסטריקענען זענען די נדבנים דורכגעגאנגען אין א רייע אפצונעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א וואס האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים.
דערנאך איז הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א מכובד געווארן מיט הגבהת הספר תורה, און מיט גלילה איז מכובד געווארן חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א, און דאן האט די רבי שליט"א ארויפגעלייגט דעם כתר תורה. און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד וואו דער רבי איז געטאנצן עטליכע מינוט מיט די ספר תורה, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. צו טאנצן מיט די ספר תורה.
אום 9:45 האט רבינו שליט"א ארויסגעפירט די ספר תורה מביתו נאוה קודש ווערנדיג אנטפאנגען בשירה וזמרה דורך די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה וואס האבן געטאנצן אויפ'ן גאס לכבוד התורה. דער רבי שליט"א האט פערזענליך באגלייט די ספר תורה במשך די גאנצע וועג ווען די ספר תורה איז געפירט געווארן אין באגלייטונג פון אלופי אלפי ישראל, בעלי בתים אברכים און בחורי חמד שיחיו, וועלכע האבן זיך משמח געווען בשמחת התורה בשירה ובזמרה בתופים ובמחולות, טאנצנדיג פאראויס מיט גרויס התלהבות כראוי לכבודה של תורה. בשעת די תהלוכה זענען מכובד געווארן די חשוב'ע רבנים ודיינים, כלי קודש וחשובי העדה, צו טאנצן מיט די ס"ת אונטער די חופה.
א באזונדערע סדר איז צוגעשטעלט געווארן פאר די ילדי תשב"ר פון די עלטערע כיתות אין די תלמוד תורה וועלכע זענען געקומען צום מעמד אונטער די אויפזיכט פון די חשוב'ע מלמדים שיחיו און זיי זענען געגאנגען פאראויס פון דעם הכנסת ספר תורה טראק מיט פאקלען אין די האנט לכבודה של תורה.
די ספר תורה איז געפירט ווערן פון היוז סטריט צו בעדפארד עוועניו, וואו מען איז אריבערגעגאנגען העכער די הייוועי ביז צו וויליאמסבורג סטריט וועסט, און פון דארט איז די גאנצע פאמאליע אראפגעגאנגען גאנץ וויליאמסבורג סטריט ביז קענט עוועניו צום ביהמ"ד הגדול, עס איז גאר שטארק באגריסט געווארן דער געוואלדיגער סדר וואס איז אהערגעשטעלט געווארן למען גדרי הצניעות, ווען די גאסן פון בעדפארד עוועניו פון היוז סטריט ביז וויליאמסבורג סטריט וועסט, ווי אויך די גאנצע גאס פון וויליאמסבורג סטריט פון בעדפארד עוועניו ביז קענט עוועניו איז געווען אפגעטיילט מיט ספעציעלע בעריקאדן צווישן די מענער און פרויען, כדי צו פארמיידן תערובות ח"ו.
א מחזה הוד איז געווען בשעת דער רבי שליט"א האט אריינגעברענגט די ספר תורה אין היכל ביהמ"ד הגדול דורך די גרויסע טויערן אויף קענט עוו. ווען דער גאנצער ציבור איז אריין אין אן עקסטאז זיך דערמאנענדיג די זמנים ווען מען איז געטאנצן די הקפות בצל קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בהלו נרו על ראשינו, שפירנדיג אז נשמתו הקדושה געפונט זיך דא מיט אונז אין אזא געהויבענעם מעמד.
דער מעמד וועלכע איז אפגעראכטן געוארן בלויז אין א קורצע אפשניט נאך דעם הייליגן יו"ט שמחת תורה העעל"ט, האט טאקע ריכטיג אויסגעקוקט ווי הקפות שניות ווען דער ביהמ"ד איז געווען מקצה אל הקצה ארומגענומען מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס וואו די גאנצע עדה הקדושה האבן זיך געפריידט בשמחת התורה בשעת די מחול לצדיקים ווען רבינו שליט"א האט דורכגעפירט די הייליגע ריקודין של שמחה קרוב צו א האלבע שעה מיט די ספר תורה אין די האנט לע"נ אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דערנאך איז הגה"צ רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. שליט"א מכובד געווארן צו טאנצן מיט די ספר תורה, און דאן איז מכובד געווארן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו חבר הוועד כתיבת ספר תורה אריינצולייגן די ספר תורה להיכל הארון קודש. און דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות
תיכף נאך אמירת לדוד מזמור איז צוגעשטעלט געווארן די סעודת מלוה מלכה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א סעודת ר"ח פאר'ן גאנצן ציבור אנ"ש לכבוד המאורע אינעם "בנין חי"ל הילמאן" אויף 13 הופער סט. רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת מצוה לגומרה של תורה. נאכ'ן פארטיילן שריים און וואונטשן לחיים פאר'ן ציבור האט דער רבי מכבד געווען די משוררים צו זינגען די זמירות לכבוד מלוה מלכה.
דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א וועלכער האט מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברענגט די שמחה פון די בני קהילתינו הק' נאכ'ן פארענדיגן די ספר תורה לע"נ רביה"ק בעל ברך משה צו וועם אונזער ציבור איז געווען אזוי נאנט און מקושר. דערנאך האט ער זיך באדאנקט פאר די חברי ועד כתיבת ספר תורה וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט די עבודת הקודש במשך די לעצטע פאר יאר מיט גרויס איבערגעגעבנקייט.
דערנאך האט דער ציבור זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א, דער רבי האט צום ערשט אנגעהויבן מיט א שיינעם דרוש לכבוד המאורע, און דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען בענינא דיומא זיך באציענדיג אויפ'ן פסוק אין די וואכעדיגע סדרה ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ, האט דער רבי געזאגט אז מטל השמים גייט ארויף אויף די תורה וואס איז געגעבן געווארן פון הימל צו דער ערד, ומשמני הארץ גייט ארויף אויף די צדיקים פון דער ערד וואס גייען ארויף אין הימל, וואס ווען מען גיט אריין א ספר תורה לע"נ די צדיקים איז מען מקשר די ביידע ענינים און דערמיט איז מען זוכה צו די ברכה פון ויתן לך האלקים מטל השמים ומשמני הארץ.
נאך די דברות קודש האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א רב דקהילתינו הק' 15'טע עוו. מיט ברכת המזון.
-עליונים ששו ותחתונים עלזו-
•♦•