פרייליכע שטימונג ביי אנ"ש אין אנטווערפען לרגל די התמנות פון די מורי צדק דקהלתינו הק'
אויף א גאר געהויבענעם פארנעם איז נעכטן זונטאג פארגעקומען בהיכל בית מדרשינו אין אנטווערפען די מסיבת לחיים און התמנות פון די פריש אויפגענומענע מורי צדק דקהלתינו הק' ה"ה הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א בעמח"ס אור כי טוב, און הרה"ג שלשלת היוחסין ר' ליפא טייטלבוים שליט"א.
מיט וועלן אין די פאלגענדע שורות אראפגעבן א קורצן באריכט פונעם מעמד .
אין די באשטימטע שעה איז די היכל הביהמ"ד בליץ שנעל איבערגעפיהלט געווארן פון בני קהלתינו הק' ווי אויך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' ווען מען איז ב"ה מרחיב די גבולי הקדושה.
עקסטער האבן זיך אנגעזעהן אויפן ברייטן אויבנאן די חשובי רבני ודייני העיר שליט"א און די חשובע אדמורי"ם פון שטאט שליט"א דער פותח המעמד און יו"ר איז געווען מוה"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים און פאסיגע ווערטער איינגעלייטעט די מסיבה, און האט ארויפגערופן הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו מראשי קהלתינו הק' ער זאל איבערגעבן דעם דבר הקהלה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א ראש כוללינו און שווער פונעם מו"צ הרה"ג ר' מאיר שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע באדייט פונעם מעמד, און דאן האט אויפגעטראטן דער מו"צ הרה"ג ר' מאיר שליט"א וועלכער האט מיט דברים היוצאים מן הלב אראפגעלייגט דעם מעמד וואס איז בבחי' לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות אני נותן לכם, און האט געטייטשט פארשידענע פסוקים און מאמרי חז"ל בשייכות צו א התמנות.
דאן האט מען געהערט דב"ק פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א דורך אן הוק-אפ ווי דער רבי שליט"א האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מורי הוראה און פאר די הנהלת הקהלה אז עס זאל להגדיל תורה ולהאדירה.
דאן האט מען געהערט גאר התרגשות'דיגע ווערטער פון הרה"ג ר' חיים יצחק אייזיק טייטלבוים שליט"א אבד"ק סלאטפינא ב"פ און פאטער פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו לרגל דעם מעמד, און ארויסגעברענגט אז מיטן כח הציבור אינאיינעם מיט די זכות אבות פון די הייליגע זיידע'ס למעב"ק נבג"מ וועט בנו קענען מרבה זיין מיט הרבצת התורה במדה גדושה.
דערנאך האט מען געהערט א דרשה פונעם דיין הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל "ויען דוד" און שווער פון הרה"ג ר' ליפא שליט"א, וועלכער האט דערמאנט בתוה"ד וואס מען טרעפט אין גמ' אז א אמורא האט געזאגט "אני יחיד בנגעים ואהלות", און דער דיין שליט"א האט געזאגט אז ער קען זאגן אויף זיין איידעם דער ניי אויפגענומענער מו"צ שליט"א אז ער איז א יחיד אין הל' טהרה, און געזאגט אז כאטש כלום אב מעיד על בנו און חתנו כבנו, אבער ס'איז א מילתא דעבידי לגלויי וואס אלע רבנים וואס האבן איהם געגעבן הורמנא זענען געווען מלא התפעלות פון זיין געוואלדיגע קענטעניס.
דאן האט מען געהערט די דרשה פונעם מו"צ הרה"ג ר' ליפא שליט"א וועלכער האט מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברעגנט די באדייט פונעם התמנות, און אפעלירט דער ציבור זאל צוזאמען ארבייטן בשכם אחד להגדיל תורה ולהאדירה וואס דאן וועט מען בעז"ה גאר אסאך אויפטוהן. מיט דעם האט זיך געשלאסן די געהויבענע און היסטארישע מעמד, וואס איז נאך אלץ די געשפרעך פון טאג איבער די גאנצע שטאט.
-תשית לראשם עטרת פז-