וצויתי את ברכתי בשנה הששי"ת:
פרישע אויסברייטונגען אין סאַטמאַרער מוסדות אין וויליאַמסבורג ברענגט ברייטערע שטיצע צום דינער השנתי כ"א כסלו
וויליאמסבורג. – פונעם צענטראלן אפיס פון מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג ווערט געמאלדן, אז אין די לעצטע דריי וואכן זינט די עסקנים חשובים האבן אנגעהויבן ארומגיין קלאפן על פתחי נדיבים צום גאנצן סאטמארן ציבור, אויפצוטרייבן גרויסע נדבות אין בעפארברייטונג צום דינער השנתי כ"א כסלו הבעל"ט, דערקענט זיך היי-יאר א גאר ברייטע ווארימקייט ביים ציבור אנשי שלומינו, און א ריזן ציבור שליסט זיך אן מיט גאר ברייטע באשטייערונגען, צו זיין א שותף אין די צענדליגער טויזנטער שעות לימוד התורה וחינוך הבנים פון תשב"ר על טהרת הקודש.
אין אלע פליגלען פון די מוסדות ווערט אנגעצייגט אויף דעם פענעמענאלן וואוקס בליעה"ר, מיט פילע הונדערטער פרישע קינדער יעדעס יאר; אין אלע אפטיילונגען וואקסט דער צאל כיתות און קלאסן, וואס מאכט דעם מוסד פאר א 100% פראצענטיגן וואוקס בליעה"ר, און ועל כולם איז דער פאקט דערפרייענד אז דער סטאנדארט פון די מוסדות שטייט אויפן העכסטן שטאפל, פון ערליכע משפחות וועלכע זוכן אז די קינדער זאלן ארייקומען אין די הייליגע מוסדות צו באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך, שמן זית זך, דער חינוך הטהור מיסודו פון מרן רבינו הקדוש זי"ע בלי שום שינוי זוז כל שהוא.
כמדי שנה בשנה אין אזא צייט, רישט מען זיך מען אין גאר פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסארטיגן מעמד גדול ונשגב, מיט די מאסן השתתפות פון רבבות אלפי ישראל, חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים, בראשות גדולי תורה והוראה הרבנים הגאוה"צ שליט"א, ועל צבאם כ"ק מרן הגה"ק שליט"א, ווען עס קומען זיך צונויף אלפים ורבבות מישראל צו לויבן השי"ת אויף די גרויסע חסדים בימים ההם מיט די הצלה פון מרן רבינו הק' זי"ע בעל דברי יואל מיט זיבן און זעכציג יאר צוריק, און אויף די חסדים בזמן הזה ווען מ'איז זוכה צום זעקסטן יאר נאך די החזרת העטרה ליושנה אין די הייליגע סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג, און מ'זעט ווי דער כח הקדושה שטייגט אויף אזא מעכטיגן פארנעם, מיט א פיל-פאכיגן צאל בכמות, וואס קלאפט שוין היינט העכער זעקס טויזנט תלמידים ותלמידות כ"י בליעה"ר.
באזונדער האט די הנהלת המוסדות גענומען אויף א ספעציעלע מיסיע צוצושטעלן אויף היי-יאר א גאר ריזיגן פלאץ פארן גרויסן מעמד, נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט פארגאנגענעם יאר תשע"א אז דער "פולאסקי פארט קאמפלעקס" – כאטש זי איז געווען ממש 'גיגאנטיש' און ריזיג אין פלאץ מיט טויזנטער בענקלעך – איז געווען ממש צר מהכיל! דער אומגלויבליכער אנקומענדער ציבור האט פשוט נישט געהאט וואו זיך אנידערצוזעצן; דער מעכטיגער זאל איז געווען איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה פון רבבות אלפי ישראל, און ס'איז אויסער יעדן צווייפל אז מ'מוז זיין מוסיף והולך, אפירצוזוכן א פיל גרעסערן לאקאל צום היי-יעריגן מעמד וכינוס רבתי.
אין די פארגאנגענע וואכן האט די הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו טרעפן א פאסיג ארט פאר דעם געהויבענעם ליל ההודאה און יערליכער דינער, צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער אידן הנאספים לפונדק אחד. אין די גאר נאענטע טעג האפט מען צו מעלדן דעם ציבור איבער א מעכטיגן פלאץ פארן היי יעריגן כינוס הודאה כ"א כסלו, וואס וועט זיין צוגענגליך און גאר לייכט אנצוקומען, בעז"ה, און גאר ברייט און באקוועם צוגעשטעלט פאר די צענדליגער טויזנטער ערווארטעטע חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק.
ווי געווענליך אנטשפרעכט דער היי-יעריגער כינוס רבתי צו דינען אלס קוואל פון חיזוק ועידוד לתפארת עדת רבבות חסידי סאטמאר און די הונדערטער רבנים וראשי ישיבה שליט"א וועלכע ווערן ערווארטעט צום מעמד רבתי, און וועט געוויס מרומם זיין כבודו הקדוש פונעם בעל הנס, מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ווען אלפי רבבות פון תלמידיו וחסידיו קומען זיך צונויף מיט איין מטרה, צו מחזק זיין דעם מבצר התורה והיראה וואס ווערט געפירט לויט די הייליגע דרכים און השקפות וואס ער האט איינגעפלאנצט און איבערגעלאזט בירושת רוחניות, און הערן דעם דבר ה' ברמה מפום ממלל רברבן, ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
-פרטים יבואו-
•♦•