"ניו יאָרק סטעיט אַרמאָרי" בעדפאָרד עוו. פולקאָם צוגעגרייט צו אַקאָמאָדירן צענדליגער טויזנטער אנשי שלומינו היינטיגן מוצאי שב"ק צום צענטראַלן סעודת הודאה כ"א כסלו
"זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו". מיט פלאטערדיגע הערצער גרייטן זיך רבבות אלפי ישראל, תלמידי וחסידי סאטמאר, רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ראשי ישיבה און די תלמידים, דיינים ומורי צדק, זקני שארית עמך בית ישראל, הונדערטער געסט פון איבער גרעיטער ניו יארק און די ווייטע קאנאדע, אלפים תלמידים וחסידים וועלכע זענען נאך אויסגעוואקסן על ברכיו פון רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע, טייערע איידעלע אינגעלייט וועלכע זענען שוין אויסגעוואקסן על ברכי כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, תלמידים וחסידים וועלכע זענען דבוק להאי אילנא דחיי, דער אילן הגדול שצילו נוטה למרחוק, צדיק כתמר יפרח, כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א – צו דעם געהויבענעם מעמד רבתי אדיר ונשגב, די צענטראלע "סעודת הודאה כ"א כסלו", וואס וועט ווערן געפייערט היינטיגן מוצאי שב"ק פר' וישב, לס' "למען הציל אותו מידם להשיבו אל אביו", אינעם ריזיגן בנין "ניו יארק סטעיט ארמארי", וואס געפינט זיך אין שכינות פון די קראון הייטס געגנט, בראשות פון דעם רועה נאמן ושומר גחלת ישראל, מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
צו דער געהויבענער און היסטארישער מעמד ווערן ערווארטעט טויזנטער און טויזנטער אידן מרחבי ניו יארק רבתי און ארום, יראי ה' וחושבי שמו, תלמידים וחסידים וועלכע האבן געהאט א שייכות און קשר מיטן בעל הנס מרן הק' זי"ע, און האלטן זיך אומבויגזאם מיט די הייליגע שיטה פון התבדלות מרשעים, וועלן שטראמען בקול רינה ותודה המון חוגג זיך מתאחד צו זיין בהאי חבורתא קדישא, ביי דעם דערהויבענעם און פריידיגע געלעגנהייט, ווען עס ווערט געגעבן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די נסים ונפלאות וואס ער האט געטוהן מיט כלל ישראל מיט זיבן און זעכציג יאר צוריק, ביז צום היינטיגן טאג, "ועל החסד אשר אתה עתיד לעשות עמי", די ווייטערדיגע סייעתא דשמיא און השגחה עליונה, "אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו", מיט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, "ברוב עם הדרת מלך".
בראש פון דעם ריזן מעמד בקהל אלפים ורבבות, וועט זיך ציען א טאפעלטער אויבן אן, דער "פני המזרח", וואס וועט ווערן באשיינט בראשות גדולי תורה ומאורי הדור, מרנן ורבנן הגאונים הצדיקים המפורסמים שליט"א, וועלכע וועלן מכובד ווערן כערכם הרם, און צוגעבן מיט זייער אנוועזנהייט צו דעם געהויבענעם אווענט.
זה השלחן אשר לפני ה'
גאר באזונדער זענען די רגשי הודאה "חסדי ה' כי לא תמנו", צו לויבן און דאנקן השי"ת אויף די חסדים נגליים, נאכדעם וואס אנשי שלומינו אין ניו יארק לעבן-מיט די חסדי ה' מיט דעם "כתר שם טוב" פון די מוסדות הק', די צענטראלע מוסדות ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל, וואס איז געווארן אויפגעשטעלט פון דאסניי באלד נאך די הסתלקות לשמי מרום פון רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, ווען ס'איז געווען "עולם חשך בעדינו", די וועלט איז געווארן פינסטער, האט דער ריינער ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר זיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט זיין הייליגע ירושה אונטער די השפעה און הדרכה פון ממלא מקומו כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, און יעצט שטייט מען שוין ביים זעקסטן יאר, וצויתי את ברכת בשנה השישי"ת, מיט א ריכטיגע ברכה שלימה, אנגעפילט מיט א חינוך על טהרת הקודש אויפן העכסטן סטאנדארט ברוחניות.
כדי נישט צו פארגעסן פון די עיקר מטרה פון די נאכט, אויסצודריקן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די נסים ונפלאות וואס ער האט געטוהן מיטן גאנצן דור און מיט די קומענדיגע דורות מיט די הצלה פון רבינו הק' זי"ע, האט דער מנהיג העדה מרן שליט"א באשטימט אז דער גאנצער "טיש" אין לויף פונעם אווענט זאל זיין "כולו מוקדש לה'", בלויז מיט שירות ותשבחות און פאסיגע דברי תורה ודרשות מענינא דיומא, ביי וועלכן די אלפי תלמידים וחסידים וועלן האבן די זכי' צו זען מלך ביופיו יושב כמלך במסיבו בראש הציבור, וקהל אלפים בתלמידים הקרויים בנים זיצן כשתילי זתים סביב לשולחנו ונהנים מזיו השכינה, ביי דעם געהויבענעם מעמד, ווען עס שפירט זיך אין די לופטן דאס געהויבנקייט און לעכטיגקייט פון דעם מעמד, ווען מ'לויבט אויף די חסדים וואס השגחה עליונה האט מיט זעקס-און-זעכציג יאר צוריק געראטעוועט דעם רבן של כל ישראל, און מ'איז אריינגעטוהן אין א העכערע אטמאספערע פון שיר ושבח צו השי"ת אויף די נסים ונפלאות אשר עשה עמנו בימים ההם בזמן הזה.
ביים דעם געהויבענעם מעמד וועט מען האבן דעם כבוד צו הערן א דרשה פון כבוד הגה"צ אבד"דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער שטייט בראש הקהלה, און בנועם שפתיו וועט דער רב שליט"א ארויסברענגען דעם חובת ההודאה אין דעם געהויבענעם נאכט, און דער חיוב איבער החזקת התורה פאר די מוסדות הק'.
וצויתי את ברכתי בשנה השישי"ת
דער היי-יעריגער מעמד טראגט א ספעציעלן באדייט, זייענדיג אינעם אנהייב פונעם זעקסטן יאר נאך די התחדשות המוסדות הק' אין די עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואס דאס ברענגט הייליגע און אינערליכע געפילן ביי אלפי ישראל מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד נשגב.
יעצט, ווען מ'שטייט שוין אינעם זעקסטן יאר, ווען עס דערקענט זיך שוין די טייערע פירות פון דעם הערליכן חינוך נעץ, איז די ריכטיגע צייט ארויסצוגעבן א שבח והודאה צו השי"ת אויף די חסדים גדולים און סייעתא דשמיא וואס מ'האט געהאט מיט'ן אהערשטעלן דעם בנין אדיר ומפואר, די מוסדות הק', מיט אזא הצלחה און סוקסעס, וואס אויף דעם אלעם וועט מען לויבן און דאנקן דעם רבוש"ע במקהלות רבבות אלפי ישראל, היינטיגן מוצאי שב"ק בעז"ה.
בייגעלייגט זענען די מודעות און אנווייזונגען צום גרויסארטיגען מעמד.
-חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו-
•♦•