|
|
| נשלח ב-30/11/2011 05:03 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | די פעיקער, דער טשאדער מאכט היינט נאכט חתונה אין מאנסי, ווייסט פארוואס? ווייל דער מסדר קידושין דער זיידע דער מעליצער רבי שליט''א וואס איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין האט געזאגט אז ער וועט דארט מסדר קידושין זיין נאר מיט רשות פון מרא דאתרא רבי אהרן שליט''א האט מען עם געוויזן די טיר און משלח געווען, דאס מיינט ביי די בני יואל פרייהייט אויף סידור קידושין. |
|
האסט'ס זייער גוט ארויסגברענגט, יעדער נייער מסדר קידושין וועם מ'איז חייש ס'ער וויל מסדר קידושין זיין מיט רשות פונעם אומערוועלטן מושל בכיפה פארשיקט מען אים טאקע לחיים ולשלום ווי די שווארצע פעפער, אדער ברויך ער געבן א בריוו ווי ער איז מברר להלכה די רשות באבקעס, וואס נישט יעדער מענטש וואס האט א שטעלונג אפגעזען און וועלעכן שערורי' אויף וועלעכע צד איז שוין גרייט דאס צו ליפטערן אויך אויף א בריוו, כעניננו.
אבער מצידי בין איך נישט ברוגז אז דו ווייסט אז מעליצער רבי האט געפרעגט רשות, כ'בין אויך מסכים דאס אויף אלע חתונות פון די לעצטע צוויי יאר וואס מ'האט געטראגן אויף מאנסי איז ווייל מ'האט געבעטן רשות, נישט קיין שלעכטע חשבון...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:19 |
|
| |
ניין רעסלער, פרייהייט אויף סידור קידושין מיינט אז ביי יעדע חתונה אין קרית יואל וואס קומט פאר לויט די רצון פון די מחותנים און נישט מיט די געצווינגענע סידור קידושין פון די גבר אלם'ס, מאכט מען וואכען לאנג פאני קאולס מיט ניבול פה צו די מחותנים און חתן כלה, און מ'שרייט נאך די אויף די גאסען נייע געהייראטע קאפעלס מיט מיאוסע לאזונגען, [פיל מאל וועלען די איידעלע בחורים-טעראריסטען רופען די יונגע ווייבלעך ביי די ערשטע נעמען], און באווארפען די יונגע פארפעלקער מיט שטיינער און באטלעך, און המהדרין וועלען זיי שלאגען און שטויסען אויך, שעדיגעון די קארס און הייזער פון די מחותנים.. און איין מינוט שיעור פארגעסען נאך א שטארע אויסדריק פון פרייהייט, די פאשקעווילען מיט די נעמען און בילדער און טעלעפאן נומערען פון די מחותנים און קאפעלס צעווארפען אין די גאסען פון ווילידש. דאס הייסט פרייהייט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:26 |
|
| |
און פיר אויס, דעריבער איז אין חודש חשון געווען דארט 3 חתונות און אין מאנסי איז געווען 11 בני יואל חתונות, א ניצחון מוחץ...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 03:22 |
|
| |
איך האב זיכער געמיינט אז רעקאף גייט עס ענק נאך געבן אבער אזעלכע שלעק צי כאפן האט זיך קיינער פין קיין שום צד נישט גערישט
וואס דענקסטו ?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 18:41 |
|
| |
אויב איז טאקע אין חשון געווען "בלויז" 3 חתונות אן די געצווינגענע סידור קידושין, צו וואזשע פארפירט איר אזוי? פעלט דען אויס צו פירען אזא ערענסטע מערכה מיט אזא דורכפאל פון א זאל וואס האט חשון בלויז געהאט דריי חתונות? און פאר א זאל וואס האט אין די ערשטע יאר "בלויז" געהאט איבער 50 חתונות [טראץ אלע רשעות און טעראר] גייט מען פירען אזא "פעסטע" [מיאוס דורעכגעפאלענע] מערכה? פאר די נארישע זאל גייט מען מקריב זיין די ישיבה וואס מ'ארבעט שוין אפאר יאר אזוי שטארק צו פארדעקען זייער שלעכטע נאמען, און דא גייט מען זיי ברבים ווייטער אריינפירען אין שלאכט פעלד אז יעדער זאל וויסען וואס די בחורים על קברו טוען? אתמהה!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 19:53 |
|
| |
א זיס פשעטל, ס'איז דארט געווען בלויז דריי חתונות ווייל מען פירט א מערכה, ביז ווי לאנג אז אין מאנסי איז דא מער בני יואל חתונות פון תושבי קרית יואל ווי אין דעם טריפה'נעם האל, ארבייט די מערכה זייער גיט, די גאנצע וועלט ווייסט היינט צו זאגן אז דער מעליצער רבי שליט''א האט דארט בשום אופן נישט געוואלט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, אלזא!, ארבייט די מערכה גיט? יו בעטער בליעוו איט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 22:29 |
|
| |
מייז קעפעלע, קיינער האט נישט געזאגט פארוואס איז געווען אזויפיל אדער אזוי ווייניג חתונות אין די עטרת מאיר צבי זאל, ווי מ'קען ב"ה מאכען חתונות "פריי" אן קיין געצווינגענע סידור קידושין, דו האסט זייער ליב צו דרייען און מישען נוסח דער בלאטע
איך האב געפרעגט א קשיא, אויב איז עס טאקע אזא אומבאלימפעטע זאל אז ס'איז בלויז דא דארט אזוי ווייניג חתונות [ווי דו וואלסט געהאפט ס'זאל ווען נאר זיין], פארוואס לוינט זיך ענק זיך אזוי פארשמוצען ענקער פנים מיט א נארישע מערכה וואס האט "0" טשאנס צו מצליח זיין, ענק האבען נאר געוויזען מיט די מערכה וואס ענקערע בחורים מצויינים טוען אין ישיבה, און ווער ס'איז אמת'דיג אלע יארען געווען די שלעגערס און טעראריסטען האט זיך געלוינט פאר אזא אומגעלונגענע חתונה האל זיך אזוי צו פארשמירען די הענט???
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 00:51 |
|
| |
מיין תגובה איז זייער פשוט, אויב האט איר געפענט א זאל נאר כדי מען זאל נישט צווינגען צו נעמען א מסדר קידושין וואס איז נישט לויט דיין געשמאק, ווארום צווינגט איר צו נעמען א מסדר קידושין וואס איז נישט לויטן געשמאק פון די מחותנים, ביי אייך קען מען נישט נעמען א מסדר קידושין ווי למשל דעם מעליצער רבי, ווי דער לאנצהוטער רבי, ווי דער קאשויער רבי, טאמער וויל איינער נעמען א מסדר קידושין וואס איז נישט פון די דריי פיר פורצי גדר, ווארפט מען עהם לעזאזל, פארוואס ווען די אהרונים צווינגען הייסט דאס טעראר און ווען איר צווינגט הייסט דאס דעמאקראטיע, הפנים רוב בני יואל האבן די זעלבע קשיא און גייען פרייוויליג קיין מאנסי ווי מען קען נעמען סיי וועמען. די מערכה ארבייט אויסטערליש גיט,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 18:24 |
|
| |
אויב מעג איך אויך דא אריינווארפן מיינע צוויי צענט..
קודם כל, איז די מעשיות וואס דו ברענגסט שקר, איך האב אליין מברר ביי אפאר פון די מעשיות פורחות באויר וואס איר שיסט ארויס ביי יעדע צווייטע חתונה "אז יענער רב האט געארפט זיין, נאר די זאל האט זיי נישט געלאזט ווייל זיי ווילן טראכטן פון פרעגן רשות" וכדו', די זעלבע מיט די וואס האבן שוין מסדר געווען און די ארונישע שקרנים האבן ארויסגעלאזט פאלשע שמועות אז ס'איז כביכול געווען רשות, שקר גמור ומוחלט!
שנית, אויב זאל ווען זיין ווי דו ווילסט זאגן, אז מ'לאזט ביי בני יואל "יעדן" איינעם מסדר קידושין זיין, אויסער די יחידים וואס ווילן פרעגן רשות, פארשטייסטו אליין דעם חילוק צווישן פון די ארונישע זאל, וואו מ'איז געצווינגען צו נעמען פאר מסדר קידושין נאר איינעם (ספעציעל ווען די אידן זענען יארן געווארן געפייניגט דורך דעם "איינעם", און זיי האלטן דעם "איינעם" פאר א אפיקורס און נאך ערגער), און פון בני יואל, וואס (לויט דיין ווערסיע) לאזן זיי יעדן זיין מסדר קידושין, נאר נישט לאזן נעמען געוויסע געציילטע מענטשן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 19:05 |
|
| |
דער וויכטיג מאכער האט נישט קיין שכל פאר קיין צוויי צענט... קודם שרייבט ער שקר גמור, אז וואס איך שרייב איז בלויז פאלשע שמועות, אזוי? ס'איז פאלש? מען ווארפט נישט פון דארט קיין חתונות וואס דער מסדר קידושין האט בכוונה צו בעטן רשות?, פרעג נאר די אנפירער פונעם זאל, זיי לייקענען דאס נישט, זיי זאגן דאס אפן, דאס איז א תנאי ביים ארויסנעמען דעם זאל, און דאס וואס דו לייקענסט דאס איז נאר ווייל דו שעהמסט דיך דערמיט,
און דער שנית איז מעכטיג!, ווייל איך פארשטיי זייער גיט אז איר ווילט נישט אז מען זאל אייך צווינגען, איר גלייכט נישט דיקטאטארן, קיינער זאל אייך נישט איינטיילן ווען און וואס צו טון, בהפקירא ניחא ליה, איר גלייכט דעמאקראטיע, פרייהייט, דעריבער האט איר באשלאסן זיך אפצוטיילן און פראקלאמירן פרייהייט, יא? פארשטיי מיר זיך גיט? איז מיין פראגע אזוי, איז דאס פרייהייט? דאס איז דאך א קלארער פאקט אז דער טשאדער צדיק האט געלעכטצט חתונה צו מאכן אין דעם טריפה'נעם זאל, נאר וואס דען? דארט איז דא א זיידע וואס מצד הנימוס דארף מען עם געבן סידור קידושין, און דער זיידע וואס איז א ערליכער, ער איז נישט קיין אהרוני נישט קיין זאלוני סתם א ירא שמים, ער האט באשלאסן אז ער גייט דארט מסדר קידושין נאר ברשות המרא דאתרא, נו, וואס האט מען געטון? נישט געקיקט אז איין זיידע איז כ''ק אדמו''ר הקדוש מטשאדט, מען האט זיי געוויזן די טיר און פארשיקט לעזאזל, דאס איז דעמאקראטיע? דאס איז פרייהייט? אויף דעם האט איר געשטרעבט?, קען דארט רבי משה יודל מייזעלס נאכאמאל מסדר קידושין זיין? קען דארט מונקאטשער רבי מסדר קידושין זיין? קען דארט סקולענער רבי צו ר' אייזיק ספינקער מסדר קידושין זיין? דארט קען מען נאר נעמען א אויסגעשפראכענעם שונא, א אויסגעשפרעכענער בועט בתורת משה, איינער וואס דער פסק פון רבינו הקדוש זי''ע איז ביי עם חספא בעלמא, אויסער דעם טשאדטער, שארמאשער און דער גז''ל, און אפשר נאך איינער אדער צוויי קען מען דארט נישט נעמען, פון די הונדערטער אדמו''רי'ם רבנים, ראשי ישיבות און דיינים, קען מען קיינעם נישט נעמען, מחשש שמא וועט ער במחתרת בעטן רשות, דאס איז טעראר פון די ערשטע גראד, און נישט דאס איז געווען די כוונה פון די פרייהייט זיכער, און טאקע צוליב דעם איז דא אין מאנסי מער בני יואל חתונות ווי אין דעם געאסרטן זאל, די מערכה ארבייט ב''ה זייער גיט מיט די הילף פון אפאר עקסטרעמע לונעטיקס,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:28 |
|
| |
יא, יעדער רבי קען דארט מסדר קידושין זיין, פאפא בוהוש אדער מונקאטש, אויב איינער וויל דוקא דעם סבלן, באקומט ער אויך דעם "פרייען אויסוואל" האט ער א ברירה צו מאכן אין פאראדייס...
ווי איך הער פון א בני יואל, אז דעם סבלן לאזן זיי נישט זיין, ווייל ער איז א כופר, חוץ פון דעם איז יעדער בארעכטיגט, און ס'איז שוין אין פאקט געווען דארט מער ווי צען מסדרי קידושין, ס'וואלט געווען נאך פיל מער, נאר רוב רבנים זוכן נישט צו באקומען פאוני קאלס אדער "אבני חסד" אין פענסטער אריין דורך די מצויינים פון די מתיבתא..
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:47 |
|
| |
יא, יא, אין דעם געאסרטן האל קען יעדער מסדר קידושין זיין, נאר אויב ער הייסט ר' יואל מארגענשטערן, ר' מאיר יודא טענענבוים אדער ר' זלמן טייטלבוים, און אפשר ר' כעזקל גאלד און דעדסאיט!, אין פאראדייס איז שוין געווען מער מסדרי קידושין א חוץ רבי אהרן ווי אין דעם פרייוויליגן דעמאקרטישער זאל פון בני יואל, נאר דער חילוק איז אז אין פאראדייס זענען די אלע מסדרי קידושין געווען מיט רשות המרא דאתרא, און ביי די בני יואל פון די 10 מסדרי קידושין זענען נאר 6 געווען ברשות און זיי זענען טאקע פארבאטן לעולם ועד דארט מסדר קידושין זיין, א פאנישמענט פאר דעם גרויסן חטא, נאר די פאר בועטים בתורת משה, נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און דעריבער איז די גרויסע טשאדטער חתונה געווען אין מאנסי, און לעת עתה הייסט עס אז דער הייליגער שארמאשער דארף אויך נעמען דעם וואנדער שטעקן קיין מאנסי צו די חתונה פון זיין אייניקל, אבער דאס איז נאך אינמיטן דעוועלאפן, נזכה ונחי' ונראה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 22:19 |
|
| |
ר' כעזקל גאלד? איך פארשטיי דיין פארלוירענע ענטפער, דו האסט אונז ממש ערלעדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 22:38 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | יא, יא, אין דעם געאסרטן האל ווער האט דאס גע'אסרט? איין פעיראלל דיין הייסט א איסור? קען יעדער מסדר קידושין זיין, נאר אויב ער הייסט ר' יואל מארגענשטערן, ר' מאיר יודא טענענבוים אדער ר' זלמן טייטלבוים, און אפשר ר' כעזקל גאלד נעבעכדיגער ארוני וואס דו ביסט.. און דעדסאיט!, אזוי? דעסטאיט? אויף ענקערע נארישע פאשקעווילען איז שוין געווען פיל מער נעמען ווי דאס, נאר אזוי ווי ליגענט איז א חלק פון ענקער חיות און לופט צו אטעמען וועסטו משקר זיין אפילו במילתא דגלויי אין פאראדייס איז שוין געווען מער מסדרי קידושין א חוץ רבי אהרן ווי אין דעם פרייוויליגן דעמאקרטישער זאל פון בני יואל, נאך א ליגענט!! אין די אלע יארען איז דא איין איינציגער מסדר קידושין! דער וואס האט נעבעך געמיינט אז ער איז מרא דאתרא! חוץ ווען ער איז געווען אויף וויקאציע אפאר מאל א יאר, אין אויסנאמס ווען ס'איז געווען א זיידע א חשובער רב אדער פעטער וכדומה און מ'האט שוין ארויסגעקוועטשט און גענומען רשות, פלעגט דער חצוף קענען אנקומען מיט זיין בעכער און פלעשל וויין און צולויפען צונעמען די ברכות!! נאר דער חילוק איז אז אין פאראדייס זענען די אלע מסדרי קידושין געווען מיט רשות המרא דאתרא, עיין לעיל און ביי די בני יואל פון די 10 מסדרי קידושין זענען נאר 6 געווען ברשות און זיי זענען טאקע פארבאטן לעולם ועד דארט מסדר קידושין זיין, א פאנישמענט פאר דעם גרויסן חטא, שקר ווי די נאכט!! דערווייל איז דא איין אייציגער מסדר קידושין וואס איז א מחלוקת צו עפעס א פעטער האט געבעטען רשות ביים מרה וחצינא, ווייל דער פעטער האט מורא געהאט פון שטיינער און פאשקעווילע, ווי די משפחה זאגט איז אבסאלוט נישט געוועזען קיין רעדע פון רשות!ן נאר די פאר בועטים בתורת משה,אין וועמענס תורה? דו לץ איינער! נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און דעריבער איז די גרויסע טשאדטער חתונה געווען אין מאנסי, און לעת עתה הייסט עס אז דער הייליגער שארמאשער דארף אויך נעמען דעם וואנדער שטעקן קיין מאנסי צו די חתונה פון זיין אייניקל, אבער דאס איז נאך אינמיטן דעוועלאפן, נזכה ונחי' ונראה. אזוי הייסט עס? שקר נאמבער 1761 |
|
איין זאך איז א קלארער פאקט וואס פליקט ענק אין פנים! , אז טראץ ענקער טעראר, שלעק, פאני קאללס, און פלייץ פון נארישע גרויליגע פאשקעווילען און אומגעהויערער דרוק וואס מ'לייגט פאר יעדע איינציגסטע חתונה אויף די מחותנים, זיידעס, חתן כלה אליין, און פעטערס און קרובים באזינדער, און מיט דעם אלעם האלט מען שוין מיט מזל וברכה ביי נאנט צו זעכציג חתונות מיט 10 מסדרי קידושין אין די קורצע צייט!!
און אפילו אויב זאל נאר זיין 5 חתונות, איז דא מקויים געווארען א פאקט אז ווער ס'וויל קען דא חתונה מאכען און נישט נעמען דעם אנס וגבר אלם פאר מסדר קידושין! און מער פון אלעס, ס'איז נתגלה געווארן אז ס'איז אין דעם שטאט נישטא דער בעלאני פון "מרה דאתרא"!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 02:20 |
|
| |
| RESTLER כתב: |  | | יא, יא, אין דעם געאסרטן האל קען יעדער מסדר קידושין זיין, נאר אויב ער הייסט ר' יואל מארגענשטערן, ר' מאיר יודא טענענבוים אדער ר' זלמן טייטלבוים, און אפשר ר' כעזקל גאלד און דעדסאיט!, אין פאראדייס איז שוין געווען מער מסדרי קידושין א חוץ רבי אהרן ווי אין דעם פרייוויליגן דעמאקרטישער זאל פון בני יואל, נאר דער חילוק איז אז אין פאראדייס זענען די אלע מסדרי קידושין געווען מיט רשות המרא דאתרא, און ביי די בני יואל פון די 10 מסדרי קידושין זענען נאר 6 געווען ברשות און זיי זענען טאקע פארבאטן לעולם ועד דארט מסדר קידושין זיין, א פאנישמענט פאר דעם גרויסן חטא, נאר די פאר בועטים בתורת משה, נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און דעריבער איז די גרויסע טשאדטער חתונה געווען אין מאנסי, און לעת עתה הייסט עס אז דער הייליגער שארמאשער דארף אויך נעמען דעם וואנדער שטעקן קיין מאנסי צו די חתונה פון זיין אייניקל, אבער דאס איז נאך אינמיטן דעוועלאפן, נזכה ונחי' ונראה. |
|
מר רעסטלער :
לא תעמוד על דם רעיך, רשעות האט אויך א גבול. ביטע ביטע נישט שרייבען ר כעזקל, ס'איז מער ווי אונזערע כוחות קענען דערהייבען. אזוי איך וויל איך בעטן פון אלע ארוינשע שרייבער'ס, בשו"א נישט שרייבען זרילע, וויגדור, וויטשעס, וכו' וכו', אמת מיר קריגען זיך אין מיינוג, אבער אלעס האט א גבול. געונוג איז גענוג !!!
|
|
|
|
|