בית פורומים אידישע געדאנק

די חלה דעקלעך פייערן שוין ווייטער זיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2011 04:18 לינק ישיר 

[quote]
יא, יא, אין דעם געאסרטן האל ווער האט דאס גע'אסרט? איין פעיראלל דיין הייסט א איסור?  - דאס האט געאסרט די תורה הקדושה! דאס האט געאסרט דער רבי זי''ע דער מייסד פון שטעטל, און יא! דאס האט געאסרט דער דיין וואס רבינו הקדוש דער מייסד פון שטעטל האט עם ממנה געווען להורות ולדון און זיין פסק איז אייך אלע מחייב! - קען יעדער מסדר קידושין זיין, נאר אויב ער הייסט ר' יואל מארגענשטערן, ר' מאיר יודא טענענבוים אדער ר' זלמן טייטלבוים, און אפשר ר' כעזקל גאלד   נעבעכדיגער ארוני וואס דו ביסט.. און דעדסאיט!, אזוי? דעסטאיט? אויף ענקערע נארישע פאשקעווילען איז שוין געווען פיל מער נעמען ווי דאס, נאר אזוי ווי ליגענט איז א חלק פון ענקער חיות און לופט צו אטעמען וועסטו משקר זיין אפילו במילתא דגלויי  - אין אונזערע מחאות איז נישט געווען דער סקולענער רבי, און נישט דער טאשער רבי, נישט קאסעווער רבי, נישט תולדות אברהם יצחק רבי, צו תולדות אהרן רבי, נישט מונקאטשער רבי און נישט פאפער רבי, נישט מעליצער רבי און נישט נאסעדער רבי, נישט קאשויער רבי און נישט וויזניצער רבי, ניין! קיין איין רב, רבי, דיין, ראש ישיבה, איז נאך דארט נישט געווען מסדר קידושין זיין אויסער די פאר בועטים בתורת משה ובתורת רבינו זי''ע -  אין פאראדייס איז שוין געווען מער מסדרי קידושין א חוץ רבי אהרן ווי אין דעם פרייוויליגן דעמאקרטישער זאל פון בני יואל, נאך א ליגענט!! אין די אלע יארען איז דא איין איינציגער מסדר קידושין! דער וואס האט נעבעך געמיינט אז ער איז מרא דאתרא! חוץ ווען ער איז געווען אויף וויקאציע אפאר מאל א יאר, אין אויסנאמס ווען ס'איז געווען א זיידע א חשובער רב אדער פעטער וכדומה און מ'האט שוין ארויסגעקוועטשט און גענומען רשות, פלעגט דער חצוף קענען אנקומען מיט זיין בעכער און פלעשל וויין און צולויפען צונעמען די ברכות!! - און פאראדייס האבן שוין מסדר קידושין געווען ר' ישראל חיים מנשה, ר' נתן יוסף מייזעלס, ר' חנוך שלום גליק, דער נאסעדער רב, און נאך צענדליגע רבנים ודיינים, און על פי רוב איז דאס געווען בפניו פון קרית יואל'ער רב  וואס ער האט זיי מכבד געווען - נאר דער חילוק איז אז אין פאראדייס זענען די אלע מסדרי קידושין געווען מיט רשות המרא דאתרא, עיין לעיל און ביי די בני יואל פון די 10 מסדרי קידושין זענען נאר 6 געווען ברשות און זיי זענען טאקע פארבאטן לעולם ועד דארט מסדר קידושין זיין, א פאנישמענט פאר דעם גרויסן חטא, שקר ווי די נאכט!! דערווייל איז דא איין אייציגער מסדר קידושין וואס איז א מחלוקת צו עפעס א פעטער האט געבעטען רשות ביים מרה וחצינא, ווייל דער פעטער האט מורא געהאט פון שטיינער און פאשקעווילע, ווי די משפחה זאגט איז אבסאלוט נישט געוועזען קיין רעדע פון רשות!ן נאר די פאר בועטים בתורת משה,אין וועמענס תורה? דו לץ איינער! - זאג נאר! אז ס'איז נישט דעם דברי חיים'ס תורה איז דאס נישט קיין תורה?  דעם באשעפערס תורה איז ביי ענק נישט גענוג הייליג?- נאר זיי זענען ערלויבט דארט מסדר קידושין זיין, און דעריבער איז די גרויסע טשאדטער חתונה געווען אין מאנסי, און לעת עתה הייסט עס אז דער הייליגער שארמאשער דארף אויך נעמען דעם וואנדער שטעקן קיין מאנסי צו די חתונה פון זיין אייניקל, אבער דאס איז נאך אינמיטן דעוועלאפן, נזכה ונחי' ונראה. אזוי הייסט עס? שקר נאמבער 1761  


איין זאך איז א קלארער פאקט וואס פליקט ענק אין פנים! , אז טראץ ענקער טעראר, שלעק, פאני קאללס, און פלייץ פון נארישע גרויליגע פאשקעווילען און אומגעהויערער דרוק וואס מ'לייגט פאר יעדע איינציגסטע חתונה אויף די מחותנים, זיידעס, חתן כלה אליין, און פעטערס און קרובים באזינדער, און מיט דעם אלעם האלט מען שוין מיט מזל וברכה ביי נאנט צו זעכציג חתונות מיט 10 מסדרי קידושין אין די קורצע צייט!!
-
 יא! גרויס הצלחה! ווען אפילו פון די בני יואל מעמבערס איז רוב חתונות נישט דארט, די מערכה האט זיך ארויס געוויזן צו זיין זייער סוקסעספול, איבערהויפט אז די צוריק געבליבענע קוהעלעך העלפן נאך צו, מיר דארפן שוין נישט קיין צעטליך און קיין חרמות ומודעות, ס'פארט זייער גיט, א קליינע מודעה אין בית המדרש יוצא צו זיין די מצות מחאה כפסקו פון רבינו הקדוש זי''ע איז מער ווי גענוג! -

און אפילו אויב זאל נאר זיין 5 חתונות, איז דא מקויים געווארען א פאקט אז ווער ס'וויל קען דא חתונה מאכען און נישט נעמען דעם אנס וגבר אלם פאר מסדר קידושין! און מער פון אלעס, ס'איז נתגלה געווארן אז ס'איז אין דעם שטאט נישטא דער בעלאני פון "מרה דאתרא"![/quote]

אוי וויי, קעי דזשעיס בלוט דרוק איז ארויף געשפרינגען, געוואלד! מען האט פוגע געווען בכבודו פון דעם מאנסיער רעב כעזקל, שרעקליך! דאס אלעס וואס איר קענט ענטפערן אויף מיין תגובה? איז דען ביי אייך עפעס א עוולה צו שרייבן זלזולים אויף תלמידי חכמים מובהקים? וויאזוי רופט איר נאר דער דיין פון קרית יואל וואס איז ממונה געווארן פון רבינו זי''ע?, וויאזוי שרייבט איר אויף הרה''ג רבי בנציון לויב שליט''א, וואס האט נישט איינגעשפארט קיין שום איד אין די תפיסה על לא עוול בכפו, וויאזוי רופט איר עהם נאר?, איך האב פאר אייך א עצה, איר דארפט אייך אנעמען פאר כבוד התורא פון רעב כעזקל, נעמטס נאכאמאל ארויס די ספרי תורה אין רופטס רעב כעזקל זאל נאכאמאל שרייען ווי א עגלה ערופה, און מיידלעך שטערן וועט אויך אראפ געבן אפאר זאפטיגע הסברים צו ווייזן אז די וועלט איז נישט הפקר,



תוקן על ידי RESTLER ב- 06/12/2011 04:47:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 04:21 לינק ישיר 

לאוב האט עפעס מיט גלאובעל ווארמינג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 04:58 לינק ישיר 

רעסטלער, איך זהע ס'גייט נישט מיט גוטן העט עס מוזען גיין מיט בייזען. סטאפ צו שרייבען כעזקל אבער שוין ! די הערסט וואס איך רעד צו דיר, סטאפ שוין !! זאלסט נישט זאגען מ'האט דיר נישט געווארנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 16:36 לינק ישיר 

איך האלט אז מיט שרייבן ר' כעזקל קענען מיר זיך דורכקומען, דיין פראבלעם איז דאס איבעריגע וואס איך שרייב, יענץ טיט פיל מער וויי, ווייל דער אמת שלאגט אין פנים, זיי דיך מודה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 17:01 לינק ישיר 

RESTLER כתב:
איך האלט אז מיט שרייבן ר' כעזקל קענען מיר זיך דורכקומען, דיין פראבלעם איז דאס איבעריגע וואס איך שרייב, יענץ טיט פיל מער וויי, ווייל דער אמת שלאגט אין פנים, זיי דיך מודה!


ביסט טאטעלי ראנג ! אמת ס'טוט מיר זייער וויי וואס דו שרייבסט, איבערהויפט ווען די מאכסט עס גרין, דאך אבער נאכען זיך וואלגרען פאר יסורים אפאר שעה בארוהיג איך מיר מער ווייניגער. אבער רעב כעזקל... דאס שלינג איך שוין נישט אראפ. דעריבער הויעכגעשעצטער רעסטלער, בעט איך דיר בכל לשון של בקשה, ס-ט-א-פ !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 17:09 לינק ישיר 

HOW ABOUT א פרישער ספרי תורה פראטעסט? איך קען שוין קוים ווארטן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 18:25 לינק ישיר 

Quote RESTLER "אין רופטס רעב כעזקל זאל נאכאמאל שרייען ווי א עגלה ערופה, און מיידלעך שטערן וועט אויך....."
 
ס'ווערט דא מער ערנסט פון מינוט צו מינוט... עפעס מוז דא דראסטיש געטון ווערן צו אפשטעלן די אומדערהייבבארע אטאקעס וואס קען ממש ערלעדיגן און אונטערברענגען אלעס ביז אפאר מינוט.. פון כעזקל צו מיי....ך שטערן, (איך וויל נישט נאכזאגן די טיפיקל אהרונישע ניוול שפראך), איך האב מורא אז נעקסט קומט נאך עפעס א מעכטיגע זעץ אשטייגער ווי "שמואל קאמפאט" און מיר זענען טאטאל קאפוט.. איך בעט דיך דאס איין מאל הער אויף..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 19:01 לינק ישיר 

עפעס א זאלי מחלה, א וחילופיהן בגולם סינדרום, איך שמועס מיט KJ ענטפערט בצל הקודש, ענטפער איך פאר בצל הקודש, והנה דער גולם מישט זיך אריין, וויכטיג טרעפט פאר וויכטיג צו ענטפען, זענען טאקע אלע זאלי ניקס דער זעלבער פערשוין? און בכלל, די זאליס קענען נאר פארדרייען דעם שמועס, כעזקל! מיילעך! קאמפאט! קיין נארמאלן דיסקאשן קען מען מיט זיי נישט האבן, ווי אויבן געשריבן, אשאד אז זיי זענען אויסגעשפראכענע קעגנער פאר שערי חמלה, שערי חמלה וואלט פאר זיי געווען א ישועה, א שאד! א שאד!,
כל השערים ננעלו חוץ משערי חמלה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 19:25 לינק ישיר 

איך זהע אז די באגרייפסט בכלל נישט ווי ווייט די צושרויפסט אונז אלע ווען די באניצט זיך מיט'ן כינו געווער. לאמיר דיר קלאר מסביר זיין: מיטן שרייבען כעזקל וכדומה ווארפסטו אריין אלע חסידי רבינו שליט"א אין א נערוונדיגע צושטאנד, מיר אלע פארלירען די גלייכגעוויכט, נישט קיין ווינדער פארוואס יעדער רופט זיך אן. ס'קומט פון גרויס פארלוירענקייט. פארפאלען ענק האבען איין געווער מיט וואס מיר קענען זיך נישט א עצה געבן.
און איך מיין די וואלסט דאס שוין געמעגט וויסען זייט 'סאסמאן שול' - 'קווינס קעמפ' - 'פאלאקס לאט'- 'ביית חיינו טעמפל'- 'שמואל קאמפאט'- 'מנשה פון ראסס'- 'מנשה סילוף'- וכו' וכו'- האבען זיך ארויסגעשטעלט צו ארבטען סוקסעספול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 19:41 לינק ישיר 

סוקסעספול? דאס איז נישט דאס ווארט, איבערקערענישן ממש..

איין נאכט גייענדיג אויף סעווען ספרינגס זעען עטליכע אידן ווי א גאנצע מחנה נפטרים לויפן אויפ'ן ראוד, יא, מיט די תכריכים, לויפן ממש מיט איין אטעם, וואס גייט פאר? פרעגן די דערשראקענע אידן. דו ווייסט נישט? גיי אין היידפארק, זעה נאר ווי די ארונישע קליינע קעפלעך האבן געזאגט אז די גיגאנטישער נייע  בית החיים איז בכלל נישט קיין בית החיים דאס איז עפעס א פאלאק'ס לאט.. געלונגען, אין איין רגע, אויס בית החיים..

איין גלאטן דינסטאג, דער רבי שליט"א גייט ארויס פון הויז מיט צוויי גבאים און א הויז בחור, והנה און אט, דאס אומגלויבליכע פאסירט, איין גבאי נאכ'ן צווייטן ווערן פשוט לופט, יא יא, פשוט צוגאנגען וואו אין די וואלקענעס אריין, דער רבי בלייבט איינער אליינס אינמיטן גאס.. וואס גייט דא פאר געוואלד? וואונדערן זיך די דורכגייענדע, איר ווייסט נישט? גייט אריין אין עולם הדמיון וואס הייסט היידפארק, דארט האבן די שארפסטע קעפ פון די חלה דעקלען מסדר געווען די גבאים אחת לאחת, משה גבאי - "בן פראדל", אויס, לופט.. שמואל גבאי - "קאמפאט" ווערט גלייך נעלם פון די פלאנעט, אפילו דעם קליינעם אומשולדיגן הויז בחור האט מען ערלעדיגט מיט עפעס א "פעפעריגן" צונאמען, צוגעשטעלט דורך די גאר "שארפע פיקחים" (קינדערלעך) וואס פירן די ארונישע באן..

דאס זעלבע מיט די דיינים, ראשי הקהלה, און איך וויל נישט זאגן ווייטער..
 
איך מיין אויב גייט דאס ווייטער אן אויף דעם וועג און קיינער וועט עס נישט אפשטעלן, איז שאך מאט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 20:02 לינק ישיר 

און גיי אריין פרייטיג צונאכטס צום טיש פונעם גז''ל, און פון די אלע רבבות איז עפעס געווארן לופט, ווי ארויף געפלויגן אין די וואלקענעס, כעשן יכלו!, איך פרעג מיין זאלי שוואגער, וואו איז דער עולם? דו שרייסט דאך כסדר אז איר האט 80 פראצענט פון וויליאמסבורג, זאגט ער מיר, זעסט נישט? זעסט באמת נישט וואס פאר א שיינער עולם ער האט? ער האט א שענערן עולם פון אשויער רבי, א שענערן עולם פון בראדער רבי, און א גרעסערן עולם פון מישקאלצער רבי, וואס זאל איך אייך זאגן? נאר חמלה וואלט זיי געהאלפן!   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 20:13 לינק ישיר 

גז"ל ?! ניין פליז זאג עס נישט.
נאך אזאך, חמלה ספעלט מען אזוי 'כעמלה'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 20:15 לינק ישיר 

אינטערעסאנט, די זעלבע מעשה האב איך געהערט איינעם ענטפערן ווען ער איז אריין צום סבלן'ס טיש אין קרית יואל, און ס'האט געהערשט דארט א שרייעדיגע וויסטעניש באגלייט מיט בזיונות כרגיל, קודם זענען נאך געווען עפעס בחורים וואס האבן נישט קיין ברירה, אויב זיי ווילן נישט בלייבן הונגעריג מוזן זיי קומען וואו מ'סערווירט זיי סאפער, וויבאלד די בחורים האבן אפגעגעסן זייער נאכטמאל שוין אנטרינען געווען פון דארט און געגאנגען זיך אויסרוען אדער נאכשרייען די "פסולי קידושין" ווייבלעך און איבערגעלאזט דעם סבלן מיט אפאר באטשיס...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 20:32 לינק ישיר 

א באפעל פונעם משתמש בקודש, נישט חלילה ענטפערן צו דערזאך, רעדסט נישט פונעם פאקט אז די טישן זענען ליידיג, רעדסט נישט חלילה פון די תוהו ובוהו הקפות, רעדסט חלילה נישט פונעם פאקט אז אין די געאסערטע האל איז כמעט נישטא קיין חתונות, רעדסט נישט פונעם פאקט אז אפילו הייסע זאליס ווי ענגלענדער און בראך וכו' פארלאנגען אז זיי ווילן נישט ליגן אינטערן פלויט, רעדסט נישט פונעם פאקט אז מען האט אונז ארויסגעשטויסן פונעם בית המדרש החדש, רעדסט נישט פונעם פאקט אז די צוויי אהאלב טויזענט קווינסער בחורים רופן דעם גז''ל ביים נאמען, רעדסט נישט פונעם פאקט אז מען האט מיאוס פארלוירן דעם קארט קעיס אין קרית יואל און די קרעטשמע בלייבט שוין פארשפארט לעד ולנצח, ניין! פון די אלע זאכן זאלט איר חלילה נישט רעדן, אפילו נישט ברמז קל, חס מלהזכיר!, איר זאלט נאר רעדן פון כעזקל, קאמפאט, גרינע פונטס, נפטרים מיט תכריכים לויפן אין די גאסן, (מן הסתם האבן זיי געמיינט נפטרות, ווייל נפטרים איז דארט כמעט נישטא) מען קען רעדן אז גבאים ווערן לופט און נאך אזעלעכע שטותים, אבער חלילה נישט קיין ערענסטע דיסקאשן ווייל דער אמת שמייסט אין פנים.


תוקן על ידי RESTLER ב- 06/12/2011 20:50:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2011 21:09 לינק ישיר 

פארגעסן ! פלויט, משתמש בקודש. שרעקעדיג..........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די חלה דעקלעך פייערן שוין ווייטער זיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.