בית פורומים כל העולם כולו

2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2011 02:46 לינק ישיר 

outspoken כתב:
גרוינים

מסביר צו זיין פארוואס די אזוי גערופענע שונאים זענען אנגעקומען צו מרז''ל, דארף מען צירוק גיין צו פאר תשל''ט, ווען די יודן זענען אנגעקומען נאך די מלחמה, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צו רביה''ק ז''ל, וואס האט נישט פארקויפט די סיגוט'ער גזע אדער פארטיי, זיין ציל איז געווען  אויפצושטעלען ערליכע דורות ווי אינדערהיים, 30 יאר שפעטער ווען חשכו המאורות ונצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש האט מען זיך געטראפען מיט א גרויסע קהילה,  האבן די ראשי הקהלה אויפגענומען די ברך משה ז''ל, כאטשיג ער האט גארנישט געהאט מיט די קהילה פארדעם און כמעט קיינער פונם ניי דור האט אים נישט געקענט,  (חוץ פונם זען ערב ר''ה ביי סליחות) און אוודאי נישט קיין שטארקע נאנטקייט ווי תלמידים צו א רבין,

ביי די הכתרה האט ער געזאגט (די באוויסטע תורה פון פני משה כפני החמה) אז ער וועט נישט טוישען גארנישט און ער וועט זיך אלעס דורך שמוסען מיט די זקנים פון די קהילה, למעשה זענען די גרויסע קעפ געלויגען און מהר''א איז געווארן ראש הישיבה, זיינע קינדער האבען באקומען פאסטען'ס אין די קהילה, סאיז געווארען פאלשטענדיגע חסידות און פארטיי.

האט זיך ארויסגעשטעלט צוויי מיני מענטשען,

 סוג א' זענען פארטיי מענטשן, מענטשען וואס בטבע האבן זיי ליב פארטיי, און האבן אלעס אוועק געקוקט פאר פארטיי.

די צווייטע זענען מענטשן וואס האט זיי אלעס וויי געטון, ווי אז מ'האט ארויס געוואפען זייערע ראשי ישיבה און מנהל בית רחל וואס רביה''ק האט זיי געשטעלט און יעדער האט געזען ווי ער שמיעסט זיך דורך מיט זיי ברבים, דערנאך ווען מ'האט אויפגענימען מהר''א אלס רב אין קרית יואל ערב די חתונה במעמד די ווישזניצע חסידים, וואס האט דערמאנט די פארווייטיגטע פרשה פון צוואנציג יאר פריער וד''ל, אויך האט מען גענומען אזא איד ווי רא''ל וואס האט געהאט אסאך נאנטע תלמידים פון סאטמאר'ע ישיבה און מהאט אים מבזה געווען כאחד היריקים, אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים.

תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר

סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין.



זייער שיין אויס געשמועסט ביז תשנ"ט, אבער וואס איז געווארן מיט סיג ב' זינט תשנ"ט ביז תשע"ב, פון דעם זאל מען בעסער נישט רעדן

  

דאס וואס די שרייבסט:

"תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר

סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין."

 

קען זיין, דו האסט געוואלט אז עס זאל אזוי זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 04:42 לינק ישיר 

יע יע אוטספאוקען
אפשר ביסטו מסביר  וואס מיינט סיגוטער גזע אדער פארטיי? אויף וועם רעדסטו דא? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ברך משה? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ייטב לב, רופסטו דאס אן פארטיי? פארוואס? ווייל שלמה יענקל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל לפניו לא הי' ואחריו לא יהי'?
צווייטנס, איך זע נישט קיין פראבלעם מיטן אויפנעמען דעם ברך משה ווען קיינער האט אים נישט געקענט, דעם דברי יואל האט מען יא געקענט אין די י' יארן? מען האט זיך באקענט מיט אים
דריטנס וואס איז דער פראבלעם אז מען האט געווארפן ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל? האט דעם רביה"ק נישט געווארפן לעת הצורך אזעלכע מענטשן? וואס איז געווען זייער חטא? ציונות? ניין! פשוט זיי האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די הנהגה, נו אזעלכע האט די רבי נישט געדארפט עמי בבית, און אט דאס האט דער ברך משה אויך געטון.
ולשיטתך אז מען טאר נישט ווארפן וועם דער פריערדיגער רבי האט געשטעלט, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין מיט וואסערע רעכט רז"ל האט געווארפן אזויפיל מנהלים וראשי ישיבות וואס זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן?
פערטנס, אפשר געסטו מיר א דוגמא פון א זאך ווי מען זעט די הרמת כבוד הרבנים, א זאך וואס פאר תשנ"ט האט מען נישט געקענט אויפטון, ובדומה לו נאך תשנ"ט האט מען יא אויפגעטון, געב א דוגמא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 04:43 לינק ישיר 

דא איז דא א שטיקל פראבלעם אינעם גאנצן שמועס, מ'מאכט עס כאילו די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן תשל"ט, דא שטעקט די טעות, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן פיל פריער, נאך פארן קריג (עיין עצי חיים ורבינו, ר זלמן לייב הי"ד ורבינו). שפעטענס תיכף נאכן קריג. 

אויף די אלע בני יואל איז דא זייער א שיינע ווארט פונעם וואוידעסלאווע רב: עס שטייט פני משה כפני החמה, פני יהושע כלבנה, וזקנים שבדור היו אומרים או לאותה בושה. פרעגט דער וואוידעסלאווע רב, וואס די זקנים'ס בושה דא?

נאר זאגט ער זייער א טיעף ווארט, אז די מענטשן וואס האבן יעצט געזאגט פני משה כחמה, איז נאר געווען צו טשעפענען יהושע אז ער איז נאר ווי די לבנה, די מענטשן האבן פיינט געהאט משה רבינו בחייו, זיי האבן געצאפט זיין בלוט בחייו, ווי משה רבינו אליינס האט זיך אפגערעדט "עוד מעט וסקילנו", נאך אביסל וואלט מען מיר פארשטיינערט. ווי נאר משה רבינו איז נפטר געווארן, און די ראשי סנהדרין האבן געוואלט אויפנעמען יהושע, דא פלוצלינג איז ער געווארן א רבי זיכרונוליבראכע און מען טאר נישט אויפנעמען א מנהיג נאך אים כדי מ'זאל אים געדענקן (איך מיין אז יעדער איז מודה איז משה רבנו איז געווען גרעסער ווי די רבי ז"ל) וכו' וכו' (אפשר האבן זיי גאר געוואלט מאכן א טעוועלע און נישט ערלויבט צו טוישן די ניגון פרייטאג צונאכטס).

אויף דעם האבן די זקנים געזאגט אוי לאותה בושה, קוק וואס מ'טוט נעבעך מיט משה רבינו כדי צו שטויסן יהושע, זיי האבן נאך געדענקט ווי די אלע מקטריגים האבן געצאפט משה רבינו'ס בלוט בחייו.

די זעלבע איז דא ביי אונז, די אלע בני יואל האבן נאך געצאפט דעם רבי'ן אלע יארן זיינע (רבינו סר מן הדרך) נישט געלאזט קיין מנוחה. פלוצלינג ווערן זיי גרויסע חסידים ותלמידים)

די רדיפות אויפן רבי'ן בעל ברך משה איז נאך געווען אסאך פריער פונעם שידוך, אסאך פריער פונעם רבנות אסאך פריער פון אלעס ארום (אפשר האט רויזעלע הי"ד אויך זיך משדך געווען מיט ויזניץ אדער געווארן רבי?).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 04:45 לינק ישיר 

איך לייג מיינע הגהות מיט היילייט

outspoken כתב:
גרוינים

מסביר צו זיין פארוואס די אזוי גערופענע שונאים זענען אנגעקומען צו מרז''ל, דארף מען צירוק גיין צו פאר תשל''ט, ווען די יודן זענען אנגעקומען נאך די מלחמה, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צו רביה''ק ז''ל, וואס האט נישט פארקויפט די סיגוט'ער גזע אדער פארטיי, זיין ציל איז געווען  אויפצושטעלען ערליכע דורות ווי אינדערהיים, 30 יאר שפעטער ווען חשכו המאורות ונצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש האט מען זיך געטראפען מיט א גרויסע קהילה,  האבן די ראשי הקהלה אויפגענומען די ברך משה ז''ל, כאטשיג ער האט גארנישט געהאט מיט די קהילה פארדעם און כמעט קיינער פונם ניי דור האט אים נישט געקענט,  (חוץ פונם זען ערב ר''ה ביי סליחות) און אוודאי נישט קיין שטארקע נאנטקייט ווי תלמידים צו א רבין,

איך זעה אז די ווילסט רעדן היסטארי און דער עיקר לאזטו אויס
לידיעתך איז די לעצטע 11 יאר ווען רביה"ק איז נישט געזינט געווען געווען א טאטאלער פיסטקייט אין סאטמאר נישט האבענדיג די פייערדיגע דב"ק און די פריערדיגע כוחות פונעם רבין און דאס איז כולי עלמא מודי אבער ליתר שאת איך וועל פארציילן א מעשה לא נודע וואס כהאב געהערט פון איד הרב גאלדשטיין אין קרית יואל (אויב איך וועל מיר דערמאנען זיין נאמען וועל איך עס ארויפברענגען) פון דעם וועסטו זעהן אביסל מער וואס דא האט געדארפט זיין אלס קהילה אנע פאליטישע חשבונות
געווען איז דאס אין תשכ"ח תיכף נאכן סטראוק ווען רביה"ק האט זיך אויפגעהאלטן אין בילהארבער אויף אפרוה פלעגט פארן א מנין יעדן טאג ווי מהאט מיטגענומען ממש ענג מנין וואס האבן געהאט די זכי' צו דאווענען מיטן רבי'ן איינמאל אינדערפרי רופט ר' ליפא פריעדמאן דער ראש הקהל צו דעם הרב גאלדשטיין ער איז געווען א בחור און זאגט אים זיצט אייך אריין אין די קאר ועט איר קענען דאווענען ביים רבין שחרית
ביי אים איז דאס געווען א שמחה גדולה ער גייט די זכי' האבן צו דאווענען מיטן רבי'ן אבער אויפן וועג באמערקט ער א אנגעצויגנקיט אויף ר' ליפא זיך שעמענדיג האט ער נישט געפרעגט וואס גייט פאר און זיי זענען אנגעקומען און מהאט געדאווענט ביים רבי'ן און נאכן דאווענען זאגט אים ר' ליפא איר וועט דארפן ווארטן אביסל ווייל איך האב א וויכטיגן מיטינג
נאכן מיטינג אריינגייענדיג אין די קאר באמערקט ער אויף ר' ליפא אז ער איז ווייס וואו דער וואנט כמי שמתו מיטל לפניו ל"ע ממש וואו דער רבי וואלט ווען נסתלק געווארן פרעגט ער ר' ליפא וואס גייט פאר וואס זענט איר אזוי צובאריכן
ענטפערט אים ר' ליפא וויסן זאלט איר אז סאטמאר האט היינט געקראכט סאיז גענדיגט!
וואס??? וואס האט יעצט פאסירט פרעגט ער ר' ליפא 
ענטפערט ער אים הער מיך צו דא איז היינט פארגעקומען אן אסיפה ווי מהאט פארגעלייגט פון קהל אז די קהלה קען ווייטער אזוי נישט אנגיין מען מוז ממנה זיין אן רב הצעיר אן איש על העדה וואס זאל פירן אונטערן רבין וויבאלד דער עולם וועט זיך צעגיין צוזענדיג דעם שווערן מצב פונעם רבין
אבער ביים מיטינג האבן די שטוב מענטשן אויסגעפירט אז "די שטוב גייט פירן", אזוי איר הערט נישט קיין רבני נישט קיין רב נישט קיין דיינים, נאר די "שטוב"
און איר זאלט וויסן אז איך לייג א גרויסן שלאס אויף סאטמאר זאגט ר' ליפא און דערפאר בין איך אזוי צושוידערט!
איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז ר' ליפא איז טיילווייז גערעכט געווען עכ"פ לויט זייער פלאן אז תשל"ט זאל אויך די שטוב פירן וואלט שוין פון סאטמאר קיין שריד ופליט נישט געווען
עכ"פ נחזור לענינינו אין די לעצטע 10 יאר האבן די שטוב וועלכע האבן געהארגעט דעם רבינס טאכטער און די שטוב וואס האט פארהאקט טירן פאר רביה"ק בעל ברך משה זיי האבן געפירט אינאיינעם מיט זייער מיהעלפער אין די ישיבה וד"ל
עכ"פ אין די 11 יאר פון כ"ח ביז ל"ט זענען אסאך פון סאטמאר זיך צופארן און פארשטייט זיך אז דער רוב ציבור האט פארשטאנען  אז כאטש דער רבי וועט קיין ריפלעיסער נישט האבן בדוגמתו האט מען געוויסט אבער ווער זיין יורש וועט זיין א אוד מוצל מאש וואס איז שוין געווען רב אינדערהיים און געווען בטיל ומבוטל ממש צום רבין ז"ל
און גאר א גרויסער ציבור פלעגט זיך אפטמאל ווייקן ביים רבין דעם ברך משה אלס סיגוטער רב
קומט דער זאלי איגערמאנטשיג און פארקויפט לאקשאן אז קיינער האט נישט געוויסט אום תשל"ט ערב ר"ה מי זה סיגוטער רב

ביי די הכתרה הט ער געזאגט (די באוויסטע תורה פון פני משה כפני החמה) אז ער וועט נישט טוישען גארנישט און ער וועט זיך אלעס דורך שמוסען מיט די זקנים פון די קהילה, למעשה זענען די גרויסע קעפ געלויגען און מהר''א איז געווארן ראש הישיבה, זיינע קינדער האבען באקומען פאסטען'ס אין די קהילה, סאיז געווארען פאלשטענדיגע חסידות און פארטיי.

אסאך דא צו רעדן אבער די טינט וועט ממילא נישט מספיק זיין אבער אין איין ווארט לאמיר אייך פרעגן אויב וואלט רביה"ק געהאט קינדער וואלטן זיי אויך נישט געטארט איבערנעמען די ישיבה???

 וואס א טיפשות צו רעדן אז די אומפאגינערישע רביצין מענטשן וואס האבן געוואלט סאטמאר זאל אינטער גיין אבי זיי זאלן זיין ביים רעדל און זייערע מיטהעלפער די איבעריגע אנטי הנהגה מענטשן אז זיי האבן פשוט געהאט א טענה פארוואס מנעמט נישט די דיינים?
זייט וויסענד אז איר לעבט אין עולם החלומות ווייל יארן לאנג איז יעדן טאג געווען א פרישער חטא אויפן ברך משה בלויז פאר די סיבה ווייל ער איז געווען אונזער מנהיג וואס השי"ת האט אונז אראפגעשיקט צו קענען ראטעווען אז די עבודה פון רביה"ק זאל נישט גיין לאיבוד און די חברה האבן אים דאס ניקס פארגינען
איינמאל האט דער חטא געהייסן שידוך איינמאל פאבליק סקול און אזוי ווייטער אבער דער פרישער ספין פון דיינים זאלן פירן דאס איז שוין א חידוש פון תשע"ב און דאס ליצנות פון אייערע ווערטער שרייט פאר זיך
 

האט זיך ארויסגעשטעלט צוויי מיני מענטשען, 

 סוג א' זענען פארטיי מענטשן, מענטשען וואס בטבע האבן זיי ליב פארטיי, און האבן אלעס אוועק געקוקט פאר פארטיי.
 

איר האלט טאקע אז אלע חסידי ברך משה זענען פארטיי מענטשן??
עס האט מיר דערציילט הרה"ח ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה וויאזוי עס האט אויגעקוקט די של"ש תורות פון רביה"ק אינעם אלטען ביהמ"ד מיט ארום 200 אידן 
איך האב פון אים געהערט א ליסטע פון ארום 150 נעמען וועלכע זענען אלע היינט ביים מיטעלסטן טיש אין קרית יואל און אין הופער סט
לאמיר אייך פרעגן אזאנא אידן וואו ר' מענדל פריעדמאן ז"ל וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין איידעם ר' מרדכי בצלאל קליין אז ווייניג פארשטייען דעם רבינס שיטה אבער ר' מענדל האט זיין חוות דעת איז אזא איד געשטאנען און זיך געווייקט ביים ברך משה און געווען אדוק צו בנו דער רב דער היינטיגער רבי שליט"א איז ער אפשר אויך געווען א פארטיי איד? קוק נאר זיין דרשה אין ישיבה 3 יאר נאכן הסתלקות פון רבין וואו ער רעדט איבער דעם אז עס האט אויסגעקוקט אז די קהלה צעפאלט און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל אז די קהלה איז געבליבן שטיין
וכהנה מסלתה ומשמנה עכ"פ פון די קלוגע ערליכע זענען זיכער קיינער נישט אוועקגעגאנגען



די צווייטע זענען מענטשן וואס האט זיי אלעס וויי געטון, ווי אז מ'האט ארויס געוואפען זייערע ראשי ישיבה און מנהל בית רחל וואס רביה''ק האט זיי געשטעלט און יעדער האט געזען ווי ער שמיעסט זיך דורך מיט זיי ברבים, דערנאך ווען מ'האט אויפגענימען מהר''א אלס רב אין קרית יואל ערב די חתונה במעמד די ווישזניצע חסידים, וואס האט דערמאנט די פארווייטיגטע פרשה פון צוואנציג יאר פריער וד''ל, אויך האט מען גענומען אזא איד ווי רא''ל וואס האט געהאט אסאך נאנטע תלמידים פון סאטמאר'ע ישיבה און מהאט אים מבזה געווען כאחד היריקים, אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים.

אסאך צו רעדן איבער יעדע נושא וואס אפילו אויב איז געווען אויף וואס צו האבן טענות האבן זיך ערליכע אידן נאך אלץ אינטערגעווארפן און געוויסט אז הנהגה דארף זיין אבער דאס איז זיכער אז צו די אלע ווי רא"ל וואלט רביה"ק ראגירט אסאך שארפער ווי באקאנט וואו ער פלעגט שארף פארדאמען די וואס זענען זיך מתחצף, און רביה"ק אליין האט דאך אים ארויסגעווארפן כאחד הרקים פון התאחדות הרבנים ביז דער ברך משה האט אים צוריקגענומען און זיך ליידער אפגעבריעט
ביי די וועי איך קען היינט עטלכע תלמידים פון ר' אברהם ז"ל וואס זענען הייסע ארונים און זיי ווייסן פון זיין שוואכקייטן טראץ זיין ערליכקייט
און וואו פריער געזאגט די חטאים האבן זיך געטוישט טעגליך אבער דער יסוד איז ווי פריער געזאגט עס זענען אפשר צוגעקומען מתנגדים ביי יעדע פרשה אבער בדרך כלל זענען די מיט קנאה אויפן רבין אדער די אומהנהגה מענטשן זענען אלס געווען די שונאים נאר לויט ווי שטארק די שנאה איז געווען לויט דעם האט זיך ארויסגעשטעלט צו מאיז א זאלי אדער עקסטרעים בני יואל


תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר 
סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין. 

איך מיין אז צו ראגירן צו דעם סטעיטמענט דארף איך זיין געהעריג משוגע סאיז נישטא א פלאץ אין דער וועלט וואס די עקירת התורה פון התירים אויף ערכאות און סירוב לדין און אלע אלע מעשה השחתה זאלן באקומען א חתימה פון די דיינים אזוי דער וו"ב בג"ץ אויף קיעפ סט, און מעגליך אז מקען נישט האבן אויף זיי קיין טענהס ווייל אויב נישט וועלן זיי פליען טאקע ווי דו האסט פריער געשריבן אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים


תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 04:51:28




תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 04:52:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 06:27 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
יע יע אוטספאוקען
אפשר ביסטו מסביר  וואס מיינט סיגוטער גזע אדער פארטיי? אויף וועם רעדסטו דא? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ברך משה? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ייטב לב, רופסטו דאס אן פארטיי? פארוואס? ווייל שלמה יענקל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל לפניו לא הי' ואחריו לא יהי'?

סיגוט, איהעל איז הייליג אבער די רבי ז''ל האט נישט געבויט סאטמאר אלץ המשכה צי די גזע, פארטיי האט גארנישט מיט סיגוט, פארטיי מיינט  א פאליטישע געזעלשאַפֿט וואס שטייט העכער די תורה


צווייטנס, איך זע נישט קיין פראבלעם מיטן אויפנעמען דעם ברך משה ווען קיינער האט אים נישט געקענט, דעם דברי יואל האט מען יא געקענט אין די י' יארן? מען האט זיך באקענט מיט אים

איך זעע אויך נישט, אבער אז א פרעמדע (אין די קהלה)קומט און הייבט אן ציווארפען און טוט כאדם העושה בשלו, ברענגט דאס שונאים. 
 



דריטנס וואס איז דער פראבלעם אז מען האט געווארפן ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל? האט דעם רביה"ק נישט געווארפן לעת הצורך אזעלכע מענטשן? וואס איז געווען זייער חטא? ציונות? ניין! פשוט זיי האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די הנהגה, נו אזעלכע האט די רבי נישט געדארפט עמי בבית, און אט דאס האט דער ברך משה אויך געטון.

אז די אלטע ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל און דיינים האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די נייע הנהגה, דארף מען  געבן א גוטן קוק צו די נייע הנהגה איז אויסגעהאלטן מיט די אלטע, זיער אסאך האבן געהאלטן אז נישט.

ולשיטתך אז מען טאר נישט ווארפן וועם דער פריערדיגער רבי האט געשטעלט, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין מיט וואסערע רעכט רז"ל האט געווארפן אזויפיל מנהלים וראשי ישיבות וואס זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן?

?

פערטנס, אפשר געסטו מיר א דוגמא פון א זאך ווי מען זעט די הרמת כבוד הרבנים, א זאך וואס פאר תשנ"ט האט מען נישט געקענט אויפטון, ובדומה לו נאך תשנ"ט האט מען יא אויפגעטון, געב א דוגמא פרעג די דיינם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 06:39 לינק ישיר 

גרוינים

מ'מיינט נישט קיינעם פערזענטליך, כ'האב געשריבען דורך א זלונישע קוק ווינקעל, פונקט ווי די (מיט די ארונישע קוק) מיינסט נישט צו זאגען אז אלע זלונים זענען מענטשן וואס זענען אדער מקנא מהר''א זעלבסט אדער מענטשן וואס ווילן פרייהייט פון הנהגה, ביי ביידע זענען דא 

תמימי לב וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן.
ס'נישט אזוי ווייס אדער אזוי שווארץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 06:42 לינק ישיר 

מיין פאטער א יוד א זקן האט מיר פארציילט .
דער רבי דער בעל ברך משה זי"ע האט אנגערופן הרב מאנדל ע"ה וואס האט געהאט זיין דירה אויף bucanon Dr.
ער האט אים געווינטשען ברכות לרוב ווייל ער האט אים געפענט די דורכגאנג פון זיין בעיק יארדאון ער וועט מער נישט דארפן אריבער גיין יאשקעלעס דירה ווייל יאשקע פייניגט אים.

און אז א קינד פונעם ברך משה קען קוקן פאר אים און אויגן ??????
בושה תכסה פנינו
עס איז נישט אז ס'האט משמע געווען פון אים אז ער פייניגט אים
ער האט עס קלאר געזאגט 
ווער רעדט נאך פון גיין צו זיינס א שמחה אדיר גאר טאנצען מיט אים
א תירוץ אויף דעם ביטע

תוקן על ידי סאטמער100 ב- 30/11/2011 06:43:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 09:49 לינק ישיר 

איך וויל דא צולייגן א נקודה,

פון א אומפארטייאישע קוק ווינקעל, עס איז אלץ שייך צו האבן טענות אויף די הנהגה, און פיל מאל אויך גערעכטע טענות, וואס עס פאדערט באמת א תיקון, אבער ארויסצוגיין מיט א מחלוקה, פאדערט עכ"פ צוויי תנאים, איינס אז ער זאל דאס מיינען לש"ש, דהיינו אז פאר זיך פארקוקט ער אויך נישט קיין עוולת, צוויי אז די רווחים גייען זיין מער ווי די שאדן,

דא, סיי רובה דרובה האבן און מיינען עס נישט לש"ש, און פארשטייט זיך אז קיין רווח איז בכלל נישט געווען דערפון, און די שאדן איז אומשאצבאר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 14:53 לינק ישיר 

ריפל און גרוינעם האבן זייער שיין צולייגט די זאך, און ס'איז כמעט נישטא וואס צוצולייגן
אוטספאקען, פון דיין שרייבעריי זעט מען ווי אלט דו ביסט
אפשר ביסטו מסביר ווי כאפט די נפקא מינה אויב סאטמאר איז א המשכה צו א גזע צו נישט? דער רבי ז"ל האט זיך געפירט אסאך זאכן כמנהג אבותיו און געוויסע זאכן האט ער מקבל מבית חותנו הראשון, דער רבי ז"ל דער ברך משה האט געטון אסאך זאכן ווי דער רבי דער דברי יואל, און געוויסע זאכן האט ער געטון וואס ער האט מקבל געווען מבית אביו העצי חיים וואס ווי באקאנט האט ער זיך געפירט אלעס אקוראט ווי דעם קדושת יו"ט, דו ווייסט ווער דער קדושת יו"ט איז געווען? דער רבי ז"ל טאטע, (קען זיין האסט עס נישט געוואוסט, קען זיין מען האט דיר געזאגט אז די רבי ז"ל איז נישט געווען קיין ילוד אשה) און ס'איז באקאנט אז ווען דער רבי ז"ל האט געוואלט וויסן אויף א מנהג ווי אזוי זיין טאטע האט זיך געפירט האט ער געפרעגט דעם ברך משה ווי אזוי זיין טאטע האט זיך געפירט, און לויט דעם האט געוואוסט אז דער קדושת יו"ט האט זיך אויך אזוי געפירט.
יעצט דו מיינסט ווען די רבי ז"ל איז געווארן רב אין סאטמאר האט ער אנגעהאלטן אלע מנהגים פון שבט מיהודה? אדער ער האט געטון ווי אזוי ער האט געוואלט? כל זמן ס'איז נישט כנגד התורה, הו קעירס וועמענס מנהגים ער טוט? הו קעירס וועלכע לא תבושי ניגון מען זינגט.
אויף די דריטע גיי איך דיר נישט ענטפערן, ווייל דאס איז דאך זה דרככם כסל, דור ששופטים את שופטיהם, דער רבי דער ברך משה וואלט זיך געדארט דורכרעדן מיט ר' בנימין הערש בערקאוויטש, איך מיין קאום אן? (אגב ר' בנימין הערש האט שפעטער געשריגן "הי איז די באס" ווער געדענקט (די ערשטע מאל ווען ער האט געשריגן)
און די פערטע קשיא וואס דו זאגסט: פרעג די דיינים, וועל איך דיר זאגן די דיינים ווייסן שוין איינמאל דעם ביטערן אמת, נאך תשנ"ט איז די גאנצע תורה מצטמק געווארן, בא נועם המדות והעמידן על אחת, אלע איסורים איז מותר אונטערצוברענגן רבינו שליט"א, ס'איז געבליבן איין פסוק אין תנ"ך, עת לעשות לה', און פארטיג, מיט דעם כשר'ט מען אלע רשעות'ער.



תוקן על ידי וואלןסח ב- 30/11/2011 14:55:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 15:10 לינק ישיר 

דאס גרעסטע טפשות און ליגנט איז צוזאגן אז מען דערהויבן די כבוד הדיינים נישטא ווער זאל לאכן פון די נארישע אויגן בלענדעניש ווי כבוד וואס כבוד די דיינים אליין נידערן אראפ זייער אייגענעם כבוד וואס פאר נזיד עשדים פארקויפן זיי די תורה און אלעס וואס איז הייליג פאר כלל ישראל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 16:59 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

און די פערטע קשיא וואס דו זאגסט: פרעג די דיינים, וועל איך דיר זאגן די דיינים ווייסן שוין איינמאל דעם ביטערן אמת, נאך תשנ"ט איז די גאנצע תורה מצטמק געווארן, בא נועם המדות והעמידן על אחת, אלע איסורים איז מותר אונטערצוברענגן רבינו שליט"א, ס'איז געבליבן איין פסוק אין תנ"ך, עת לעשות לה', און פארטיג, מיט דעם כשר'ט מען אלע רשעות'ער.


מיט דעם האסטו אלעס געזאגט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 17:03 לינק ישיר 

און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 17:31 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?


אשר על כן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 18:21 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?


דו האסט אנגערירט א געפערליכע הייקעלע נערוו, ווייל איך ווייס אז א חשוב'ער איד (א קלויזנוברגער איד מיטן נאמען ניימאן) איז אריינגעקומען אין ראדני אין תשל"ג צו א ברית וואו ער איז געווען דער מוהל.

דער איד האט קיין ווארט נישט גערעדט צו קיין, קיינעם נישט באליידיגט אבער ער האט געכאפט מכות רצח פאר'ן באלאנגען צו קלויזנבורג. ער איז מוהל ביי יענעם ברית נישט געווען אין ראדני !

אפשר זאגסטו מיר גוטער איד, ווער האט מתיר געווען די השחתה פאר תשל"ט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2011 18:27 לינק ישיר 

מיך וואונדערט אויך זייער שטאק און עס עגבערט מיר אין קאפ:

פארוואס האט מען אין די תש"ל פארהאקט די באנק ווי הגה"ק רבי משה ארי' פריינד איז געזעסן אין רחוב יואל?
פארוואס האט דער איד נישט געטארט האבן קיין שטענדער?

איז ער אפשר געווען א שטער פאר רביה"ק בעל דברי יואל?
ווער האט געמאכט די טעראר בימים ההם?

פארצייל ביטע אלעס !

אבער אלעס !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.