|
|
| נשלח ב-30/11/2011 18:32 |
|
| |
און פארוואס האט מען דעם פאפער רב ז"ל דער בעל ויחי יוסף געלאזט תשל"ח שטיין אינדרויסן אויפן גאס ביי א צוגעשפארטע טיר פון בית רבינו ז"ל איבער א שעה צייט? ער איז אפשר געווען א ציוני? ער איז נישט געווען מיט די שיטה גלייך? ער האט געהאט איין חטא, ער האט אויך געהאט א קהלה אין מוסדות אין וומסב"ג
ווער האט דאס מתיר געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 18:35 |
|
| |
געלעכטער לאכט שוין נישט!
ער איז פארשוואונדן! בדוק ומנוסה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 18:37 |
|
| |
פארוואס האט מען גע'הרג'ט רויזעלע ?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 18:47 |
|
| |
מקען ברענגען 100 מעשות וואס יעדנס באבע האט גע'חלמט, ס'איז דא א גרויסע חילוק ווען אפאר צעהיצטע חברה אדער שטוב מענטשען טוען, ווי אז די ראש האלט א דרשה, שטיצט און פירט אן די טעראר וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 18:57 |
|
| |
וואס מיינסטו? די מכם ובכם דרשה תשכ"ח?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 19:09 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | וואס מיינסטו? די מכם ובכם דרשה תשכ"ח? |
|
יא מיטן וד''ל האב איך דאס געמיינט...
דאס מיינט פארטיי!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 19:27 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | מקען ברענגען 100 מעשות וואס יעדנס באבע האט גע'חלמט, ס'איז דא א גרויסע חילוק ווען אפאר צעהיצטע חברה אדער שטוב מענטשען טוען, ווי אז די ראש האלט א דרשה, שטיצט און פירט אן די טעראר וד''ל |
|
ס'איז קלאר געווען ד ראלע פין אלטע פיגא מיט אירע שווענץ יאנקל ברוך ברוך מרדכי אקערמאן מיט משה פראדל'ס אין אלע שלעגער'ס ארום צי הרג'נען אין פלינדערן ווער ס'איז זיי געשטאנען אין וועג
אין מען קען זיך נישט משער זיין וואספארע טעראר דעמאלס איז געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 19:31 |
|
| |
להצדיק את הצדיק יסוד עולם, כאילו די מכם ובכם דרשה תשכ"ח איז געווען א העסע אקעגען יעדן רב אדער גדול וואס האלט אנדערשט ווי אים, ווען ער זאגט ממש די היפך, אט האט איר די דרשה שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,
(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)
וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,
ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אשפר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,
זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,
איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,
פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,
ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו'
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 19:39 |
|
| |
פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,
אין ווער ס'האט נישט פארשטאנען אין זיך נישט געגאנגען האט מען געטיען אזוי ווי מען האט געטיען אין אלע דורות כך הוא דרכו של תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 19:47 |
|
| |
דרך אגב ווען ער האט געהאקט אויף די נטירי קרתא ביי די נשא תורה, האט ער געבעטען למען השם מ'זאל זיי גארנישט טוען, א וואך שפעטער ביי די בהעלותך תורה האט ער נאכגעזאגט וואס ער האט געזען אין זייער צייטונג ''החומה'' (יא למען השלום האט ער זיך אזוי מבזה געווען ),כאטש זיי האבן געשריבן אויף אים "רבינו סר מהדרך"
אט, דאס הייסט א צדיק
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 20:00 |
|
| |
הער איך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 20:04 |
|
| |
דער לעגענדער סאטמארער ראש הקהל הר''ר סענדר דייטש ז''ל פארציילט און זיין ספר בצינא קדושא, אז איין מאל זענען די בחורים און קעמפ געווען זייער צולאזט, און געטאן ''מעשי קנאות'' אויף די אייגענע האנד, עס האט פארן לוחם מלחמת ה' רבינו הקוה''ט זי''ע זייער שטארק וויי געטאן, האט ער געשיקט זריעל גליק און קעמפ רעדן צו די בחורים, און ער האט געזאגט פאר רבי עזריאל'ן די פאלגענדע ווערטער: דוד המלך זאגט און תהילים, הֲלוֹא-מְשַׂנְאֶיךָ ה' אֶשְׂנָא, וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט תַּכְלִית שִׂנְאָה שְׂנֵאתִים לְאוֹיְבִים הָיוּ לִי , אויף פשוט יודיש טייטש: די פיינט פונעם אייבישטען האב איך פיינט, און מיט די וואס שטייען אויף קעגען אייבישטען קריג איך זיך,איך האב זיי פיינט בתכלית השנאה, זיי זענען מיינע שונאים, אבער, דא קימט דער גרויסער אבער, חָקְרֵנִי אֵל וְדַע לְבָבִי בְּחָנֵנִי, וְדַע שַׂרְעַפָּי. אידיש טייטש, באשעפער קיק אריין און מיין הארץ, און אין מיינע מחשבות, און וואס זאלסטו דארטן זען? זאגט דער פסוק ווייטער: וּרְאֵה, אִם-דֶּרֶךְ-עֹצֶב בִּי, זע צו איך בין נישט קיין אנגעווייטאגער, האס אנגעגעסענער פארשוין, זע צו איך בין נישט סתם אזוי א שלעטער פארביסענער בר נש, אויב בין איך טאקע נישט פון די אויבענדערמאנטער, איך בין באמת יא א פיינער מענטש, מען קען פון מיר האבן א טובה, איך בין נישט פארנימען שעלטן, און מוחה זיין א גאנצען טאג, מען קען אויך זען א שמייכל אויף מיין פנים, נישט נאר האס און שנאה, דאן, זאגט דער פסוק ווייטער: וּנְחֵנִי, בְּדֶרֶךְ עוֹלָם. דאס איז די דרך עולם: ע''כ: וואו הייליג זענען די דאזיגע ווערטער, און ווער האט דאס געזאגט? דאס האט געזאגט דער הייליגער רבי זי''ע, וואס ער האט אמאל געשריגען אויף די גורער, און די בעלזער, ''צוזעצט זאלן זיי ווערן'' דער וואס האט געזאגט אויף הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע און הרה''ק דער אמרי אמת פון גור זי''ע, הרה''ק מטשעבין זי''ע, ''חוטאים ומחטיאים את הרבים,'' דאס האט געזאגט די הייליגע רבי זי''ע, וואס האט באצאהלט א סאך געלט פאר אן אפעראציע וואס דער ווייב פון דער רעדאקטער פונעם פנים אל פנים, האט געדארפט דירוך גיין, טראץ וואס ער האט אים ביטער באשמיצט, מיט די ארגסטע השמצות וואס איז נאר שייך, דאס האט געזאגט דער הייליגער רבי זי''ע וואס האט אוועק געטיילט אלעס וואס ער האט געהאט פאר א צווייטען יוד, טראץ ער איז געגאנגען צו די בחירות, כותל, אד''ג, צום ענין: תלמידי סאטמאר וואס האבן זיך נאך די הסתלקות פון רבינו הקוה''ט זי''ע אונטער געווארפן אונטערן רבי'ן דער ברך משה זי''ע, און זענען ווייטער זיך מסתופף בצל קדשו פונעם תלמיד מבהק של רבינו הקוה''ט זי''ע, כ''ק רבינו שליט''א, גייען בדרך כלל, אויף דעם דרך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מיט אונז געלערענט, מען איז מקנא קנאת ה' צבאות, און מען איז אויף פרייליך און גוט אויפגעלייגט, און מען העלפט אנדער יודן, מען איז נישט פארנימען שעלטען און העצן א גאנצען טאג אוון א גאנצע נאכט! דער נאך איז דא א פראקציע און סאטמאר, וואס מיסודו זענען זיי נאך פון דער אלטער היים, נאך די מלחמה האבן זיי זיך געריפן שטוב מענטשען, און די צייטען פונעם ברך משה זי''ע האבן זיי געהייסען די בני המן, און היינט הייסן זיי זאליבאנצעס, די דאזיגע האבן אן היסטאריע פון רשעות און רציחה, און בארבארישקייט, וואס לאזט זיך ניטמאל גלייבן, זיי זענען פארנימען א גאנצען טאג און א גאנצע נאכט וואו נאך מען קען ווייטאן פאר אנדערע מענטשען, זיי שלאגן זיך און דער היים, זי שלאגן זיך ביי די ארבייט, זיי שלאגן זיך, און דער גאס, זיי שלאגן זיך און ביהמ''ד, דאס איז ממש די ארגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א שמיציגע פאליטיק קעגן הייליגען עצי חיים זי''ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן פראבירט צו פירן א פאליטיק מיטן הייליגן מנחות אלעזר זי''ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א געמיינעם פאליטיק קעגן דעם זכרון יעקב דער דעש'ער רב זי''ע, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א געמיינעם פאליטיק קעגן דעם הייליגן חקל יצחק זי''ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און דערגאנגען די יארן פאר רבי אביש מקראלי ז''ל, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן פארברענט א בית מדרש און די שטאט קאשו, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און דערגאנגען די יארן פאר הגה''צ רבי חיים'ל האלבערשטאם זי''ע א זון פון הרה''ק רבי שלום אליזער'ל זי''ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און געפיינינג דעם סעמיהייער רב ז''ל די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן ברוטאליש דערמארדערט הרבנית הצדיקות חיי רוזא הי''ד די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט די ''שווארצע'' מיט זייערע ווייבער און קינדער, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערופט און געפייניגט דעם הייליגן ברך משה זי''ע, די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט כ''ק מרן רבינו שליט''א די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט כ''ק רבי הערשלע ספינקער זי'ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט דעם באבוב'ער רב ז''ל די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט פאפא רב ז''ל די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי משה ארי פריינד זי''ע די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי שמעי גרינבוים שליט''א די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי שמאל בראך שליט''א די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי אביש ספינקער שליט''א די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער...................
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 20:07:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 20:10 |
|
| |
לאמיר רעדן נארמאל ווי אזוי קען טאקע זיין אז ס'איז אנגעגאנגען אזויפיל יאר רשעות אין רציחה אין די רבי ז"ל האט פין גארנישט געוואסט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 21:22 |
|
| |
| געווארט כתב: |  | לאמיר רעדן נארמאל
ווי אזוי קען טאקע זיין אז ס'איז אנגעגאנגען אזויפיל יאר רשעות אין רציחה אין די רבי ז"ל האט פין גארנישט געוואסט ? |
|
נו, אלא מאי
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 21:39 |
|
| |
אוטספאקען ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז די מכם ובכם דרשה איז געווען קעגן יעדן רב אדער גדול? דו האסט גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האסט דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים. אט דאס איז געווען ווען דער ברך משה אדער להבחל"ח רבינו שליט"א האבן גערעדט, ווער געדענקט נישט ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די "שייגעץ ארויס" דרשה, חלילה הייבן הענט אויף א איד. ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט אראפגעריסן די בחורים אז זיי זענען נישט די פאליציי אין קרית יואל. יעצט וועסטו זאגן אז דאס האט געמיינט א מעסעדזש פארקערט, הער אויס, איך צי פאראלעל פון די דרשה מיט די ווערטער פון רבין ביי נטו"ק מען זאל זיי גארנישט טון, און דו טייטש אויס ווי אזוי דו ווילסט.
 |
|
|
|
|
|