|
|
| נשלח ב-30/11/2011 21:53 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | אוטספאקען ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז די מכם ובכם דרשה איז געווען קעגן יעדן רב אדער גדול? דו האסט גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האסט דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים. אט דאס איז געווען ווען דער ברך משה אדער להבחל"ח רבינו שליט"א האבן גערעדט, ווער געדענקט נישט ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די "שייגעץ ארויס" דרשה, חלילה הייבן הענט אויף א איד. ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט אראפגעריסן די בחורים אז זיי זענען נישט די פאליציי אין קרית יואל. יעצט וועסטו זאגן אז דאס האט געמיינט א מעסעדזש פארקערט, הער אויס, איך צי פאראלעל פון די דרשה מיט די ווערטער פון רבין ביי נטו"ק מען זאל זיי גארנישט טון, און דו טייטש אויס ווי אזוי דו ווילסט.
|
|
יזכר לך עתה, היום מה שכתבת.
און פארוואס האט מען דעם פאפער רב ז"ל דער בעל ויחי יוסף געלאזט תשל"ח שטיין אינדרויסן אויפן גאס ביי א צוגעשפארטע טיר פון בית רבינו ז"ל איבער א שעה צייט? ער איז אפשר געווען א ציוני? ער איז נישט געווען מיט די שיטה גלייך? ער האט געהאט איין חטא, ער האט אויך געהאט א קהלה אין מוסדות אין וומסב"ג
ווער האט דאס מתיר געווען?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 22:13 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | אוטספאקען
ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז די מכם ובכם דרשה איז געווען קעגן יעדן רב אדער גדול?
דו האסט גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האסט דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר
האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים.
אט דאס איז געווען ווען דער ברך משה אדער להבחל"ח רבינו שליט"א האבן גערעדט, ווער געדענקט נישט ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די "שייגעץ ארויס" דרשה, חלילה הייבן הענט אויף א איד.
ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט אראפגעריסן די בחורים אז זיי זענען נישט די פאליציי אין קרית יואל.
יעצט וועסטו זאגן אז דאס האט געמיינט א מעסעדזש פארקערט, הער אויס, איך צי פאראלעל פון די דרשה מיט די ווערטער פון רבין ביי נטו"ק מען זאל זיי גארנישט טון, און דו טייטש אויס ווי אזוי דו ווילסט.
יזכר לך עתה, היום מה שכתבת.
און פארוואס האט מען דעם פאפער רב ז"ל דער בעל ויחי יוסף געלאזט תשל"ח שטיין אינדרויסן אויפן גאס ביי א צוגעשפארטע טיר פון בית רבינו ז"ל איבער א שעה צייט?
ער איז אפשר געווען א ציוני? ער איז נישט געווען מיט די שיטה גלייך?
ער האט געהאט איין חטא, ער האט אויך געהאט א קהלה אין מוסדות אין וומסב"ג
ווער האט דאס מתיר געווען?
|
|
אנטשולדיגט, ער האט זיך באצויגען אויף דעם געלעכטער "און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?" נישט אויף דעם רבי ז"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 22:25 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | אוטספאקען ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז די מכם ובכם דרשה איז געווען קעגן יעדן רב אדער גדול? דו האסט גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האסט דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים. אט דאס איז געווען ווען דער ברך משה אדער להבחל"ח רבינו שליט"א האבן גערעדט, ווער געדענקט נישט ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די "שייגעץ ארויס" דרשה, חלילה הייבן הענט אויף א איד. ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט אראפגעריסן די בחורים אז זיי זענען נישט די פאליציי אין קרית יואל. יעצט וועסטו זאגן אז דאס האט געמיינט א מעסעדזש פארקערט, הער אויס, איך צי פאראלעל פון די דרשה מיט די ווערטער פון רבין ביי נטו"ק מען זאל זיי גארנישט טון, און דו טייטש אויס ווי אזוי דו ווילסט.
|
|
ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז "מקען ברענגען 100 מעשות וואס יעדנס באבע האט גע'חלמט, ס'איז דא א גרויסע חילוק ווען אפאר צעהיצטע חברה אדער שטוב מענטשען טוען, ווי אז די ראש האלט א דרשה, שטיצט און פירט אן די טעראר וד''ל"
אז איך האב גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האב דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר? לא ראי זה כראי זה הצד השוה.... ואתכם הסליחה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 22:28 |
|
| |
דער אוטספאקן איז נעבעך אנגעגסן מיט פארמעגליך - היידפארק בעקערייען (ווער געדענקט נאך?) ביי זיי איז דאס אלע די תורה שלימה שוין לאנג נישט געליינט אזופיל שטותים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 23:05 |
|
| |
כבוד הרב אוטספאקען
סאטמאר האט קיינמאל נישט אפאציעל געשטיצט טעראר,
נאר נאך פאר מען האט איינעם אנגעזעצט די ביינער, אדער אויסגעהאקט די אויגן, איז שוין געווען געדריקט פון פארנאויס אן אפיציעלע מחאה, וד''ל
עס איז דא א באוויסטע פאלקס מעשה אז ר' ליפא פר''מ דער רה''ק פון סאטמאר, האט אויסגעריפן ביים פראטעסט תשל''א, קעגן די ביטערע מרשעת גאלדא מייער שר''י: די טראק מיט אייער איז געפארקט דארט, קיינער זאל נישט נעמען,
נישטא ווער עס זאל לאכן!
און איין ווארט, די שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / בני קרעץ / אנשי סאסמאן / וכל שם שם וחניכי דאית ליה, ווען זיי זענען געווען ביי די מאכט, האבן זיי אנגעפירט א ברוטאלע נאצישע טעראר ארגענעזאציע, וואס האט זיך אפגעגבן מיט פייניגען און טערארזירן די יעניגע וואס זענען נישט געגאנגען 200% און שפאן, אמאל אפען, א מאל באהאלטען,
דער ס''ה,
זיי זענען געשטאנען אפאציעל אונטער די אלע מעשה רשעות און רציחה, וואס איז פארגעגאנגען און סאטמאר די לעצטע קרוב צו א 100 יאר, און עס גייט נאך אן ביי די זאליבאנצעס מיט איר פולן טעמפא!
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 23:06:26
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 23:07:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 23:29 |
|
| |
| געווארט כתב: |  | לאמיר רעדן נארמאל ווי אזוי קען טאקע זיין אז ס'איז אנגעגאנגען אזויפיל יאר רשעות אין רציחה אין די רבי ז"ל האט פין גארנישט געוואסט ? |
|
לכאורה האט דער רבי פון רוב פעלער נישט געוויסט ווידער איז געווען פעלער וואס איך ווייס קלאר וואו ער האט געווסט און זיך געגעסן און געליטן און געשוויגן לדוגמא איז באקאנט א מעשה ואס איך האב עס געהערט פון א מקור ראשון וואס איז דערביי געווען בין כסא לעשור ווען די טאכטער הרבנית רויזלע הי"ד איז געווען ביים טיר און געווארט עטליכע שעה אריינצוגיין זיך צו בענטשן ביים טאטען און רביה"ק בעל ברך משה איז דאן אויך אנגעקומען און מיטגעהאלטן ווי מלאזט איר נישט אריין (זעהט אויס אז דעם ברך משה האט מען יא אריינגעלאזט נאך ווי לאנג זי האט געלעבט ווייל דאן האבן זיי נאך געהאלטן אימיטן די ערשטע פאזע פון הגענען מענטשן וואס קענען חלילה איבערנעמען זייער פאסטן) עכ"פ האט פונקט רבינו הקדוש והטהור זיך אויסגערעט פארן ברך משה אז אפילו מהאט א טאטען א פויער קומט מען זיך בענטשן פאר יום הקדוש און דא וויל זיין טאכטער נישט קומען זיך בענטשן, זעענדיג בצערא של רבינו האט דער רבחי דער ברך משה גענטפערט דעם רבין "איך ווייס אז זי איז דא געווען און מהאט איר נישט אריינגאעלאזט" ווי נאר דער רבי האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעלאכטן פון איין זייט און פון די אנדערע זייט אראפגעגאנגען צו די רביצין מאכן קולות פארוואס מהאט איר נישט אריינגעלאזט און די רביצין האט געלייקנט האט רביה"ק זיך אנגערופן בהאי לישנא "מיין משהלע זאגט נישט קיין ליגנט".
והשתא דאתית להכי וועל איך מיר ערלויבן צו פארציילן א זאך וואס כמעט קיינער ווייסט נישט און איך האב עס געהערט פון איינע פון די ראשי קהלה אז אום תשי"ד האט מען די רביצין ארויסגענומען חלקים ביי אן אפעראציע און דער דאקטער האט פעסטגעשטעלט אז זי קען נישט האבן קיין קינדער און די "שטוב" האט פארשטייצעך געמאכט א שווייג פון די גאנצע מעשה, און רבינו הק' בעל ב"מ רחמנות האבענדיג אויפע פעטער וואס איז אזוי צובראכען אז ער לאזט נישט איבער קיין זש"ק האט ער אויסגעזאגט אמאל פארן פעטער איבער די אפעראציע (לכאורה האט דער רבי זי"ע געזעהן אז ער איז ארומגענומען און מוועט אים ממילא נישט לאזן חתונה האבן) יארן שפעטער ווען די רביצין האט אפירגעהאלטן דעם ברך משה אלס רבי בעת ווען די שטוב מענטשן האבן גרעסער געמאכט דעם פייער אין דער צייט וואס דער ברך משה האט פרובירט אלעס אויף דער וועלט צו לעבן בשלום מיט די רביצין אין די אנהייב הנהגה יארן פונעם ברך משה האט זי געטנעהט פארן ברך משה אז ער האט פארציילט האט דער ברך משה גענטפערט "פרעג איך די מומע האב איך געמיינט מיר? ווען דער פעטער האט ווען קינדער וואלט איך געבליבן סיגוטער רב איך האב דאך פשוט רחמנות געהאט ווי ער גייט אויס צו האבן זש"ק און ער ווייסט גאר נישט אז סאיז ניטאמאל מעגליך בדרך הטבע" ע"כ פון די שטוינענדע מעשה עכ"פ זעהט מען וואס דאס הייסט אז די שטוב מענטשן האבן דעם רבין פונקט אזוי געפייניגט ווי משה גבאי וחבריו צום ברך משה און ער האט געמוזט ליידען און שווייגן און יעצט ווען איר וועט איבערהערן די טעיפס ווי די חברה האבן געהייסן אויסרופן ביי די פורים טישן מזאל אינזין האבן דעם רבין פאר קינדער וואספארא ליצים די זענען געווען אויפן רביןס חשבון אבער אז מרעדט פון רויזעלע וואלט דער ציבור געמעגט הערן וואס הייסט רשעות איך האב געהערט אויף אז נדברו טעל סיסטעם ביי די מעשיות פון ניקלישבוגער רבין פון מאנסי ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל ביים משתטח זיין אויף רויזעלעס ציון ווי ער זאגט אז א איד איז אים אליין צוגעקומען און פארציילט דעם שאקירנדען עפיזאד סאיז געווען ווען מהאט געדאפט צולייגן שמאלץ קעגן רויזעלע און דער רבי האט נישט געוואלט גלייבן אזויפיל לשון הרע אויף זיין אייגן טאכטער איז געקומען איינער פון די שטוב מענטשן צו יענעם און געבעטן אויב ער קען שאפן א פאלשע בילד פון רויזעלע אז כאילו זי איז אפגעפארן און אים איז בייגעפאלן אז מקען נעמען דעם פאספארט אין וואס מען פלעגט אמאל דארפן אנטאן א שייטל ביים מאכן דעם פאס און ער האט טאקע פארשאפט דעם פאספארט און געמאכט א קאפי און ער איז אריין צום רבין פארציילנדיג אז ער האט א בילד פון איר מיט א שייטל און זי איז שוין אפגעפארן האט ער דערציילט פארן ניקלישבורגע רבין אז דער רבי איז געווארן בלאַס וואו דער וואנט און ווי א נער האט ער נאך עד היום געמיינט אז מדארף זיך אויפטוען מיט דעם.. (לכאורה איז דער שליח געווען א לא לנו וועם מהאט געניצט דערפאר וויסנדיג אז ער האט נישט צופיל שכל דערפאר האט ער נאך עד היום געקענעט דערפרייען אזא מעשה רציחה) האט דער ניקלישבורגער רבי אויסגעפירט קוק וואס קנאה קען צוברענגען אז מזאל אזוי פייניגן ר"ל דעם רבין אליין מיט זיינע אייגענע קינדער
איך האף אז כהאב נישט צופיל געשריבן ווייל אפשר איז בעסער אז די זאכן זאלן זיין באהאלטן אבער פון די אנדערע זייט דארף דאס זיין וויסענד ביים ציבור ווער די אינשי דלא מעלי אויב בכלל אינשי זענען געווען און זיי זענען די וואס פירן היינט די זאלי-בני יואל פארטיי און טערעטן דארט אויף מיט זייער פרעדיגעריי קעגן די מענטשהייט וואס זיי קענען זיך נישט אפשיידן פון זייערע וועגן די לעצטע 50 יאר, און האבן נאך די חוצפה זיך ארויפצוכאפן אויף א ווארט דא און א ווארט דארט וואס רבותינו הקדושים האבן אמאל זיך אויסגעדריקט אויף זיי אדער אויף זייערע מיטהעלפער
זאל שוין דער אב הרחמן אריינשיינען אין זיי אביסל רחמנות און אביסל דעת און אויפהערן צו שפילן קאזאק הנגזל כאילו מהאט זיי גאר געפייניגט אין דער צייט וואס זייער איינציגער ציל איז אייביג געווען בלויז חרוב מאכן וואו רביה"ק בעל ב"מ האט אמאל געזאגט אנהייב פון זיין הנהגה יארן "וואס טענן די מענטשן אז זיי האבן מורא אז דעם רבינס הייליגקייט וועט פארגעסן ווערן און זיין ארבעט ווועט קאליע גיין?? דאס טוען זיי דאך בידים זיי ווילן דאך אלעס חרוב צו מאכן" עכ"פ זאל ווייטער מקוים ווערן דער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי און די חברה זאלן תשובה טאן און פאררעכטן זייערע וועגן, ביז רביה"ק וועט אויפשטיין תחיית המתים און ווייזן מיטן פינגער אויף רביה"ק בעל ב"מ און רבינו שליט"א אז זיי האבן פרובירט צו ראטעווען זיין הייליגן האראוואניע שלא ישלטו בהם זרים,
תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 23:54:03
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 23:41 |
|
| |
די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף צו הערן אזוינע מעשיות
ה'ינקום דמה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:05 |
|
| |
איך קען זיך שוין נישט איינהאלטן!,ואיני יכול להתאפק, וועל איך פאר ציילן א מעשה וואס איך געהערט דעם פארגאנגענעם תשעה באב, פון א יוד וואס איז געווען דערביי ביי די מעשה האט עס איבערדערציילט! ווען דער קערעסטירער רב איז געווען אויף מקומות הק' אוהעל אין אונגארן בשנת תשס"ח, איז צו אים צוגעגאנגען א אונגארישער יוד, וואס וואינט היינט אין פלעטבוש, און האט אים דערציילט, - אזוי זיך אויפצוטוען - אז בשעת די באוואוסטע מחלוקה צווישן ר אהרן און הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א - ( ווען מ'האט אים צוגענומען די מגי"ש פאסטענס פון ישיבה און ביהמ"ד) האט אין אמאל ד. ע. די "שטוהב מענטש" טעלעפאנירט און אים געבעטן שוין אריבערצו קומען צו'נעם. שוין בעהט ער איהם אז היות ער לאזט שוין נישט אריין רבצין מייזליש פאר א שטיק צייט צום רבי'ן און די רבי רעדט זיך אויס פאר זיין נעפיו סיני, דער זוהן פון שלום אליעזר, אז אפילו א פויער שטייט שוין בעססער פון אים, במילא מוז ער אויפקומען מיט שטאף! זאל ער אריינטראגן א בילד פון די טאכטער וויאזוי זי גייט ל"ע אריין צו סאסמאן'ס שוהל!!! ער זאל שוין אנרופן די חברה וואס קענען ארומארבעטן אויף בילדער מ'זאל אזאנס צאמקנאקן! וכך הוה ליידער. (דער יוד האט נישט געהאט קיין שכל זיך צו שעמען דערמיט ל"ע)
תוקן על ידי סטראבערי ב- 01/12/2011 00:07:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:08 |
|
| |
הי"ד
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:13 |
|
| |
סטראבערי טייערער
צו א שוואכע באפקע דשאוק אפצופרעגן מעשים ידועים און אפילו די מעשה שאינו ידוע מיט די רביציןס אפעראציע איז מעגליך זיך נאכצופרעגן ביי אידן וואס ווייסן דערפון ווי ראשי קהלה וכדומה
תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 00:18:02
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:28 |
|
| |
באלד האלט מען שוין דא, ביי די מחלוקה צווישן קין און הבל
למעשה, פון די התייסדות בני יואל אדער זאלי פארטיי ביז היינט צו טאג, מיט וואס זענן זיי בעסער?
א חוץ זייער איין מצוה צו שרייען 'ארוני שייגאץ'!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:47 |
|
| |
גריונים כתב
רבינו הק' בעל ב"מ רחמנות האבענדיג אויפע פעטער וואס איז אזוי צובראכען אז ער לאזט נישט איבער קיין זש"ק האט ער אויסגעזאגט אמאל פארן פעטער איבער די אפעראציע (לכאורה האט דער רבי זי"ע געזעהן אז ער איז ארומגענומען און מוועט אים ממילא נישט לאזן חתונה האבן)
שרייב די אויספיר פון די מעשה וואס רביה''ק האט אים גענטפערט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 02:06 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | גריונים כתב
רבינו הק' בעל ב"מ רחמנות האבענדיג אויפע פעטער וואס איז אזוי צובראכען אז ער לאזט נישט איבער קיין זש"ק האט ער אויסגעזאגט אמאל פארן פעטער איבער די אפעראציע (לכאורה האט דער רבי זי"ע געזעהן אז ער איז ארומגענומען און מוועט אים ממילא נישט לאזן חתונה האבן)
שרייב די אויספיר פון די מעשה וואס רביה''ק האט אים גענטפערט |
|
האסט פארגעסן וואס כהאב אנגעהויבן ווידער איז געווען פעלער וואס איך ווייס קלאר וואו ער האט געווסט און זיך געגעסן און געליטן און געשוויגן
און לויט מיין אינפארמאציע איז ביי דעם מציאות אויך אזוי געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 02:27 |
|
| |
סטראבערי. איך געדענק וועט מ'האט אראפגעווארפן מרת מייזליש (אשת הרה"ג ר' שמעון זאב) אלע טרעפ !
וד"ל וד"ל וד"ל !
אויך איז באקאנט אז די דער רבי שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ביי זיין טאכטער "מרת מייזליש" קען מען קיין גלעזל וואסער נישט טרינקען" אלעס איז ביי איר טריפה !
וד"ל וד"ל וד"ל !
האסט נאך גוטע מעשות?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 02:28 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | גריונים כתב
רבינו הק' בעל ב"מ רחמנות האבענדיג אויפע פעטער וואס איז אזוי צובראכען אז ער לאזט נישט איבער קיין זש"ק האט ער אויסגעזאגט אמאל פארן פעטער איבער די אפעראציע (לכאורה האט דער רבי זי"ע געזעהן אז ער איז ארומגענומען און מוועט אים ממילא נישט לאזן חתונה האבן)
שרייב די אויספיר פון די מעשה וואס רביה''ק האט אים גענטפערט |
|
די רבי ז"ל האט גענפערט אס ער זעהט אז שיגאן גייטט גיין אין זיינע דרכיןם ממילא דארף ער שוין נישט קינדער
|
|
|
|
|