| נשלח ב-30/11/2011 02:24 |
|
| |
ארכעלאגן געכאפט ביי חפירות ר"ל - ב"ה אפגעשטעלט!
אין די טעג האט דער "ועד למניעת חילול קברים" געכאפט די ארכעלאגן גראבן קברי ישראל רח"ל אין א שטח נעבן טברי', אין א פלאץ וואס הייסט "צומת גולני".
דער משגיח פונעם ועד איז אנגעקומען דארט נעכטן מאנטאג, און צו זיין שטוינונג האט ער געזעהן אז זיי גראבן אויס קברים רח"ל אין א ביה"ח וואס איז שטארק מעגליך קברי ישראל.
דער משגיח וועלכע האט די פערמיטן אריינצוגיין איז תיכף אריין און פארלאנגט אפצושטעלן די ארבעט, אבער די ארטיגע ארכעלאגן האבן געטענה'ט אז די שטאטראט האט זיי באפוילן דאס אויסצוגראבן.
ער האט תיכף אנגעקלינגען די ראשי הועד, וועלכע האבן אראפגעשיקט נאך איינעם מיט וועמען זיי זענען פארבינדן, און יענער האט די מאכט צו פארלאנגען די ארבעט זאל זיך אפשטעלן, און אינדערצווישן האט די ועד געקאנטאקט די הויפט פון די ארכעלאגן, און אים פארגעהאלטן וואס דא טוט זיך.
דער פירער האט מודה געווען אז זיינע ארבעטער האבן געטוהן א זאך ואס זיי טארן נישט, ווייל זיי האבן געמוזט איינמעלדן פארן אנהייבן גראבן, אבער ער האט געזאגט אז עס גייט זיך אפשטעלן.
היינט איז דער ועד אריין אינעם פלאץ, און אבזערווירט וואס דארט טוט זיך.
עס שטעלט זיך ארויס אז די ארכעלאגן האבן ליידער אויסגעגראבן צוויי קברים. אבער עס איז נאך פארבליבן נאך 4 קברים, און נאך 6 "מערות קבורה", וואס דאס קען אנטהאלטן צומאל צענדליגער קברים.
זיי זענען איבערגעגאנגען מיט די ארכעלאגן די פלענער, און זיך נישט אוועקגערירט ביז עס איז געבליבן אפגעמאכט פונקטליך וואו מען גייט ארבעטן און וואו נישט, און א משגיח פונעם ועד וועט כסדר קומען אויפן פלאץ בא-אבאכטן אז די ארכעלאגן טוען נישט אנדערש ווי היינט אפגעמאכט, און אז אלע (אויסער די צוויי) די קברים בלייבן יא אומ-בארירט.
ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
---
היינט אויפדערנאכט האט די ועד אריינגערופן אין בי"ד העדה, און איבערגעגעבן אלע דעטאלן וואס עס האט ליידער פאסירט און וואס מען האט ב"ה דערגרייכט מיט די אפמאך אויף ווייטער, און די ועד האט געגעבטן בי"ד ארויסצוקומען מיט א "מכתב מחאה", וויבאלד די ארכעלאגן האבן דא געטוהן א שריט קעגן א בפירוש'ער אפמאך, און זיי מוזן זעהן אז עס איז נישט קיין מאנקי ביזנעס.
בי"ד האט געפרעגט צו עס פעהלט אויס א מחאה אויפן פלאץ, וואס אויף דעם האבן די עסקנים געזאגט אז יעצט אויף די מינוט איז שוין דא א אפמאך מיט די ארטיגע ארכעלאגן, און עס קען שאטן א פראטעסט אויפן פלאץ, אבער בי"ד זאל יא שרייבן אז אויב וועט מען זיי כאפן נאכאמאל ביי די מעשה און מען וועט זעהן אז זיי גראבן חלילה ווייטער, זאל מען ארויסגיין גלייך מיט א מחאה אויפן פלאץ.
לויט ווי דער מזכיר הבי"ד גיט איבער, גייט מארגן ארויס דער בריוו פון בי"ד (איך וועל עס האבן אפשר שפעטער היינט נאכט).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 20:13 |
|
| |
יוסל90 - סוג ענטפערט ווי פאלגנד:
=================== ניטאמאל ווייסט ער דאס ארט פון די חפירות, ער ווייסט ניטאמאל צוזאגן אז עס איז לעבן חבקוק הנביא ציון, און זיי האבן שוין געטאן און זיי האבן שוין געמאכט,און די העדה האט זיי געזאגט און די העדה האט זיי געהייסן דיי ארכעאלאגן האבן צו זיי גערעגדט, און ר' אהרן טייטלבוים האט געשטורמט, אזוי גייט עס ביי זיי די מייק'ס און די גאסן אז מ'זאל ארויספארן מוחה זיין אויפ'ן ארט האט געמאכט "אתרא קדישא", מוחלה געווען האבן סאטמאר יונגעלייט פון כולל יטב לב מיט די "אוהל שרה" כולל וועמען בענצי לאוב רופט סיקריקין, אבער דער "ועד" פון לאוב האט אפגעשטעלט
צום ביד"צ העדה החרדית זענען היינט געווען עסקני "אתרא קדישא" ר' מרדכי רובין מיט ר' אהרן היימליך, אבער דער "ועד" האט ארויסגענומען דאס צעטל.
אויפ'ן ארט ביי די חפירות איז געוועזן אנוועזענד דער פארשטייער פון "אתרא קדישא" ר' משה האקערמאן, אבער לאוב פון אמעריקע און יאקטער פון תל אביב האבן עס אפגעשטעלט.
דער בריוו פון ביד"צ העדה החרדית איז שוין און גאס און לאוב זאגט אז עס קומט גאר ארויס מארגן =====================
לאמיר ענטפערן על ראשון ראשון:
1) יא, עס איז אמת אז "אהל שרה" (נטורי קרתא) איז געווען מאנטאג מוחה זיין, און דאסמאל האבן זיי זייער גוט געטוהן (פאר א טשעינדש..)
אבער, אויסער מוחה זיין קענען זיי גארנישט. פינטל. אלעס פון דא און ווייטער, די אינטערווענצן און הארעוואניע אפצושטעלן די ארבעט, דאס האט דער ועד געטוהן.
2) צו אתרא קדישא האט אויך געבעטן א בריוו פון בי"ד ווייס איך נישט, קען זיין, אבער דער נוסח אין דעם בריוו איז אויסגעשטעלט געווארן דורכן מזכיר זייענדיג אויפן טעלעפאן מיט די ראשי הועד, בשעת די ישיבת בי"ד וואס דער ראב"ד שליט"א האט אנגעפירט.
ווען בי"ד זאל טוהן וואס אתרא וויל, וואלט נישט געשטאנען "ואם ח"ו לא יפסיקו וימשיכו במעללם", ווייל לויט אתרא איז נישטא אזא זאך "אויב", אתרא האט אזאנס קיינמאל נישט געשריבן, אז "אויב" וועלן זיי ממשיך זיין, ווייל שיטת אתרא איז אז אויב האט מען געגראבן אפילו א קלייניקייט, אנשטאט ראטעווען די איבריגע, זאל מען "בלויז שרייען און קוויטשענען" און באשיסן די חברה מיט שטייער, אפגעזעהן צו מיט דעם ראטעוועט מען, אדער מען מאכט חרוב מער ווי מען ראטעוועט.
3) דער בריוו איז נאך "נישט" געווען אין די גאסן בשעת איך האב געשריבן די נייעס. (אפשר צוויי שעה שפעטער - ווען דו האסט געעפנט דיין אשכול - שוין יא. דאס ווייס איך נישט, אבער וויאזוי עס זאל זיין איז דאס א קליינע ליגנט פאר דיר).
4) אויב זאגסטו אז ענק האבן געראטעוועט דאס פלאץ און נישט די ועד, אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס אהל שרה / סיקריקין / נטורי קרתא זענען היינט ווידער געוועהן אויפן פלאץ מוחה זיין, נאכן אפשטעלן די ארבעט, (אין די צייט וואס בי"ד שרייבט קלאר "ואם ימשיכו") ??
אתמהה! ענק האבן געראטעוועט און ענק פראטעסטירן ווייטער? הפלא ופלא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2011 20:41 |
|
| |
וואס דרייסטו א קאפ אז אתרא קען גארנישט אויסער קוויטשענען?
מילך שטערן קען שרייבן "חזור בך" אין דער איד פאר 20 וואכן מיט אלערליי ניבול פה און דברי חשק מיט וואס דאס אינגל איז באקאנט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:10 |
|
| |
יעדער זוכט זיך אויפצו טוען מיט ווי מער חפירות ער האט כלומפרשט געפּאַקט! און אפגעשטעלט, כאילו ס'איז עפפעס א לאטטערי געווארן. ס'קריכט שוין פון די נאז
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 00:12 |
|
| |
סטראבערי, זאג עס פאר פארפוילטע אתרא קדישא מאפיא.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 01:05 |
|
| |
סטראבערי:
אין די לעצטע יאר צייט, האט די ועד למניעת חילול קברים געפאקט די ארכעלאגן 2 אדער 3 מאל, אריינגערעכנט די יעצטיגע פאל. נישט מער (ווייל מער איז נישט געווען ב"ה).
אתרא קדישא האט שוין אנגעפירט אין די לעצטע יאר א ערך פון 365 פראטעסטן (דוכט זיך אז אזויפיל טעג איז דא אין א יאר, אריינגערעכנט מוצ"ש..).
אויף זייערע פראטעסטן גייען טעגליך ארויס פון 3 ביז 9 נטורי קרתא אינגעלייט פון "אהל שרה'', און זיי זענען מוחה און שרייען "שודדים" אויף די ערליכע משגיחים וועלכע גיבן אכט אויף די קברי אבותינו, אומזינסט, און לאזן עס נישט איבער פאר די וועלכע בעטן דערפאר עטליכע מעלאנע'ס, באצאלט מען איז גוט ואם לאו שם תהא הפגנות למען כבוד שמו יתברך.
===========
די וואך זענען ארויס פון זיי 7 אינגעלייט. און... סוג שרייבט שוין אז דאס איז נישט נאר אהל שרה, נאר אויך סאטמאר-אהל רחל (וואו עס געפינען זיך א שיינע צאל נטורי קרתא'ניקעס).
נו שוין, 7 אינגעלייט, און דאס איז קראנט "נישט נאר" פון אהל שרה נאר אויך פון אהל רחל. און איך ברויך ענטפערן?
תוקן על ידי FiveBoro ב- 01/12/2011 01:09:10
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 04:36 |
|
| |
איך מיין מ'דארף עפענען א באזונדערע פארום ווי פייוובארא מיט סוג זאלן זיך אויספאנטשן יעדע שני וחמישי אויף פרישע גראב ערטער און אנדערע שטעט. נישט פאר די זאליס און נישט פאר די אהרונים גייט אן די קריגעריי וואך איין וואך אויס, יאקטער שמאקטער וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 04:53 |
|
| |
געלעכטער דיר אינטערסירט ענדערש צו רעדן פון סאוט 8 וואו עטס זענטס נאכנישט זיכערע פארלירער אבער פון קברים ווילסטו שוין נישט רעדן ס'הייסט דער וועד להצלת אין אייראפע בראשות הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א און דער וועד למניעת אין ארץ ישראל בראשות הגאון הגדול פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א שטייען צי גוט.. און דער ווארט אתרא קדישא שפייט שוין בלוט ביי יעדן מילא בעסער מרעד פון סאוט 8..
תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 05:36:39
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 05:04 |
|
| |
איך לאז דיך ווייטער רעדן ווי די יאר איז גרויס. יאקטער איז עכט יא מעכטיג. סארי ס'געווען א ראנג נאמבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2011 19:35 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | איך מיין מ'דארף עפענען א באזונדערע פארום ווי פייוובארא מיט סוג זאלן זיך אויספאנטשן יעדע שני וחמישי אויף פרישע גראב ערטער און אנדערע שטעט. נישט פאר די זאליס און נישט פאר די אהרונים גייט אן די קריגעריי וואך איין וואך אויס, יאקטער שמאקטער וכו' |
|
איך מוז דיר זאגן, געלעכטער: איך פארשטיי דיר.
ווען איך זאל פארמאגן פאר לאנגע יארן א מאפיא קאמפאני וואס איר טעראר רוימט אפ דעם אמת פון די מאפע, און אלעס איז אונטער איר אונטערטעניגט (קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג), און עס גיט א שיין אויף א תקופה ווען די גאנצע שמוציגע קאמפאני מיט די גאנצע פאויער גיט זיך אזא וויש אפ פון די מאפע, וואלט איך זייער נישט געוואלט אז מען זאל דערפון רעדן, נישט נאר מיינע קעגנער זאלן בעסער זיין שטיל, נאר אפילו די וואס זענען אויף מיין זייט, א שטייגער ווי סוג אין אונזער פאל...
אין אזא צייט איז שתיקה יפה.
===============
אבער מיין אמת'ער ענטפער איז: איך צווינג נישט קיינעם אריינצוקומען ליינען וואס איך שרייב. די סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל גאר אסאך אידן ווילן שטארק הערן דעם גאנצן אמת, אן קיין פאליטישע הוספות און פארהוילענישן, וואס דאס שטעל איך דא ציה.
און די חיזוק וואס איך האב אויף אנצוגיין, איז די גריסן וואס איך באקום. סיי פון פילע אידן וואס באדאנקען זיך דערפאר, און בעטן שטענדיג פאר אפדעיטס, און סיי פון וואס איך הער צוריק ווי די מאפיאנערן טאנצן אונטער און ווייסן נישט וויאזוי צו באהאנדלען די אויפשטייג פון די ליעקס...
און איך בין העיר טו סטעי בעז"ה.
================
השתא דאתית להכא, מיין טייערער ידיד הרב געלעכטער: היות דו האסט א צייט צוריק יא פרובירט צו פארטיידיקן די מאפיא גרופע, און איך האב געהאט מיט דיר וויכוחים אין ענינים וואס איך ווארט נאך אויף פילע תשובות, וועל איך נעמען די רעכט דאס ממשיך צו זיין.
איך וויל שטעלן 2 שאלות:
1) לויט אתרא קדישא קומט פאר חפירות ממש טעגליך. זיי לויפן אויף מחאות יעדן איינציגן טאג, למען כבוד שמו יתברך. וויל איך פארשטיין: וואס האט יעצט פאסירט אז בי"ד האט געשריבן א בריוו איבער איין ספעציפישע מקום החילול (וואס עס איז טקאע פארגעקומען א חילול)?? מאי שנא די טעגליכע חילולי קברים ווי די יעצטיגע?
ביז יעצט האב איך נאך געהערט תירוצים אז "בית דים מוז נישט ארויסקומען מיט א פרישע בריוו אויף יעדע פלאץ וואס מען גראבט", אבער יעצט זעה איך אז ווי נאר מען האט אנגעהויבן גראבן אויף א פלאץ, איז ביז צצוויי טעג געווען א בריוו פון בי"ד, מיט גענויע הוראות כדת מה לעשות.
אויב אזוי, אודי לי מיהת אז די אלע איבריגע פאליטישע פראטעסטן זענען קנאות לשם רשעות אן קיין שום שייכות צו הצלת קברים!
2) אתרא זאגט אז מיטוואך זענען זיי געגאנגען מוחה זיין ווייל די חפירות האבן ווייטער אנגעהאלטן. (א הוילע בלאף).
וויל איך פארשטיין, וואו זענען אלע קהילות געווען מיטוואך? בי"ד שרייבט דאך אז אויב וועלן זיי ממשיך זיין זאלן אלע אידן בארץ ובגולה ארויסגיין אין די מאסן פראטעסטירן. איז דאך דער עולם געשטאנען גרייט אז ווי נאר מען הערט חלילה אז מען גראבט, גייט מען ארויס מוחה זיין.
נו, זאגסטו אז ווען מ'איז אנגעקומען מיטוואך האט מען זיי געטראפן ארבעטן. האט מען דאס נישט תיכף איינגעמאלדן פאר בי"ד? פארוואס איז קיינער אויסער די עטליכע חולי נפש (נ"ק) נישט ארויסגעקומען? וואו איז כלל ישראל געווען? וואו זענען די רבנים וגדולי ישראל? וואו זענען די חברי הביד"צ וועלכע האבן אליינס געשריבן אז מען זאל ארויסגיין?
אויב איז דא תשובות, ביטע ענטפערן על ראשון ראשון. יישר כח.
================
און יעצט איין ווארט צו סוג / יוסל90:
מיר זענען אמאל געווען נאנטע ידידים, ווען מיר האבן נאך ביידע געהערט צו סאטמאר. איך מוז דיר זאגן, איך האב מיר געפאפט מיט דיר!
איך האב אלעמאל געמיינט אז דו ביסט א קלוגער אינגערמאן.
|
|
|
|
|