דזשיגאן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל: א דורכפאל!
די טעג קומען באריכטן אז די גאנצע נסיעה פון דזישגאן עם הארץ קיין ארץ ישראל קומענדיגן חודש שבט, הענגט אויף א האר און איז אין מצב פון אונטערגאנג.
דער סיבה דערצו איז, אז כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק, און הגר"ש וואזנער שליט"א האבן געשיקט א מעסעדזש פאר ר' אהרן אז זיי וועלן אים נישט אויפנעמען ביי זיי אין שטוב, צוליב די מערכה וואס ער פירט מיט דעם מוסד הקדוש "אתרא קדישא" וואס שטייט אונטערן נשיאות פונעם גאב"ד שליט"א און הגר"ש וואזנער שליט"א.
דער דזשיגאן עם הארץ האט געענטפערט אויף דעם אז ס'נישט זיין מערכה, עס האט גארנישט מיט אים, בלויז דער וואנזיניגער יאקטער מיט נאך צוויי דריי אין אמעריקע פירן א מערכה, אבער ער איז דערקעגן. די רבנים האבן אים געענטפערט אז וויבאלד ער קען דאס אפשטעלן און ער שטעלט דאס נישט אפ, איז ער זעלבסט פאררעכנט ווי א מהרס.
ווי נאר דער דזשיגאן האט זיך דערזען אז די נסיעה גייט זיך ענדיגן מיט פאטאלע בזיונות, האט ער באשלאסן אז ער פארט ממש נאר אויף 12 שעה, צו די חתונה און צוריק. האט זיך אבער אונטערגעריקט א פרישער פראבלעם, דער חתן דידן, בן חמ"ץ מייזליש, איז אויפגעוואקסן ביים זיידן הרה"צ מוויזניץ שליט"א, און ער פירט זיך מיט אלע וויזניצע מנהגים און מסורה, און ער איז קנאפ ווייניג אינטערעסירט אויפן סאטמארער פעטער.
איבערהויפט ווייסט דער חתן אז דער דזשיגאן וועט - כדרכו - אוועקנעמען דאס גאנצע כבוד פונעם זיידן פאר זיך (וואס איז בלויז א פעטער!), האט ער מודיע געווען פאר דזשיגאן אז אויב קומט ער צו די חתונה פארשפרעכט ער אים בזיונות וואס ער האט שוין לאנג נישט געהאט. דזשיגאן האט זיך דערזען אין א דילעמא. בזינות פון די עדה און הרב וואזנער, בזיונות ביי די חתונה, דעריבער האט ער דערווייל געלייגט די נסיעה אויף האלד.
ווי עס איז צום גלייבן אז די אהרונים וועלן נאך פרובירן אלעס אין די וועלט אנצואווערן אז דער דזשיגאן זאל יא קענען קומען, פון טערארעזירן דעם גאב"ד און הרב וואזנער, ביזן סטראשען א חתן ביום חופתו מיטן ארגסטען, דעריבער איז די נסיעה נאכנישט גענצליך אפגערופן געווארן.
 |
|
|