| נשלח ב-1/12/2011 23:41 |
|
| |
ברעקינג • באמבע: כ"א כסליו הבעל"ט אין "ניו יארק סטעיט ארמארי"!
אין די מינוטן קומט די גאר גינסטיגע נייעס אז עס איז געלונגן פאר די הנהלת הישיבה צו באקומען דעם היסטארישען "ניו יארק סטעיט ארמארי" בילדונג אין וויליאמסבורג זאל שטיין צום באנוץ פארן סעודת הודאה און דינער השנתי היי יאר כ"א כסליו וועלכע געפאלט מוצש"ק פרשת וישב הבעל"ט.
די שטארקע עררייכונג פאר די הנהלת הישיבה קומט נאך לאנגע וואכן שווערע הארעוואניע פון העסקן הנודע, דער בארימטער סאטמארער פארטרעטער ביי די שטאטישע באאמטע, הרבני מו"ה ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט זיך אריינגעווארפן ראשו ורובו אין דעם פראיעקט אויף דעם פארלאנג פון די הנהלת הישיבה. אזוי אויך האט צוגעהאלפן צו דעם ערייכונג הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו, לאנגיעריגער פארזיצער פון די פאראייניגטע אידישע ארגענעזאציעס אין וויליאמסבורג.
היינט האט מען ב"ה ערהאלטן די גוטע נייעס אז דער "ארמארי" בילדונג, וועלכע אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט היסטאריע און נאסטאלאגישע זכרונות פון סאטמארער חסידים, וואס דענקן נאך די היסטארישע מסיבות און מעמדים וואס זענען דארט פארגעקומען, וועט אי"ה אויך דינען היי יאר אלס אכסני' פארן סעודת הודאה וכינוס תלמידי וחסידי סאטמאר רבתי.
די היסטאריע פונעם "ארמארי" מיט סאטמאר איז גאר א רייכער. די התייסדות פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו קוה"ק זי"ע. דער היסטארישער מסיבת יובל העשרים פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און דער גאנצער בי"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, צענדליגער מסיבת כ"א כסליו במשך פון די יארן, די חתונה פון הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, חדב"ן מרן רבינו שליט"א, און נאך.
דעריבער איז א גרויסע פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אז די הנהלת הישיבה האט באקומען דעם בילדונג.
ווי מ'הערט הייבן זיך שוין אן אינסטעטיווע הכנות בעפארצוברייטן דעם גרויסארטיגן מעמד, וועלכער אנטשפרעכט צו זיין א זעלטענער קידוש שם שמים.
פרטים יבואו!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 00:01 |
|
| |
דער דיעל איז אינטערגעשריבן געווארן פון די סטעיט. וואס באשטעטיגט אז 2012 די זאליס 2013 די ארונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 00:07 |
|
| |
חיזוק חלשות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 00:24 |
|
| |
2014 מענדעלע 2015 חיים הערשעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 00:37 |
|
| |
מלך:  _________________________________________________________________________________ ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יודו ויברכו: תורה מחזרת אל אכסניא שלו – מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן די בשורה טובה ומרנינה, אז נאך לענגערע שתדלנות און אונטערווענץ ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וועט דער היי-יאריגער דינער השנתי וסעודת הודאה לרגל כ"א כסלו אפגעראכטן ווערן, בהשתתפות רבבות אלפי חסידים ואנשי מעשה, זקנים ונערים, בעלי בתים ואברכים, רבנים וראשי ישיבות, בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. אינעם גיגאנטישן ניו יארק סטעיט ארמארי אין וויליאמסבורג אויפן זעלבן ארט וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסארטיגער מעמד קידוש השם צוזאמען מיט'ן בעל הנס מרן רבינו הקוה"ט רשכבה"ג זי"ע בשנת תשל"ח – ל"ט, און בחיי מ"ממרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע פון שנת תשמ"ז ביז תשנ"ז לפ"ק. גדול יהיה כבוד המעמד הזה


|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 06:12 |
|
| |
להחזיר עטרה ליושנה!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 08:04 |
|
| |
ווי זאגט מיר א אהרוני יעצט: די זאליס לאכן א גוטס. זיי האבן דעם ארמארי און די אהרונים האבן א צעטל מיט מאשקאוויטש'ס נאמען, וואס מען קען גלייך ארויף טראגען צום ציון הקדוש צווישען אלע קוויטלעך, ווייל נעקסטע יאר וועט דעס צעטיל נישט זיין צום טרעפען.. פארוואס האמער אינז עס נישט באקומען היי יאר און פאר זיי געגעבן א געסיינטע צעטל?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 08:33 |
|
| |
הירצקא צוויבל גלייבט מען שוין נישט ברענגט מען מאשקאוויטש מיט אביסל טינט פון א קליינע פעדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:22 |
|
| |
לוזערס פון דער יאר זייטס ענק נעבעך מחזק מיט דער מעכטוגע געווינס פון דער ארמארי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:44 |
|
| |
די זאליס טאנצן פאר שמחה און שרייבן: היינט האט מען ב"ה ערהאלטן די גוטע נייעס אז דער "ארמארי" בילדונג, וועלכע אירע ווענט זענען אנגעזאפט מיט היסטאריע און נאסטאלאגישע זכרונות פון סאטמארער חסידים, וואס דענקן נאך די היסטארישע מסיבות און מעמדים וואס זענען דארט פארגעקומען, וועט אי"ה אויך דינען היי יאר אלס אכסני' פארן סעודת הודאה וכינוס תלמידי וחסידי סאטמאר רבתי. די היסטאריע פונעם "ארמארי" מיט סאטמאר איז גאר א רייכער. די התייסדות פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו קוה"ק זי"ע. דער היסטארישער מסיבת יובל העשרים פון קרן הצלה, בראש פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע און דער גאנצער בי"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק, צענדליגער מסיבת כ"א כסליו במשך פון די יארן, די חתונה פון הרה"ג ר' יואל שמעון פריעדמאן שליט"א, חדב"ן מרן רבינו שליט"א, און נאך. דעריבער איז א גרויסע פרייד ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אז די הנהלת הישיבה האט באקומען דעם בילדונג.
עס רייסט דאס הארץ, ס'איז נישט אויסצוהאלטן אז די זאליס האבן דערווישט די הייליגע ארמארי, דארט ווי דער רעבעזיכרוינעווראחע האט געוויילט אין זיינע לעצטע יארן, מיר גייען אויס פאר קנאה!, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי, אוי! אוי! די זאליס האבן דערווישט דעם הייליגן ארמארי!, ממש דעם רבין זיחרוינע ווראחע אליין, ווען די אהרונים האבן ווען שכל, פראבירן זיי כאטש אריין צו כאפן דען רעבענס זיכרוינע ווראחע לינקע האנט, זיי וואלטן געדארפט גיין אויף פראט אינסיטוט וואס האט אויך זייער אסאך היסטאריע, אמת ס'איז נישט אזוי הייליג ווי די ארמערי, אבער פארט זייער הייליג, און אפשר גאר גיין אויף סט. דזשארזש האטעל, וואס האט אין זיך זייער אסאך קדושה, ס'איז דארט ווי דער ערשטער כ''א סעודה און דינער איז פארגעקומען לאחר המחלה פון רעבעזיכרוינעווראחע, און ווי עס איז געווען כינוס כללי'ס פון סאכדעס הרבנים בשנת תשכ''א און שנת תשל''א, בהשתתפות דע רעבעזיחרוינעווראחע, ובפרט איז דארט געווען די הייליגע חתונה פון הייליגן רעב חיים שיעלע, א קדושה בפני עצמו, אז מען האט נישט די זכי' צו די הייליגע ארמארי, זאל מען כאטש עפעס א שטיקל קדושה, ...
זאגטס נאר נארישע זאלישלעך, וואס איז הייליגער? די ארמארי אדער די קרעטשמע? קומענדיגן כ''ב כסליו ווער וועט האבן די ארמארי און ווער וועט האבן די קרעטשמע, הע?, ווען מען גיט אייך א טשויס צו געווינען די ארמארי אדער געווינען דעם קארט קעיס אין קרית יואל, וואס וואלט איר אייך געוועלט, הא?, ווען מען גיט איין א טשויס צו האבן די ארמארי אדער צוריק צו באקומען דעם בית המדרש החדש וואס וואלט איר אויסגעקליבן, הא?, איך וועל נישט לייקענען אז די זאליס האבן געהאט עפעס א שטיקל סוקסעס מיט ערייכן דעם ארמארי ווייל די זאליס ווייסן גאנץ גיט אז אויב דארפן זיי פארן קיין מאנהעטן אדער קיין לונג איילענד סיטי וועלן זיי האבן א עולם ווי הושענא רבה, און חנוכה לעכט צינדן, זיי האט דאס אויסגעפעלט ווי לופט צום אטעמען און עס איז זיי געלונגען, כל הכבוד! אבער אריין צו ברענגען דעם רבין זי''ע און די קדושה פון די ארמארי איז פערדישקיין פון די גרעסטע מאס, טיפיקל זאלישע בהיימישקייט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 18:26 |
|
| |
און נישט פארגעסן די אלעף שמות פארטי וואס איז דארט אפגעהאלטן געווארן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 18:30 |
|
| |
אוי, סעלפאן, דו מאכסט מיך זייער טרויעריג,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 18:54 |
|
| |
רעסטלער, דיין תגובה איז אין ערוך לה! דאס זאגט אלעס, ס'רעדט פון זיך אליין, פאר די וואס זענען נאאיוו און ווייסן נישט וועמען איר האט באמת אזוי פיינט בתכלית, נישט קיין אנדערן ווי רביה"ק זי"ע און די וואס גייען איון זיינע וועגן במסינ"פ, און פארוואס איר ווילט אזוי מאכן פארגעסן פון דעם הייליגן ויואל משה.
דיין תגובה פארענטפערט אלעס..
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:24 |
|
| |
יא, ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער ע''ה און ר' יוסף יושע גראס און ר' שלום נחמן פיליפ מיט ר' אברהם שלום עפשטיין זכרונם לברכה, ולהבחל''ח רבי שמואל בראך, ר' חיים אלטר בראך, ר' מאיר שטיין, ר' אברהם יצחק האראוויטץ, ר' אפרים שמואל פעלדמאן, ר' הערשל מיטטעלמאן, ר' עקיבא וויינשטאק, ר' נח גפן, ר' יצחק וויינגארטן, ועוד ועוד ווילן בלויז אויסמעקן דעם זכר פון הייליגן ויואל משה, ווידער יאשקע מסור מיט די פיסטאקעס יאנקל טארעך מיט זלמן לייב וואלדמאן און מנשה פיליפ מיט שאול פערלשטיין און דער געלער בדחן, זיי ווילן נאר דעם כבוד פון ויואל משה, אין תרופה למכתך חוץ משערי חמלה ,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:26 |
|
| |
ווארט נאר צו וועסטו זען אז די שנאה פון די אהרונים צו די ארמארי, און די סיבה פארוואס זיי האבן דאס אויפגעגעבן "מרצונם הטוב", איז צוליב דעם וואס די רעבעצין ע"ה איז געזיצן אונטערן רבי'ן ביי קרן הצלה התייסדות...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:28 |
|
| |
און נעקסטן יאר גייען זיי דאס באקומען ווייל די רעבעצין האט צו געזאגט אז זי גייט שוין מער דארט נישט זיצן, חמלה, חמלה, חמלה...
|
|
|
|
|