| נשלח ב-2/12/2011 14:31 |
|
| |
הסכם צווישן סאטמאר אין די זאלי'ס איבער די ארמארי זאל
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 02/12/2011 14:41:20
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 14:37 |
|
| |
למען השלום האט סאטמאר נאך געגעבן מען זאל זיך נישט קריגן אין מאכן א חילול השם
ראו מה בן בני לבן חמי
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 16:25 |
|
| |
פארוואס זאל נישט איינער מאכן איין נאכט און דער אנדערע די פאלגענדע נאכט?
איך זעה נישט קיין שום ענין, קפידה, מעלה, חיוב, צו דוקא פראווען בו ביום, (איבערהויפט היי יאר איז עס ממילא נישט בו ביום, ווייל כ"א כסלו איז שבת), ס'ממש גארנישט,
קיין איין מענטש ווייניגער וועט נישט קומען צוליב די דאטום, מ'העט נישט געבן איין פעני ווייניגער,
קיין שום פראבלעם אז מ'פרייט זיך מיט די רבינ'ס הצלה אטאג צוויי שפעטער,
ביידע וועלן האבן די גאנצע עטענשן זייער נאכט,
ס'עט זיין גרינג פאר מענטשן/רבנים - וואס ווילן זיך האלטן אין גוטן מיט ביידע - צו מיטהאלטן ביידע,
מ'העט זיך איינשפארן צענליגע טויזטער דאלארן אידיש געלט, מיט האווארניע צו איינרישן אזא גרויס פלאץ, ווייל מ'טיילט זיך חצי חצי מיט די הוצאות,
דאס מיינט די ערשטע נאכט נאך רז"ל דינער, לאזן זיי איבער אלעס אין טאקט, אנשי ר' אהרן קומען אריין נעמען א בעזעם, קערן אויף, און מ'לייגט בלויז פרישע טישטיכער און מ'דעקט טיש, וזה הוא,
יעדעס יאר וועט אן אנדערע צד האבן די ערשטע נאכט,
איך האלט ס'ממש א טיפשות פאר ביידע צדדים עס נישט צו טאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 16:53 |
|
| |
געפעלט מיר זייער די המצאה, איך האלט אויב מ'קען זאל מען עס טאן, פארוואס זיך נישט שפארן געלט,
איך האלט אפי', אז א זונטאג נאכט איז בעסער ווי א מוצ"ש, פאר מיר זיכער
פארשטייט זיך אויב מ'קען, אפשר וויל נישט די סטעיט עס פארדינגען פאר מער ווי איין נאכט,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:32 |
|
| |
ווי זאגט מיר א אהרוני: די זאליס לאכן א גוטס. זיי האבן דעם ארמארי און די אהרונים האבן א צעטל מיט מאשקאוויטש'ס נאמען וואס מען קען גלייך ארויף טראגען צום ציון הקדוש צווישען אלע קוויטלעך ווייל נעקסטע יאר וועט דעס צעטיל נישט זיין צום טרעפען.. פארוואס האמער אינז עס נישט באקומען היי יאר און פאר זיי געגעבן א געסיינטע צעטל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:36 |
|
| |
דא זעהט מען ווער ס'איז די נוען המידות
געסיינט אויפן שטר האט חיים יצחק מנאדל מיט א רפערזענטעטיוו פינעם גאווערנער אויכט
תוקן על ידי אבראהאם ב- 02/12/2011 17:38:01
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:53 |
|
| |
| געלעכטער כתב: |  | | ווי זאגט מיר א אהרוני: די זאליס לאכן א גוטס. זיי האבן דעם ארמארי און די אהרונים האבן א צעטל מיט מאשקאוויטש'ס נאמען וואס מען קען גלייך ארויף טראגען צום ציון הקדוש צווישען אלע קוויטלעך ווייל נעקסטע יאר וועט דעס צעטיל נישט זיין צום טרעפען.. פארוואס האמער אינז עס נישט באקומען היי יאר און פאר זיי געגעבן א געסיינטע צעטל? |
|
איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, למעשה קען דאך עס נאר איינער האבן (אויב ביידע ווילן די זעלבע פלאץ די זעלבע צייט) נו וואסי דען שייך צו פרעגן, יא תשע"ב האבן די זאליס ארמארי און די ארונים א צעטיל און תשע"ג וועלן די ארונים האבן ארמארי און די זאליס די צעטל, און אזוי וחוזר חלילה,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 17:58 |
|
| |
די זאלי'ס טראגן נישט איבער אז צי באקומען דעם ארמארי האבן זיי זיך געמיזט אראפ זעצן מיט אהרונים פארהאנדלן זיי ווילן עס פשוט נישט גלייבן
אבער ס'פאקט ס'איז שחור על גבי לבן
טייערע זאלי'ס ווען עטץ זיצט מיט די אהרונים איז נישט דא קיין וואנט אויפן בית החיים אין די ראס שול איז אויפן אין די רעביצניס שול איז אויפן
נאר היות זיי גיין רוב מאל מיטן קאפ אין די וואנט קוקן זיי אזוי אויס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:37 |
|
| |
איך פרוביר מיך נאר פארצושטעלן, אז אויב פאראיאהר אינעם קליינעם זאהל האט אויסגעקוקט חלשות ווען דער צדיק האט גערעדט, וויאזוי וועט דער ריזיגער ארמארי אויסקוקן ווען ער וועט רעדן?
אבער אינז קען מיר דאך די קליגע קעפ דארט, פילייכט וועט מען אריבער ברענגען דעם צאנזער ספר תורה אין ס'וועט זיין שלום על ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 19:52 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | פארוואס זאל נישט איינער מאכן איין נאכט און דער אנדערע די פאלגענדע נאכט?
איך זעה נישט קיין שום ענין, קפידה, מעלה, חיוב, צו דוקא פראווען בו ביום, (איבערהויפט היי יאר איז עס ממילא נישט בו ביום, ווייל כ"א כסלו איז שבת), ס'ממש גארנישט,
קיין איין מענטש ווייניגער וועט נישט קומען צוליב די דאטום, מ'העט נישט געבן איין פעני ווייניגער,
קיין שום פראבלעם אז מ'פרייט זיך מיט די רבינ'ס הצלה אטאג צוויי שפעטער,
ביידע וועלן האבן די גאנצע עטענשן זייער נאכט,
ס'עט זיין גרינג פאר מענטשן/רבנים - וואס ווילן זיך האלטן אין גוטן מיט ביידע - צו מיטהאלטן ביידע,
מ'העט זיך איינשפארן צענליגע טויזטער דאלארן אידיש געלט, מיט האווארניע צו איינרישן אזא גרויס פלאץ, ווייל מ'טיילט זיך חצי חצי מיט די הוצאות,
דאס מיינט די ערשטע נאכט נאך רז"ל דינער, לאזן זיי איבער אלעס אין טאקט, אנשי ר' אהרן קומען אריין נעמען א בעזעם, קערן אויף, און מ'לייגט בלויז פרישע טישטיכער און מ'דעקט טיש, וזה הוא,
יעדעס יאר וועט אן אנדערע צד האבן די ערשטע נאכט,
איך האלט ס'ממש א טיפשות פאר ביידע צדדים עס נישט צו טאן. |
|
גאנץ א גוטע געדאנק אבער דער אמתער תירוץ איז אז עס נעמט וואכן אויפצושטען די אלע סטעידשעס און טישן מיט וואס די זאליס האבן א פארקערטע מהלך אין דעם וואו די ארונים זיי דארפן זיצן וואכן וויאזוי מפילט אן דעם זאל פארן בילד און אונז דארף מיר זיצן וויאזוי מקען אריינעמען נאך אפאר טויזנט זיצן און אזוי ווייטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 20:36 |
|
| |
גרוינים, זייער גוט ארויסגעברענגט.
ווען די זאליס האבן באקומען די ארמערי פאר זייער חתונה האבן זיי גענומען ר יוסל פראמער הי"ד אז ער זאל זיי אויסשטעלן די זאל אז עס זאל אויסקומען ווי ווייניגער זיץ פלעצער און עס זאל אויסזעהן פולער ווי עס איז באמת. ער איז שוין געווען דאן ביטער קראנק, אבער ער האט זיך נעבעך איינגערעדט אז אזוי ווי ער שטעלט אויס די פלאן וועט מען אים ניצן פאר די בענקלעך, אבער זיי האבן זיי דאן איסגעלאכט פון אים, און געניצט דעם קראנקנס צייט כוח אן מוה אבער עס איז געקומען צו געבן א דאלער האבן זיי אים נישט געקענט, טראץ זיין ביטערע קרענק וואס זיי האבן אים אפגעהאקט די אינשורינס פלאן אזוי אז ער האט נישט געהא ווער עס זאל אים באצאלן די מעדעצינע באהאלדונגען, מיט דעם אלעם איז זיי אפילו נישט בייגעפאלן אים צו באצאלן פאר זיין שווערע ארבעט.
באזינכענדיג א שטיק צייט שפעטער ר' יוסל, האט ער מיר דערציילט וואספארא שטיקעס מ'האט אלס געדארפט מאכן אז די ארמערי זאל אויסזעהן פול, אנגעהויבן פון די ליילעכער וועלכע האט צוגענומען א ריזיגע חלק, ביז די רינדעכיגע טישן און פלאץ פאר א קאר אדורכצופארן פון איין טיש צום צווייטן וכו' וכו'.
עס איז אסאך גרינגער צו באקומען א ליידע ארמערי און אויסשטעלן אז די מאסימום זאל ווערן אויסגעניצט, ווי צו באקומען אן ארמערי פול מיט ליילעכער, סטעידשעס וכו' וכו'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 20:37 |
|
| |
גרוינים, ס'לגמרי נישט אמת לפע"ד, ביי ביידע קומען די זעלבע גרויסע ציבור, איך ווייס נישט וויפיל פרעצענט זענען חסידים, אבער מענטשן קומען צו כ"א כסלו, נישטא וואס צו רעדן, כ"א כסלו איז א אונטערסאנטע ספעקטעקאל,
איך קויף נישט די מעשיות אז די זאליס זוכן צו אנפילן דו זאל, וואס זאל איך דיר זאגן איך בין דערווייל נאך נישט איבערצייגט,
וואס יא, די חילוק איז אפשר ווי לאנג די פיק (קלימאקס) איז, קען זיין ביי ר' אהרן איז עס אביסל לענגער ווי רז"ל,
איך וועל דיר מסביר זיין פונקטליך וויזוי דאס ארבעט, בערך 9:00 איז נאך די זאל 3/4 ליידיג, ס'פילט זיך אן ציביסלעך ציביסלעך, 10 אזייגער איז די פיק, און ס'געפאקט עד אפס מקום, דעמאלטס קומט אריין דער רבי און מ'זינגט חסדי מיטן גאנצע ספעקטאקל, נישט מער ווי 10 מינוט שפעטער הייבט אן צו אהיימשטראמן דער ציבור אין די מאסן, 10:30 איז די דשאוק אווער, די זאל איז שוין האלב ליידיג, אזש ראדני צו הופער וואלט געווען די והותר,
דאס מיינט, דא רעט מען פון א קיימא לן פון בערך א 10 מינוטיגע שאו, וזה הוא, גלייבטס מיר איך טרייב נישט איבער
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 20:49 |
|
| |
דא שטעקט דיין גרויסע טעות. ביים רבי'נס דרשה איז די זאל "אסאך" פולער ווי ביים אריינקומען. איך קום דיקא נישט ביים אריינקומען, איך קום נאר הערן דעם רבי'נס דרשה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 20:51 |
|
| |
סקאטמאלן פון זעהן די בילדער וואלט איך אויך געטראכט ווי דיר אז סאיז בערך די זעלבער ציבור סאיז נאר דער חילוק אינעם ווארימקייט אז מקומט נישט נאר צו די שאוי נאר צום רבינס דב"ק און בכלל זיך מחזק זיין אינאיינעם
אבער א ריפארטער פון ישיבה ווארלד ניוס האט מיר איבערגעגעבן א ריפארט אז ער איז געווען ביי ביידע אינעם זמן פון קלימאקס און ער טענה'ט אז סאיז בערך די זעלבע גרויסקייט געווען אין מקום אבער אין ציבור טענה'ט ער אז ביי די אהרונים איז דא צוויי דריטעל מער און מקען עס פארשטיין ווייל למשל ווען דער רבינו שליט"א מהר"א הייבט אן די ערשטע תורה אנהייבט הקפות שמחת תורה בייטאג ווען דער ביהמ"ד איז שוין באמת אנגעפילט עד אפס מקום אויפן בליק קומט אבער צו די תורה ווערט האלב ביהמ"ד אדער מער ממש ליידיג, וואס איז? זייער פשוט דער ציבור קוועטשט זיך צוזאמען ווי סארדינס ווייל מוויל הערן די תורה און ביי די זייטן ווערט ליידיג און סאיז נאך דא פלאץ אר 2 מאל אזויפיל מענטשן אבער ווען סקומט שםעטער ווערט מער מאון מער געשטיפט אז ביי די זעקסטע הקפה אדער אפילו פריער ווערט שוין דער ביהמ"ד איין שטיק סארדינס אז קיינער קען זיך נישט רירן פון פלאץ בלי גוזמה כלל הגם דא איז אנדערש וויל סאיז דא טישן אבער פון דעם זעהט מען דעם יסוד אז אנגעפולט ביז געשטאפט קען אריינגיין 2 מאל מער מענטשן און ווער עס געדענקט פאריאר איז טאקע אזוי געווען כ"א כסליו אז ווען די זיצן זענען שוין לאנג געווען פארכאפט האט זיך נישט אויפגעהערט דעם שטראם פון טויזנטער מענטשן נאך און נאך נאן סטאפ אז מהאט געקענט זענען טייל עולם האט פשוט פארהאכטע גלעזער ווי ביי די הקפות.
תוקן על ידי גרוינים ב- 02/12/2011 20:52:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 21:05 |
|
| |
| אבראהאם כתב: |  | די זאלי'ס טראגן נישט איבער אז צי באקומען דעם ארמארי האבן זיי זיך געמיזט אראפ זעצן מיט אהרונים פארהאנדלן זיי ווילן עס פשוט נישט גלייבן
אבער ס'פאקט ס'איז שחור על גבי לבן
טייערע זאלי'ס ווען עטץ זיצט מיט די אהרונים איז נישט דא קיין וואנט אויפן בית החיים אין די ראס שול איז אויפן אין די רעביצניס שול איז אויפן
נאר היות זיי גיין רוב מאל מיטן קאפ אין די וואנט קוקן זיי אזוי אויס
|
|
די זאליס טראגן עס שוין איינמאל איבער. די אהרונים פאר סאום ריזען דרייען זיך אראפ דערשיטערט און צושלאגן, זיי שעלטן זייער אייגענע הנהלת המוסדות פארן פאלן צו די זאליס.
און אז מ'רעדט פון גיין קאפ אין וואנט, רעדט טאקע צו דיינע אייגענע מענטשן וואס האבן געמיינט אז מיטן בויען א וואנט צווישן די אלטע און נייע ביה"ח וועט זיך דער נייער פארמאכן...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2011 21:20 |
|
| |
קוקט אויס אז דער חיים יצחק מאנדל האט געהאט שכל אין נישט געפרעגט די היץ קעפ דארטן
|
|
|
|
|