בית פורומים אידישע געדאנק

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו - כ"א כסליו תשע"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/12/2011 10:25 לינק ישיר 
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו - כ"א כסליו תשע"ב

ווי באקאנט איז געלונגן פאר הנהלת מוסדותינו הקדושים צו באקומען דעם מעכטיגן ארמארי זאל אין וויליאמסבורג פארן היי יעריגן דינער כ"א כסליו. די אהרונישע חלה דעקן האבן גלייך געמוזט אנהייבן שיסן ספינס צו בארוהיגן זייערע קעלבער היתכן די זאליס האבן די מאכט ביי די שטאטישע באאמטע און מ'האט זיי צוגעטיילט דעם ארמארי. האבן זיי גלייך אנגעהויבן פארפירן אז ס'דא א צעטיל אז זיי האבן דאס קומענדיג יאר, במילא דאס וואס די זאליס האבן דעם זאל דאס יאר איז א פשוט'ער דורפאל פאר די זאליס. אבער דאס האט נישט געהאלפן, די אהרונים האבן זיך אנגעהויבן כאפן אז כ"א כסליו וועט זיין אין ארמארי על אפם ועל חמתם, און זיי בלייבן איבער מיט א געלן צעטיל וואס זאגט פאר אז זיי באקומען דעם זאל קומענדיגע יאר. האט מען פריש גענומען טרייסטן די קעלבער אז אמת, דער ארמארי האב מיר פארלוירן אבער בכלליות זענען מיר געווינער ווייל א טאג נאך כ"א כסליו בלייבן זיי בעל הבית אין סאטמאר... ‎​
 
עס וואלט סתם געווען אינטערעסאנט צו זען מיט וואס פונקטליך זייער בעלות אויף סאטמאר גרעניצט זיך. ‎​
 
לאמיר אנהייבן מיט וויליאמסבורג. אין וויליאמסבורג האבן די אהרונים אין באזיץ גאנצע 5 אדער 6 בנינים (כאפטס מיך נישט אויפן נומער), בשעת ווען קהלתינו ומוסדותינו הקדושים האבן בנינים און מבצרי תורה כמעט אויף יעדע שטראסע אין די שטאט. ‎​
 
בתי מדרשים: ביהמ"ד הגדול ראדני סטריט, ביהמ"ד החדש, ביהמ"ד קליימער, סאוט אכט, קינגסטערעס, מוירטיל, ליע גארדנס, אברכים זופניק, טרופ עוו., מארסי, 500 בעדפארד, בית נחום דוב מארסי, און העריסאן, עסטרייכער. ‎​
 
ביתו נאוה קודש אויף 550 בעדפארד עוו., מקוה טהרה דקהל יטב לב, בית אופה דקהל יטב לב, צוויי פלייש בענק, און צענטראלער אפיס אויף 150 ראדני. ‎​
 
ווידעראום די אהרונים: צענטראלער ביהמ"ד אויף 14 הופפער, געדינגן פון פישמאן, אן א מקוה אדער שטיבלעך; היכל התורה 13 הופפער, סקילמאן, איחוד וואלעבאוט, איחוד פרענקלין. ‎​
 
אצינד די מוסדות התורה: עטרת יואל, זופניק, טרופ, ויואל משה, בית רחל העיווארד, ברכה סימא, בית רחל העריסאן, בנין יקותיאל יהודה, וועווערלי, קינגסטערעס, עסטרייכער, ועל כולם דער תורה פעסטונג אין קווינס. ‎​
 
די אהרונים: ווייט בילדונג, סקילמאן און ריספלער בילדונג. ‎​
 
דאס איז וויליאמסבורג אליינס! ‎​
 
יעצט די שטעט מאנסי, ירושלים, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטריאל, האבן נישט די אהרונים באוויזן צו גנב'נען אפילו איין סענטימעטער פון א בנין, טראץ די פולע פרואוון און נאכאנאנדע געווינסן. ‎​
 
דאס איז אין קורצן דער בילד פון סאטמאר בכלל. ‎​
 
אצינד, נאכן וואשן די מוחות שוין צען יאר אז תשנ"ט איז ר' אהרן טייטלבוים געווארן דער רב דקהלות הקדושות בכל אתר ואתר, און סאטמאר איז זיינס אויפן האנט פלאך, פארט דער רייך פירער זעלבסט ארום צווישן וויליאמסבורג אין קרית יואל (מער נישט מיט א ספרינטער..), און קען נישט באשליסן וואו ער איז באקוועמער. אין וויליאמסבורג דארף ער נעבעך צופארן יעדן דינסטאג צו זיין אלטע הויז אויף יוז סטריט, און אוועקשטויסן פון זיך די מחשבות זרות אז עכט איז 550 בעדפארד דאס פלאץ וואו ער באלאנגט. ווידעראום אין קרית יואל גילט ביי אים זייער שטארק דער כלל "וכל זה איננו שווה לי", ווילאנג 50 פארפעלקער זאגן יערליך אז דו בוסט דער מרא דאתרא אויף 5 סאנז קארט און גארנישט מער, דיין קידושין איז ווערט א זעץ, און אז יעדעס מאל ער ברויך הכנות ווען ער דאווענט אין ביהמ"ד, ברויך ער צואוואקן ביזן אנדערן עק, ווייל פון א דינע ווענטל אריבער זיין עמוד באלאנגט שוין צו די שונאים. עס זענען דא 3 עקסטערע קהלות אין קרית יואל, און אפילו דעם לעצטן וואפן הנקרא בית החיים, האט מען שוין אויך ארויסגעווישט פון זיינע הענט. איז ער דארט אויך נישט באקוועם. ‎​
 
איז מיט וואס קען מען זיך טרייסטן? מיט אפאר זאכן. קודם כל די בילדער. וואס די בילדער האבן דעם ר' אהרן געראטעוועט קען מען אפילו נישט מסביר זיין. זיין פרצוף ווערט געדעקט אויף די דעקלעך פון יעדע מאגאזין וואס דרוקט פאטאגראפיע. דארט איז ער טאקע דער בעל הבית יחיד, צוזאמען מיט זיין געלונגענע סטעף מאכט מען זיכער אז נאר די בילדער פון ר' אהרן זאל געזען ווערן, און דערמיט ענדיגט מען אפ א פרק אין מסכת בת היענה אז די זאליס זענען קאפוט, ווארום קיין בילדער פון זיי איז דאך נישטא. ‎​
 
דערנאך איז דא א עקטיוועטי וואס קיין איין אנדערע אדמו"ר אויף דער וועלט האט נישט, און עס רופט זיך "סידור קידושין מערכה". אין איין ווארט וואס דער מערכה שטעלט מיט זיך פאר: עס זאל יעדער האלטן פאר די אויגן, ואומרים בכל יום פעמים באהבה, אז דער ר' אהרן האט א ערענסטען פראבלעם וואס לאזט אים נישט שלאפן, הערט און שטוינט: עס זענען דא 30 צי 50 בהמות, טיפשים, מחוצפים, רשעים, גוים וואס מאכן חתונה אין א זאל אין קרית יואל אן זיין רשות, און דאס גיבט אים ממש נישט קיין מנוחה! דאס איז נישט אזא דבר פשוט ווי איך פרוביר אייך דאס אראפצומאלן, דאס איז א פעסטער שטער פאר די הנהגה, און די הייליגע סידור קידושין מערכה ראטעוועט ממש דעם מצב אז דער רייך פירער זאל נישט כאפן א נערווען בראך אטאקע. ‎​
 
ווייטער איז דא א פרישע מיטל וויאזוי מ'האלט די אקסן אין די ראמען אז עכט איז ר' אהרן יא בעה"ב אויף גאנץ סאטמאר, דאס איז מיט דעם וואס מ'שטאלצירט מיט א שטורעמישער געווינס אז מ'האט צוגעמאכט דעם ביהמ"ד החדש און דעם רעבעצין'ס שול, און שיעור נישט סאוט אכט ביהמ"ד. איר כאפט פון וואספארא געווינס מ'רעדט דא?! מ'רעדט נישטא אז ר' אהרן האט שוין ווי צו גיין הכנות ווען ער איז אין ביהמ"ד אין קרית יואל, אדער האט שוין א טיר וואו צו צונדן חנוכה ליכט. אזוי אויך רעדט מען נישטא פון דעם אז ר' אהרן האט שוין א אייגן שול אין וויליאמסבורג, און דארף מער נישט גיין צו א געדינגענע פישמאן לאט אין עק שטאט. ניין, בכלל נישט. מ'רעדט דא סך הכל אז מ'האט עס צוגעמאכט אז "יענער" קען נישט. לאמיר חזר'ן, דא רעדט מען פון דעם ר' אהרן וואס איז באמת בעל הבית אויף גאנץ סאטמאר, און וויאזוי באשטעטיגט מען דאס? מיט דעם אז דער ביהמ"ד החדש מיט די רעבעצין'ס שול זענען פארמאכט... איינער כאפט? ‎​
 
דאס זענען אויפן שפיץ גאפל ר' אהרן'ס גרעסטע געווינסן אין סאטמאר. מיט דעם טרייסט מען זיך און מ'פריידט זיך. מ'חזר'ט דאס שטענדיג מיט די בנים קטנים אין בלאט, היידפארק און טוויטער. ‎​
 
יעצט ווינדערט נאך איינעם בכלל פארוואס זיי שעלטן אויף דעם טאג כ"א כסליו אין ארמארי? אוודאי נישט! ווייל אויב קען דער צוואנציג יעריגער חלום פון דעם רייך פירער גיין לאיבוד מיט איין פיצי שנעלקע אין די נאז הנקרא ארמארי בילדונג, ווען עס האט זיך ווידערמאל ארויסגעשטעלט אז דער גאווערנער צי סיי ווער אימער ליינט נישט קיין בלאט, און אים/זיי קען מען נישט פיטערן מיט הבלים און דמיונות, נאר זיי קוקן אויף די טרוקענע פאקטן וואס זאגן אז אפילו ר' אהרן איז דער רב הצעיר בכל אתר ואתר, דאך איז דער רוב אין וויליאמסבורג מיטן אחיו הצעיר, און דעריבער וועלן מיר זיי געבן דעם ארמארי און נישט פאר דעם גרויסארטיגן ר' אהרן, וואס ערווארטעט מען שוין פון זיי ווען זיי דערזעען זיך אן קיין דאך איבערן קאפ אין וויליאמסבורג?... ‎​
 
דעריבער איז דער טאג כ"א כסליו א גרויסער און פרייליכער טאג ביי אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר, וואס וועלן בשעת'ן כינוס רבתי אין ארמארי זיך דערמאנען פארוואס מיר זיצן דא, און פון וועמענס הנהגה מיר זענען ב"ה באפרייט געווארן לעולמי עד.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 15:40 לינק ישיר 

אין מאנסי האט עטץ עפעס ?
אין לאנדאן האט די אהרונים 3 שולן מיט די כולל אין די מיידל שולע איבער גענימען
אין קרית יואל בארא פארק בני ברק מאנטשסטער אלעס איבער גענימען
אין וויליאמסבורג האט די אהרונים אוועק גענימען 45 פראצענט

ר' אהרן האט היינט ציטאג אין ניו יארק 28 כיתה אלפ'ס
אין די זאלי'ס האט די העלפט 16 כיתה אלפ'ס

זאגג די מיר ווער ס'שעלט אין ווער ס'איז העפי ווער ס'וואקסט אין ביי וועם ווערן די מוסדות קלענער !


תוקן על ידי אבראהאם ב- 04/12/2011 15:44:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 17:42 לינק ישיר 

אבראהאם איך וואלט דיר געראטן זאלסט ליינען די UTA ליסטעס פון 20 יאר צוריק וואס דעמאלטס האט נאך 82 געהאט סך ווייניגער קינדער, פארוואס דארפסטו ליינען נאר די הזהרו ביכל? איך זאג דיר וועסט זיך שפירן אסאך בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 18:40 לינק ישיר 

אבראהאם, דא איז דיין טעות. איך בין זייער צופרידן מיט וואס איך האב, איך זוך נישט קיין איבריג'ס, און אז ר' אהרן האט אין וויליאמסבורג 45% אן קיין איין בנין באקומען, איז ער ווייטער א לוזער... ‎​
 
קענסט אנהייבן פארוואשן ווייטער די מוחות יעצט אז ר' אהרן האט 30 כיתה א', און 20 טויזענט קינדער איבער די וועלט (איינער דענקט נאך דעם בוים?!..), אבער דיין קראנקן רבי'ן וואס ליידט אויף "וכל זה איננו שווה לי" וועסטו מיט דעם נישט היילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 21:53 לינק ישיר 

סענעטאר, געוואלדיגע דיבורים! עס איז אומגלויבליך וואס איז געווארן פון דעם דזשיגאן, פון א רב הצעיר בכל אתר ואתר, צו א ראביי אן וויהלס וואס פליט ארום צווישן וויליאמסבורג און מאנרא אן גיין מנוחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2011 22:19 לינק ישיר 

אזא א מין אטאקע צי כאפן פין אלע זייטן נישט צים גלייבן ס'מיז זיין ענק זענען העפי

ביי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו - כ"א כסליו תשע"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext