כלל ישראל'ס מגי"ש וועט זיין נואם הכבוד אינעם אראמרי
הרב הגאון המפורסם ר' מעכיל זילבער שליט"א וואס איז ווי באקאנט איינע פין די גרעסטע מגי"ש ביי כלל ישראל
וועט זיין ומירצה השם נואם הכבוד ביים צענטראלן סאטמאר'ן דינער כ"א כסלו
אינעם גרויסן ניו יאר' סטעיט ארמארי אויף בעדפארד עוו
ס'איז איבריג ארויס ציברענגען וואס פארע זכי' ס'איז צי האבן אזא יוד וואס גאנץ ש"ס איז שגור בפיו
נשלח ב-4/12/2011 21:44
איך ביז היינט געמיינט אז הרב שלעזינגער אדער דער נייער אויפגקימנער שטערען הרב ברודי...איז כלל ישראלס מגי"ש?
כלל ישראלס מגיד שיעור מיינט אז שוין אן ערך פון 20 יאר איז נישטא קיין פלאץ אין דער וועלט פון טיעפס אדער סידיס אדער היינט די תורה האטליינס וואס צווישן די גרעסטע הויפט אנגענומענע מגידי שיעור זאל נישט זיין ר' מכיל זילבער
תוקן על ידי גרוינים ב- 04/12/2011 22:08:21
נשלח ב-4/12/2011 22:20
די שנאת עם הארץ לת"ח איז אסאך טיפער ווי איך האב געמיינט די זאלי'ס רייסן אים אראפ אלעס ווייל ער איז געווען א גרמא בנזיקין אין אויף געוויזן פאר די וועלט אז זשיגאן איז א שטריק אין א ליידאק
נשלח ב-4/12/2011 22:30
זאג נאר שעפעלע ווער האט נאך אזופיל שנאת עם הארץ לת"ח ווי ענק? קאשוי רב אפרא לפומי כ"ק אדמור מיוויזנץ פראפעשענעל בר מוחה ר:אברהם לייטנער ז"ל פגום ר"יחזקאל ראטה קל שבקלים ר"ישראל חיים מנשה פרידמאן פאסט רעגער
נשלח ב-5/12/2011 00:37
IAMSMART כתב:
זאג נאר שעפעלע ווער האט נאך אזופיל שנאת עם הארץ לת"ח ווי ענק?
קאשוי רב אפרא לפומי
כ"ק אדמור מיוויזנץ פראפעשענעל בר מוחה
ר:אברהם לייטנער ז"ל פגום
ר"יחזקאל ראטה קל שבקלים
ר"ישראל חיים מנשה פרידמאן פאסט רעגער
נעריש בחור'ל וואס ביזטו דא מדמה?
דער ברך משה ז''ל האט געהאט שנאת ע''ה לת''ח?
אפשר האט רביה''ק איך געהאט שנאה לת''ח ווען ער האט גערעדט אויף די ציוניסטישע רבנים?
קליפ פון א דרשה א שיעור און די מזרחי'סטישע ביהמ"ד להתיישבות חקלאית
נשלח ב-5/12/2011 00:46
זאליס: הרב זילבער ווערט א שגץ
די זאליס האבען נאר וואס ציגעלייגט פערמענאנט אויף זייער ליסט א פרישע שגץ
נעמליך נישט קיין צווייטער ווי דער גרויסער גאון הרב ר''מ זילבער שליט''א
פאר'ן חטא פין זיין נואם הכבוד כ''א כסליו אין סאטמאר אין זיין התפעלות פין די גאונות בתורה ולהבדיל די אמעראצעס פינעם פעיקער
עס איז נאר א כבוד צו זיין אויף די ליסט פין זייערע שקצים
ווי עס געפינען זיך צווישען אנדערע
הגאון האדיר ר''מ האלבערשטאם זצ''ל חבר ביד''ץ
האגון האדיר ר''מ בראדנסדאפער זצ''ל חבר ביד''ץ
הגאון האדיר גאב''ד אדווארי זצ''ל
וכו' וכו'
ולהבחל''ח
פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א
הגאון האדיר ראב''ד ירושלים שליט''א
הגאון האדיר דומ''ץ ק''י שליט''א
הגאון האדיר ר''י הרמה שליט''א
הגאון האדיר דומ''ץ קארלעסבורג שליט''א
וכו' וכו'
עס איז נאר כדי צו דערמאנען די היפאקריטן ווען די קווינס בחורים האבען זיך געפרייט אז ער האט אויך באזיכט ביי זייער פויער
(ביז ס'איז ארויסגעקומען די רייכע בקודש פנימה.....)
נשלח ב-5/12/2011 00:50
פארוואס באפאלסטי מיך אזו איך האב חס ושלם געזאגט אז ער איז שגץ?איך האב נאר געברענגט א לינק וואז ער לערענט פאר אין עברית פארוואס ביסטי אזו גערעגט ער איז דאך נישט ערגער ווי די רעבעצען...
נשלח ב-5/12/2011 01:15
פארוואס שטערט די זאלי'ס אז ער קומט ?
נשלח ב-8/12/2011 04:26
איך וויל פרעגן דעם ציבור דא, איז שוין קאנפירמט אז ר' מיכל זילבער קומט? איך האב היינט גערעדט מיט איינעם פון די עסקנים און ער זאגט, אז מען האט אים נאך ניטאמאל מכבד געווען, ער איז א נאמען פון א רייע רעדנער וואס ליגן אויפן טיש ס'קען זיין דער עסקן ווייט נישט וואס ער רעדט, פארדעם פרעג איך דא דעם ציבור, ווער ס'ווייסט אויף זיכער? בעסער געזאגט אויב ס'שטייט שוין אויף צעטלעך?
נשלח ב-8/12/2011 11:32
איך וויל פארשטיין פארוואס פאר ר' מיכל זילבער, ווען ער רעדט פאר אידן וועלכע קענען נישט עפעס אנדערש, איז אסור צו רעדן אויף העברעיאיש, אבער פאר ר' דוד קאהן, דער תולדות אהרן רבי, ווען ער רעדט פאר אידן וואס קענען נישט אידיש (למשל אין דיעל ניו דשערזי, און נאך פלעצער אין א"י) איז יא מותר?
ילמדנו רבינו
נשלח ב-9/12/2011 04:12
נישט רבי מיכל זילבער איז דער שגץ, דער אמת'ער שונא פון דעם נועם הארץ איז נישט קיין צווייטער ווי דער טעיפרעקארדער.