| נשלח ב-5/12/2011 01:57 |
|
| |
תולדות אהרן איז ווייטער ביזי מיט די פאפעראציע

|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 02:16 |
|
| |
לעניית דעתי האט נישט קיין שום פשט צו אנהאלטן א קאמף מיט תולדות אהרן נאכדעם וואס לויט ווי איך הער האט ער לעצטענס מפייס געווען דעם רבי'ן פאר קומען אויף שבת אין ק"י אן רשות פונעם מרא דאתרא קען זיין איך בין נישט גערעכט אבל כן נראה לענית דעתי
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 06:39 |
|
| |
וואס דער תולדות אהרן כאפט אלץ צוזאם פון די אהרונים פארן דאווענען אין ראדני און נישט עדווערטייזן אין בלאט... אנבעליוועבל.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 19:12 |
|
| |
די ארונים זענען שילדיג אז תולדות אהרן האט געהייסן שרייבן אין די מאגעזין אז ער האט למשל א חבורה אין בארא פארק?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 19:23 |
|
| |
עס האט זיך עפעס ארויסגעשטעלט אזא בילד כאילו סאטמאר איז פאר תולדות אברהם יצחק, און להבדיל די זאליבאנער זענען פאר תולדות אהרן,.
דער אמת איז, אז די תולדות'ליך זענען קליגע געריבענע חברה, זיי לאכן זיך אויס פון גאנץ סאטמאר, זיי אונטערעסירט די גאנצע סאטמארע פאליטיק וואו די פאריאריגער שניי,זיי קיקן אויף 3 זאכן: געלט, און נאכאמאל געלט, און נאכאמאל געלט,
זיי שאצן אפ וואופול געלט קען מען ארויס שלעפן פון די זאליס, און וואופול געלט פון סאטמאר, און דארט שטעל זיי אן א פנים אז זיי באלאנגען,
א כאפקע איזרעלישע לייצים,
דער תולדות אברהם יצחק רבי האט געמאכט א שך טריט, ער איז פארבליבן און די אכסניא פונעם סאטמארען ס. רה''ק, מו''ה ר' יצחק, טראץ די טעראר וואס ער איז אויסגעשטאנען, פון די פארשאלטענע נועם המידות פארטיי,
עס האט זיך אים גוט אויסגעצאלט, פאר אלע סאטמארע עשירים האבן אים באווארפן מיט גרויס געלט,
דער רבי דוד מבית מדרש העליון, כהיום תולדות אהרן שיטה אחרת היה לו, ער האט געשטויסען סאטמאר, האבן אים די יאקאבאוויטשליך, מיט די לעפקעס באשאסען מיט געלט,
דאס איז בס''ה צוויי מהלכים און פאנדרעזינג, דער בסך הכול איז: ארויס צושלעפן פון די אמעריקאנער נאך א גריייצער, אוון נאך א גרייצער,
זיי האבן סאטמאר טיף טייער און דער ערד,
כמים פנים אל פנים מיר האבן זיי אויך ביידע גוט און דער ערד!
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 20:04 |
|
| |
בושה תכסה פניך. (איך רעד צו האנדא)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 20:52 |
|
| |
יא!
תולדות אהרן מיט תולדות אברהם יצחק זענען מער ווייניגער 2 מוסדות וואס האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעשטויסען, און מען דארף זיי שטיצן פינקט וואו מיר שטיצן יעדע איינציגע מוסד וואס נעמט נישט קיין געלט פון די טמאנע מדינה הציונות, זה הא,
אבער אונזער הייליגע מוסדות און ארץ ישראל וואו מוסדות ייטב לב, קרן הצלה, דארטן דארפן מיר געבן גרויס געלט,
אדער די נוטראלע מוסדות וואו חכמת לב, באר יצחק, דארטן איז אונזער התחייבות
און די תולדות'לעך האבן זיך שוין זייער אייגענע מקורוות פון וואו צו שלעפן געלט, ( מדינות הציונות נישט אויסגעשלאסן וד''ל)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:12 |
|
| |
האמיר שוין צוויי נקודות דא, לאמיר עס איינטיילן:
1) ערשטנס האסטו געגעבן א פאטש אוועק די "שנארערישע רבי'ס" וועלכע מיינען "נאר געלט" (ווי כאילו זיי מאכן א לעבן מיט די געלט).
אויף דעם האב איך געענטפערט די פאריגע תגובה...
2) און יעצט רעדסטו בנוגע וועמען מען דארף ענדערשט שטיצן. איז אזוי:
"יעדע" מוסד על טהרת הקודש מוטשעט זיך שרעקליך, און ס'איז נישט מעגליך אנצוגיין אן ערנסטע הילף פון די גאנצע וועלט.
דאס איז אמת אז אונזערע אייגענע מוסדות קומען פריער, אבער עס איז דא א נומער 2 אויך. אזוי האט אונז די רבי ז"ל געלערנט.
און אז דו קלערסט אז די מוסדות וועלכע געהערן צו קהילות שטייען בעסער ווי די אנדערע און זיי זענען נישט דערשטיקט, דארפסטו טראכטן א נקודה וואס מענטשן כאפן נישט גענוג:
יעדע מוסד דאהי האט א גרויסע פאנדרעיזינג אפאראט, און יעדער פארשטייט אז זיי דארפן האבן געלט. שטעל דיך יעצט פאר ווען דיין מוסד פארלירט די "עטליכע מיליאן" דאלאר אין שטאטישע הילף. וואלט געווען א ריכטיגער קאטאסטראפע שאין דוגמתו! מיט וויפיל תומכים מען זאל נאר פארמאגן, קען זיך קיין איין מוסד נישט פארשטעלן אין וואוסטן חלום צו קענען דורכמאכן אזא 'טראגעדיע'.
אט אזוי זעעהן אויס די אלע אר"י מוסדות, מיט אדער אן תומכים פון די קהילה. עס איז קאטאסטראפע במלא המובן. עס איז א הימלישע כח אז אזויפיל מוסדות גייען נאך אן על טהרת הקודש אזויפיל יאר, און אונז פון אונזער זייט דארפן גיבן געלט פאר אלע פון זיי.
(איך רעד נישט יעצט אויב דו שפורסט אז איין ספעציפישע קהילה האט דיר בא'עולה'ט, אדער אז זיי גראבן דיר אונטער, דארט איז א באזונדערע נושא).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:18 |
|
| |
האנדא אויף דיינע טעאריעס אז זיי האבן געלט איז אבי גערעט תולדות אברהם יצחק האט קיין פיעני צו די נשמה זיי האבן געהאט פארמאכט א שטיק צייט די תלמוד תורה און תולדות אהרן שטייט אויך נישט עפעס אזוי מוראדיג און אויף דיינע מושגים אז מדארף ביידע האבן אין דער ערד איז נגד דעת תורה ונגד דעת הציבור דאס מיינט גערעדט ממש אויף תולה ארץ מיר דארפן שטיצן יעדן מוסד על טהרת הקודש ובפרט די היימישע תולדות אברהם יצחק און אפילו תולדות אהרן וועלכע זענען די נאנטסטע צו סאטמאר מיט אמונות ודיעות
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:23 |
|
| |
יא יא, FIVE
דא אין אמעריקע אז מ'האט נאר דאס מינדעסטע חשד אז מ'גייט צינעמען עפעס א פראגראם אדער גרענט,
מאכט מען פרעסע קאנפערענסן אויף די שטיגן פון סיטי האלל ווי אלע היימישע מויל מאכערס, ביינאזאם מיט די לאקאלע פאליטישנס, שטייען אויסגעשירעט א ווי מ'האט זיי אויסגלייגט צום פארקויפן אויף א יריד,
מ'לאזט זיך בליצן בילדער און יו טוב קליפס
נאכער קומט א גרויסע אנאנס "אשריך ארי' לייב אשריך" וכו וכו
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 21:30 |
|
| |
לאמיר קלאר מאכן דא:
ווען די תולדות'לעך קימען סתם אזוי נאך געלט, אזוי ווען דער אלטער תולדות אהרן רבי זי''ע איז געקימען, ער האט זיך נישט געמישט און קיין שום פאליטיק, איז קיין שום ספק אז מען דארף זיי העלפן,
אבער ווען זיי הייבן זיך אן צו מישען און א געמויזעכס, וואס האט אבסעלוט גארנישט מיט זיי, פשוט נאר צו ''כאפן א קהלה אויף זייער זייט'' וועגן געלט, דאס איז שוין א פארברעך שאין בדיגמתו,
2 דער אלטער תו''א רבי זי''ע האט באמת גארנישט געהאט ווען ער איז אהער געקימען קיין אמעריקא, ווען נישט דעם סאטמארערן עולם וואלט ער נישט מחזיק מעמד געווען,
אבער די היינטיגע תןלדות ליך, האבן זיך איינגעשאפט גענוג קאנטאקטען פון וואו צו שלעפן געלט, דעריבער האט סאטמאר נישט קיין התחייבות צו זיי, מער וואו צו א אנדערע מוסד, נאך דערצו ווען זיי מישן זיך און אונזער געמויזעכס,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2011 23:59 |
|
| |
ביי אונז אידן איז דא אזא זאך ווי הכרת הטוב, ווען מיר האבן. געדארפט תולדות אברהם יצחק ביי די ירושלים'ע רב'ס בחירות, זענען זיי געווען צו אונז צו די האנט. ווען נישט זיי, וואלט דער סטעמפ קלעבער און בעל מחבר קשר בוגדים געווען דער ירושלים'ע רב. אדאנק זיי האבן מיר דאס דאן באוויזן צו אפשטעלן בעצייטענס
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 00:54 |
|
| |
קודם כל נישט א דאנק תולדות אברהם יצחק האבן מיר געקענט זאגן למלאך המשחית, הרף, עס איז מער צו פארדאנקען א צווייטע ירושלימער קהלה,
און פרעג נאר אלע סאטמארע פארמעגליכע יודן, וועלן זיי דיר אלע זאגן אז מען צאהלט מארגיטש דער אויף עד היום הזה, פאר די טובה וואס תולדות אבאהם יצחק האט געטאן פאר סאטמאר, פארלאנגען זיי ציריק נאך און נאך און נאך, און עס קיקט נישט אויס וואו מען וועט אמאל פארטיג ווערן, מיט זיי!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 01:03 |
|
| |
ה'האנדא' הזה, איני יודע מה היה לו.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2011 01:07 |
|
| |
וואס איז פשט אז דער תולדות אהרן רבי זיצט אז א שבת אין שעלעי ניו זשערסי ווי שטימט עס אפילו מיט זיין שיטה
הייסט פאר געלט איז אלעס מותר ? זיין טאטע וואלט אויך אהין געגאנגען א שבת ? אין פארדעם האט אים די קהילה אויף גענימען אין נישט דעם ברידער ווייל ער איז עכט תולדות אהרן ?
|
|
|
|
|