ארה"ק: צענטראלע מסיבת הצלה וועט פארקומען אין בני ברק!
שוין מיט אסאך יארן צוריק איז געווען איינגעפירט אז ביום כ"א כסליו האבן חסידי סאטמאר בארה"ק זיך צוזאמגענומען תחת קורת גג אחד, און געפייערט צוזאמען כאיש אחד בלב אחד בקול רנה ותודה די הצלה פון כ"ק מרן רביה"ק זי"ע מאפילה לאורה.
היי יאר וועלן חסידי סאטמאר בארץ הקודש פייערן דעם יום הצלה כ"א כסליו אין אולמי "קינג דעוויד" בני ברק, בראשות הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א. טויזנטער חסידי סאטמאר פון ירושלים – בני ברק – בית שמש וועלן זיך צוזאמנעמען תחת קורת גג אחד צו מחזק זיין די מוסדות סאטמאר בני ברק וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן א "מגבית היסוד" לטובת מוסדות סאטמאר בני ברק.
פרטים יבואו!
תוקן על ידי המהדרין ב- 07/12/2011 22:48:33
|
|