בית פורומים כל העולם כולו

געלעכטער'ס אויפדעקונג: זלונים נעמען געלט פון מדינה לאנגע יארן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2011 18:37 לינק ישיר 
געלעכטער'ס אויפדעקונג: זלונים נעמען געלט פון מדינה לאנגע יארן!

א שוידערליכע אויפדעקונג וואס איז נעכטן אויפגעקומען אין "אידישע געדאנק" דורכ'ן ניק געלעכטער, טוט באדייטן, אז די זאלונים און זייער אגודת אתרא קדישא האבן גענומען געלט פון די טמא'נע ציוניסטישע רעגירונג פאר לאנגע יארן!

צוערשט לאמיר זעהן וואס ער שרייבט, און דערנאך וואס דער אמת איז, און דערנאך פארשטיין פארוואס אתרא קדישא האט גענומען געלט.

==========

ער ברענגט א שטיקל יתד, וואו משה גפני באשרייבט זיך אז ער האט ארלעדיגט געלט וואס וועט גיין פארן ועד למניעת חילול קברים.

צו פארשטיין וואס משה גפני האט יא געטוהן, דארף איך איבער'חזר'ן וואס איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן אין די פארגאנגנהייט:

עס איז דא א איד וואס הייסט "שלום פריד", נישט קיין היימישער איד, ער ארבעט שוין יארן לאנג פארן משרד הדתות פון די ציונים בנוגע קברים, ער איז דער פון די משרד הדתות וואס באקומט די ידיעות פון די ארכילאגן וואו זיי גייען גראבן.

15 יאר האט אתרא קדישא געארבעט מיט אים האנט ביי האנט. ער האט געברענגט פאר אתרא די ידיעות וואו די ארכילאגן גראבן, און ער איז אפילו געווען פאר זיי א משגיח אויף מערערע פלעצער וואו די ארכילאגן האבן געגראבן.

נאך די אשקלון פרשה, האט "מאיר פרוש", דער וואס ארבעט אינאיינעם מיט אתרא קדישא טריט און שריט, און איז דער איינציגסטער וואס האלט זיי אונטער, און ער באשרייבט זיי נאך עד היום אין זיין "המבשר", (ער שרייבט אפילו קעגן די ועד למניעת), ער האט ארלעדיגט דעמאלס אז שלום פריד זאל באקומען א עקסטערע ספעציעלע געהאלט - אויסער זיין געהאלט אלס איינגעשטעלטער אין משרד - צו זיין א משגיח אויף קברים.

ביז דעמאלס פלעגט אתרא אים צוגעבן א עקסטערע וועידש אלס משגיח, און פון דעמאלס און ווייטער האט ער דאס באקומען פון די רעגירונג, דורך מאיר פרוש.

ער האט געארבעט אינאיינעם מיט אתרא קדישא ביז גאנץ לעצטנס, אפילו די לוי' פון די עצמות פון יפו וואס אתרא קדישא האט געמאכט, איז נאך געווען דורך אים, דאס הייסט אז ער האט נאך דעמאלס (אפילו נאכדעם וואס אתרא זענען שוין געווען צוריסן מיט די ראש ה'ארכילאגן שוקה דורפמן) געארבעט מיט אתרא און ער האט זיי געגעבן די עצמות.

די לעצטע יאר צייט, נאכדעם וואס אתרא האט פארלוירן אלעס און זיי האבן מער כמעט נישט קיין השגחות, האט ער געסוויטשט פון אתרא קדישא צו די ועד למניעת חילול קברים.

פארשטייט זיך אז פון איין מינוט אויפן צווייטן איז ער געווארן א שייגאץ און א חופר קברים...

(אגב, די ועד האט זיך נאך קיינמאל נישט פארלאזט אויף שלום פריד אלס משגיח. ער העלפט צו צושטאנד צוברענגען אפמאכן און השתדלות'ן, אבער ווען עס קומט צו השגחה שיקט די ועד אליינס אראפ א אייגענע משגיח אויף יעדן פלאץ).

עכ"פ, ווען איר ליינט פון יצחק ווייס אדער מנשה פילעפף וועגן די "ועד למניעת חילול קברים יאקטער און פריד", זאלט איר פארשטיין אז דער ועד באשטייט נישט פון יאקטער און נישט פון פריעד. די צוויי האבן סך הכל אמאל געהאלפן אתרא קדישא, און היינט העלפן זיי ועד למניעת.

==========

צוריק צום ענין: זינט פריד האט אפגעלאזט אתרא, האט מאיר פרוש געלאזט פאלן די אפמאך וואס ער האט דערגרייכט אז פריד זאל באקומען א געהאלט אלס משגיח.

וועלנדיג צוריק אנהייבן באקןמען די געלט, האט פריד זיך געוואנדן צו א צווייטן חבר כנסת המינים, משה גפני, וואס ער איז נישט אין גוטן מיט אתרא אזוי ווי מאיר פרוש, און פריד האט אים געבעטן ער זאל אים ארלעדיגן ער זאל צוריק אנהייבן באקומען די געלט.

היות גפני איז עפעס א שר האוצר, האט ער דאס גאנץ שנעל ארלעדיגט, און ער האט זיך דערנאך באשריבן דערוועגן אין זיין יתד נאמן. פארשטייט זיך ער קען דארט נישט שרייבן "איך האב ארלעדיגט געלט פאר שלום פריד", האט ער געשריבן אז ס'איז פארן ועד למניעת, מיט וועמען פריד ארבעט היינט.

אין פאקט מוטשעט זיך דער ועד מיט יעדן דאלער, פון דאהי האט מען שוין געשיקט אסאך געלט, וואס יעדע דאלער גייט אויף אויסצוצאלן די משגיחים וועלכע האבן נישט פון וואו צו ווערן באצאלט. זיי באוקמען פון די רעגירונג גארנישט, און זיי האבן ניאטמאל געבעטן אמאל צו באקומען.

אלזא, יעצט אז געלעכטער איז אויפגעקומען אז דאס וואס שלום פריד באקומט א געהאלט פון די מדינה מיינט דאס אז די ועד נעמט געלט, שטעלט זיך ארויס א שרעקעדיגער בילד, אז אתרא קדישא האט 15 יאר גענומען געלט פון די מדינה רח"ל!!!

געלעכטער: א מחאה קעגן די אפיס פון מרדכי ברילל, זאפארט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2011 20:01 לינק ישיר 

געלעכטערס אויפדעקונג --- א געלעכטער פון א אויפדעקונג..............
פייוו, שוין די צווייטע מאל דעי וואך וואס דו צומאלס געלכעטערס בעקערייען אזוי געשמאק און צו די נקודה, ממש א נחת גיי אן

(אייגנטליך, נעמט נישט אונזער עולם פוד סטעמפס וכדומה? ווער זאגט אז מוואלט נישט געארט נעמען באצאלט פון די שטאט? איך ווייס נישט, כפרעג נאר, וואו ווערט נתבאר איבער דעם אז מזאל נישט טארן א זאך וואס איז נישט קיין מוסד? פארוואס זאל דער עולם זיך דארפן אנשטרענגען זיי אויסצוהאלטן עכ"פ אויב ממעג ווען נעמען פון די רעגירונג, און נאכאמאל איך פרעג נאר)



תוקן על ידי גרוינים ב- 08/12/2011 20:18:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2011 01:56 לינק ישיר 

סוג ענטפערט אויף מיין תגובה, איך וועל אים צוריק-ענטפערן לויט די פאראגראפן:


איך וויל נישט אריינגיין אין קיין זינלאזע וויכוחים מיט בן ציון לאוב וכו' 

צו וועמען רעד איך דא? צו דוד שמידל? א גוט יאר אייך. (איך רעד יעצט זיין שפראך, בבקשת מחילה פון די ליינער)


געלעכטער האט עם שוין גענטפערט. 

פארגעסן טאקע, געלעכטער האט שוין געענטפערט אז היות הגה"צ ר' בנציון האט זיך אויפגעשטעלט זאגן זיין דעת תורה איבער סידור קידושין, אין די צייט וואס דער אזוי גערופענער מרא דאתרא'ס רביצין רעדט דאך עברית, און דער מד"א איז א ציוני, איז דאך עס א דבר פשוט אז מען נעמט געלט פון די רעגירונג, און אויב וועל איך זאגן פארקערט האב איך דאך געוואשן מוחות.


נאר למען הדיוק, דארף מען ארויסברענגען דריי פאקטן. 

איר הערט? יוסל90 רעדט איבער 'פאקטן'...


1. "אתרא קדישא" האט קיינמאל נישט געהאט און וועט קיינמאל נישט האבן אן אגענט אדער איר'ס א פארשטייער וואס נעמט א וועידזש פון אן אנדערע ארגאניזאציע פאר זיין ארבעט, כ"ש פון א רעגירונג'ס אינסטאנץ. 

עיין בסעיף שלאחריו


2. שלום פריד האט קיינמאל נישט באקומען קיין וועידזש פון "משרד הדתות" ווען ער איז געווען א געוויסער פארשטייער פון אתרא קדישא, "און ווען איך זאג קיינמאל מיין איך טאקע קיינמאל" (כלשון האדמו"ר). 

ווי יעדער געדענקט איז א שטיק צייט צוריק געווען א באשרייבונג וואו אתרא קדישא האט זיך באשריבן אין "ידיעות אחרונות" ווי מעכטיג זיי זענען און ווי אלע זענען אונטערטעניגט אונטער זיי, און געלעכטער האט דא געעפנט דעמאלס א אשכול "מלאך רע בע"כ יענה אמן" און טראמפייטערט מיט די מעכטיגקייט פון אתרא קדישא אין דעם ארטיקל.

אין יענעם ארטיקל האבן דער שרייבער ארויסגעברענגט מיט התפעלות, אז א קורצע צייט נאכדעם וואס שלום פריד איז געשטעלט געווארן דורך די רעגירונג (לשם מצוה, הא?..) האט שוין אתרא קדישא געארבעט מיט אים אזוי בענעזאם אז שלום האט באקומען א סעל. פון אתרא קדישא: 

יעצט זאל סוג איבערחזרן די 2 לגיונות: 1) צו שלום האט באקומען א געהאלט פון די רעגירונג, 2) צו אתרא קדישא האט געארבעט אינאיינעם מיט אים (גענוי ווי די ועד היינט, און נאכמער).


3. שלום פריד איז געווען א בעל תשובה וואס ר' דוד שמידל האט אריינגעברענגט אידישקייט אין עם וואוינענדיג אין וויען מיט איבער 20 יאר צוריק

הגר"ד האט אים געמאכט א בעל תשובה? האט נישט דיין האנט געשריבן אויף אים אז ער איז א שייגאץ און א חופר קברים? הזאת בעל תשובה?... (דערמאנונג: א ליגנער דארף האבן א גוטן זכרון).


און דאן כדי צו אויפהאלטן זיין אידישקייט האט מען עם גענוצט אויף געוויסע שליחות'ער און אזוי אויך דא אין ארץ ישראל, ער איז קיינמאל נישט געווען קיין משגיח אויף קברים. 

בקיצור, מען האט אין "נאר" גענוצט אויף "געוויסע" שליחותן. עס הייבט זיך אן די הודאה במקצת.

יעצט וועל איך זיך נישט פארהערן מיט דיר וואס אלס די "געוויסע שליחות'ן האט אין זיך אריינגענומען, אבער ווער עס וויל קען פרעגן יעדן וואס האט נאר אמאל געארבעט אין אתרא קדישא, און ער וועט וויסן צו זאגן אז אויף שלום פריד האט זיך הגר"ד פארלאזט "בלינדערהייט" אין אלע עניני קברים, און אין רוב ווייטע פלעצער האט מען נאר אים געשיקט! 


4. אזוי ווי די לעצטע 20 יאר האבן די ארכעאלאגן האבן נישט אריינגעלאזט אין קיין שום ארבעט פלאץ קיין חרדישע עסקנים אפגערעדט פארשטייער פון אתרא קדישא א פאקט וואס גייט שוין אן לאנג און יעדשער ווייסט עס,,

אזוי? יחזקאל קאלמנאוויטש און אייזיק ווייס זענען שוין 15 יאר ארבעטסלאז? לץ איינער..


דעריבער האט עם זעליג ברוורמן דער ממונה אויף די קבורה מטעם משרד הדתות פארשאפט מיט איבער 15 יאר צוריק  א קארטל וואס ערלויבט עם אריינגיין אין די ארבעט ערטער, אבער ער האט קיינמאל נישט באקומען קיין געהאלט פון משרד הדתות. 

נאר ער האט דאס געטוהן לשם מצוה, איא? (דו ווערסט מער און מער באגלייבט קע"ה)


5. מאיר פורוש האט עם נישט ערלעדיגט קיין וועידזש, ווייל משרד הדתות באלאנגט פאר "ש"ס" היינט פאר יעקב מרגי דער מיניסטער, און מאיר פורוש קען עס נישט ערלעדיגן, ער האט נישט די פאליטישע כח דערפאר. 

דרייטס אלע מיטן פינגער: "מאיר פרוש" פון יהדות התורה האט אים "נישט" ארלעדיגט א וועידש, ווייל די משרד הדתות איז דאך אונטער ש"ס,  מ ה  ש א י ן  כ ן  (דא דרייט מען שטארק) "משה גפני" פון "דגל התורה", ער האט יא געקענט.

פרעגט די גמרא: מאי שנא?


דער "יתד נאמן" שרייבט אבער גאר אן אנדער נייעס, ער שרייבט נישט שלום פריד, ער שרייבט אז משרד הדתות גייט געבן א "תקן" (בודזשעט) פאר די מערכה אויף מניעת חילול קברים 

און דער זעלבער יתד נאמען שרייבט טאקע אליעזר יודקאויסקי, אין די צייט וואס ר' אליעזר האט מיטן ועד גארנישט איינגעלייגט, נאר זיין ברודער הרב ארי'.

מיר ווייסן אלע ווי אקוראט די צייטונגען זענען. זיי באקומען א באריכט אז ער האט געגעבן געלט פארן ועד, שריבן זיי נעמען לויט ווי זיי ווייסן פון אויסנווייניג. (איך האב שוין ארויסגעברענגט אז גפני האט זיי נישט געקענט הייסן שרייבן אז ער האט ארלעדיגט געלט פאר שלום פריד, האט ער געזאגט ועד למניעת. אין פאקט האט ועד למניעת קיינמאל נישט געבעטן און קיינמאל נישט בקאומען גארנישט, און זיי מוטשען זיך אויף יעדן דאלער).


דאס מיינט און אנדערע ווערטער אז "יודקאווסקי" מיט יאקטער (דער פירשפרעכער פונעם וועד) מיט אייל פורת די חברים פון בן ציון לאוב באקומען געלט פון די ציונים צו מגין זיין אויף די קברי הקדמונים. 

לאמיר רעדן דיין שפראך א מינוט: איך ווייס נישט צו יאקטער האט באקומען, אבער בנצי לאוב האט זיכער באקומען, און דודי שמידל האט זיך געגעבטן ביי אים ער זאל אים עפעס אראפגעבן, אבער בענצי האט געשריגן "איך האב עס און איך פייף אויף דיר!". עד כאן. 


די צינדער ווילן לעשן דאס פייער און די גראבער ווילן ראטעווען די קברים. 

איך האב געזעהן בילדער ווי יחזקאל קלמאנאוויטש גראבט קברים אין נשר. פון אים רעדסטו?

וכדי בזיון וקצף 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געלעכטער'ס אויפדעקונג: זלונים נעמען געלט פון מדינה לאנגע יארן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext