כ"א כסליו אינערהאלב קהלתינו הקדושות אומעטום
מאנטריאל
אין קהלתינו הק' אין מאנטריאל וועט אי"ה פאהרקומען א גרויסארטיגער מלוה מלכה וסעודת הודאה מוצש"ק און דער מסיבת הודאה רבתי אינאיינעם מיט'ן סיום מס' פסחים במסגרת חבורת יסודי התורה וועט אי"ה פאהרקומען ברוב פאר והדר זונטאג נאכט, אין בית מדרשינו בית שמואל בנימין שע"י התאחדות אברכים.
די מודעות וועלן אי"ה נאכפאלגן.
לאנדאן
אום ליל שב"ק וועט אי"ה געפראוועט ווערן א מסיבת מרעים לכבוד כ"א כסליו אין ביהמ"ד הגדול אום 8:30, ווי דער אורח הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיב"ג וועט אי"ה משמיע זיין דברי תורה לכבוד המאורע.
לרגל דעם גרויסארטיגן יערליכער דינער וסעודת הודאה וועלכע'ס וועט אי"ה פאהרקומען אין עיה"ב לאנדאן דעם קומענדיגן זונטאג הבעל"ט, איז געקומען צו גאסט הגה"צ ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו אין בארא פארק שליט"א, וועלכער וועט דינען אלס נואם הכבוד ביים היי יעריגן מעמד.
דער סעודת הודאה ודינער השנתי וועט אי"ה פאהרקומען ווי ערווענט זונטאג נאכט אום 7:30 אין זאל פון יסודי התורה ווי עס ווערן ערווארטעט די השתתפות פון הונדערטער אנשי שלומינו שיחיו, וועלכע וועלן דערביי ארויסווייזן שטארקע שטיצע פאר די ארטיגע תלמוד תורה וועלכער איז מתנוסס לשם ולתפארת אין די שטאט.
אנטווערפן
לרגל דעם גרויסן טאג פו כ"א כסליו, איז הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א נעתר געווארן לבקשת הנהלת קהלתינו אין אנטווערפן און איז געקומען צו פאהרן צו וויילן צו גאסט אויף שב"ק בקרב קהלתינו הק', ווי דער רב שליט"א וועט אי"ה פראווען די תפילות און באטע ליל שב"ק אינאיינעם מיט אנ"ש תושבי אנטווערפן, און מוצאי שבת קודש וועט אי"ה פאהרקומען דער גרויסארטיגער סעודת הודאה אינאיינעם מיט'ן סיום מס' פסחים בחבורת יסודי התורה, אין זאל בבנין בית מדרשינו.
בייגעלייגט זענען די מודעות פון קהילתינו הק' אין אנטווערפן.
ירושלים עיה"ק
אין ירושלים עיה"ק וועלן בני קהלתינו הק' פראווען דעם יום הצלת רבינו הק' זי"ע בעל דברי יואל אויף א דערהויבענעם פארנעם.
ליל שב"ק וועט אי"ה פאהרקומען א "שבת אחים" אין שטוב פון הגה"צ דומ"צ דקהלתינו שליט"א, און ביום שב"ק נאכ'ן דאווענען וועט געפראוועט ווערן א גרויסארטיגער קידושא רבה לכבוד היום.
מוצש"ק וועט אי"ה פאהרקומען דער מעמד סעודת הודאה בבית מדרשינו הגדול ווי עס איז צוגעשטעלט א רייכער פראגראם.
זעהט בייגעלייגט די מודעות.
בני ברק
אינערהאלב קהלתינו המעטירה אין בני ברק האט שוין געהערשט א יום טוב'דיגער שטימונג לכבוד דעם אנקומענדיגן טאג אנגעהויבן פון ערש"ק ווי עס איז אפגעראכטן געווארן א ספעציעלער פראגאם מיט די ילידי הת"ת.
אום מוצש"ק וועט אי"ה פאהרקומען דער גרויסער מעמד סעודת הודאה וסיום מס' פסחים אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון ווי עס וועלן זיך משתתף זיין הונדערטער בני קהלתינו הק' אין שפיץ פון רבנים ואדמור"ים שליט"א, ווי הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א וועט אויפטרעטן.
בית שמש
אין בית שמש וועלן סאטמארער חסידים אפרעכטן דעם יום הצלה כ"א כסליו ביים מעמד סעודת הודאה אום מוצש"ק אין ביהמ"ד קהל שערי רמ"א בראשות הגה"צ אב"ד קרית רמ"א שליט"א וחבר הבד"ץ העדה החרדית.
-בך בטחו אבותינו-
-חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו-
•♦•