שיטת הזאליס: ארמארי העווארד קדוש - בית החיים?
איך שטיי אין איך רייב מיר די אויגן נישט קענענדיג גלייבען וואספארא משוגעים די זאליס זענען.
די זאליס זייט זיי האבן באקומען די ארמארי אין וויליאמסבורג, זענען זיי ארויס מיט א מעכטיגע בליץ קאמפיין, אז די ארמארי אין וויליאמסבורג אויף העווארד סט. איצט ווען די מאווי זוהמה וטומאה האט עס איבער געלאזט נאכן זיין דארט 10 יאר, איז אראפ געקומען א וואלקן פון קדושה וטהרה אויף די ארמארי, אין איצט האט עס די גרעסטע קדושה וטהרה וואס איז נאר שייך!
און ווי די שרעקעדיגע לשונות וואס זיי ניצן המקום הזה אדמות קודש הוא, כי הנה מלאכים נועדו בו וכו'
עס לאזט זיך נישט גלייבען וואספארא חוכא ואטלולא זיי מאכן פון מרן רביה"ק זי"ע, די ליבאוויטשער מיט זייערע זעלביגע כפירה משיח פראפאגאנדע קענען זיך פארשטעקען פאר די זאליס, די ליבאוויטשער מיטן זינגען און באקלעבן די גאנצע וועלט זייערע יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח, האלטן בנאמנות אז מיט דעם טוען זיי הייבן דעם כבוד פונעם ליבאוויטשער, דערוויייל איז עס די גרעסטע בזיון פאר אים, דאס זעלבע טוען די זאליס להבדיל מיט כ"ק רביה"ק זי"ע.
די זאליס האבן אנגעקלעבט אלע גאסן מיט גרויסע פלאקאטען, אזוי אויך האט דער איד גאנצע בלעטער און ארטיקלען וואספארא הייליג פלאץ דער ארמארי איז, ממש עס איז נישט דא אזא הייליג פלאץ אין דער גאנצער וועלט, אזש זייט ...? די קדשי קדשים איז געשטאנען רח"ל עפ"ל.
עס איז נישט צום גלייבען ווי נידריג זיי זענען געפאלען, און דער בזיון נורא וואס זיי מאכן פון רביה"ק זי"ע, עס קוקט אויס אז היי יאר וועט רז"ל טאנצן שמחת תורה מיט א שטיקל פונעם ארמארי אין די הענט....
עס איז נישט צום גלייבען ווי ווייט זייער פאלטשקייט גייט, די ארמארי וואס רביה"ק זי"ע איז מן הסתם פון אלע מסיבות אינאיינעם וואס ער איז געווען אין דער בנין איז צוזאמען נישט דא קיין 3 שעה אין זיין גאנץ לעבן וואס ער איז געווען אין דעם בנין, און די לעצטע יארן איז עס געווען אקאפירט מיט די נידריגע זוהמה מאוויס, די פלאץ איז הייליג בקדושה וטהרה עד אין שיעור...!
אבער...
די מקום המוקדש די הייליגע בית החיים דקהל יטב לב בקרית יואל, ווי עס ליגט באהאלטן דעם ארון הברית מרן כ"ק רביה"ק זיעועכי"א, עס איז ביים יהדות החרדית דאס הייליגסטע פלאץ וואס איז פארהאנען אין אמעריקא, צענדליגער צענדליגער טויזענטער אידן קומען אהין יעדעס יאר להפקד בדבר ישועה ורחמים, דאס פלאץ איז ביי די זאליס טמא ומטומא רח"ל, אין יעדער איד וואס וויל גיין ליגן לאחר מותו אין דעם הייליגע פלאץ ווערט טעראזירט, און באקומט אלע מיני נידריגע בריוון פון די זאליס, מיט אלע לשונות של גנאי אויף דעם הייליגען מקום המוקדש.
עס איז נישט דא קיין ווערטער מיט וואס אויס צו פירן די סך הכל מאכט זיך אליינס!
 |
|
|