בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2011 23:17 לינק ישיר 

איך זעה אז פון הלכה ענדיגטסטו ב"ה אבער קומסט צי צי אויסגעדראשענע פראגעס וואס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן אין לאנגע בלעטער דא און די הייבסט מיר דא אן פון אלף

גרוינים כתב:
יא על כגון דא נאמר צוה לחלל השבת זאל מען נישט פאלגן
די זאלונים פארשוועכן די כבוד פון שבת אז כאילו אויב איינער האלט אנדערש להלכה ווי זיי אין א מצוה דרבנן דארף מען נאכשרייען מחללי' מות יומת
א זאלי וואס שרייט שבת איז מחלל און פארשעהמט דעם שבת אז ער שרייט אויס אז כאילו די וואס טראגן זענען אזאנא מחללי שבת ווי די פרייע ציונים און אנשטאט דער שבת זאל זיך פרייען אז אין וו"ב איז יעדער ערליך מיט שמירת שבת און טייל זענען גאר מחמיר אפילו אויף א הוה אמינא פון כמה דיעות אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין עירוב (אבער עכ"פ פאר קיין דאורייתא האט עס דער רבי זיכער נישט געהאלטן והא ראי' דער רבי האט געלאזט ברענגען בריתן דורך א גוי מידי שבת בשבתו) און טייל זענען זיך מקיל אין דעם ענין על פי הוראת פון זייערע רבנים 
קומען די מוחים און זענען מחנך די קינדער אז דער שבת איז אן אפגעפרעגטע זאך ביי אסאך אידן אין וו"ב כאילו זיי האבן פיינט דעם שבת קודש און זוכען צו ווייזן פארן שבת ווי די צדוקים בימי הסנהדרין און זיי זענען כאילו חייב מיתה מן התורה ל"ע
זאלונים בני יואל און שענער גערופן "סיקריקים" הערט אויף מבזה זיין דעם שבת!
העכסענס אויב שפירט איר אז אויב איז דא א מחלוקה להלכה דארף מען פארט מוחה זיין דאן זוכט ענדערש א איסור כרת וואס מרן הדברי חיים זצ"ל האט געהאלטן מאשין מצות פאר חמוץ גמור און די בד"ץ עדה החרדית גיבט א הכשר אויף די מצות, נעמט אייך צו די מלאכה הכונו למערכה נגד הבד"ץ מאכילים חמץ בפסח... 

צוריק לענינינו וו"ב איז נישט קיין ירושלים (מלחמת בעלז) און וו"ב איז נישט קרית יואל (מלחמת בני יואל)
וויליאמסבורג האט נישט קיין רב וויאמסבורג האט מערערע קהילות פונקט ווי בארא פארק און מאנסי און פונקט ווי סיי ווי איבער די וועלט וואס האט נישט קיין מרא דאתרא און קיינער איז נישט פארפליכטעט צו פאלגן יענעמס רב אדער דיין, יעדער זאל פאלגן זיין רב און אויב זיין רב הייסט מוחה זיין האט עס נישט קיין שום ממשות ע"פ תורה און דאס איז ריכטיג מבזה דעם שבת כנלע"ד 
גראדע לידיעתם דארף מען מודיע זיין פאר די זאלונים פארוואס ר' זלמן אליין איז דער גורם העירוב, ראשית נאר ווייל סאטמאר איז צובראכן קענען אנדערע מאכן אן עירוב בלי רשותינו, והשנית ווען סווערט ווען א געטועכטס וואלט בשנים קדמוניות געווען א מיטינג פון אלע רבנים אין התאחדות (ע"ה) און ברוב דיעות וואלט יעדער מיטגעשטימט צו ממעג יא אדער נישט מאכן אן עירוב ועכשיו שנועם המידות שולט אין דעת תורה ואין דעת הרבנים ואין שכל ואין תבונה ואין רחמנות ואין כלום רק עם הארץ היושב ב550 בעדפארד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/12/2011 23:40 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

פארוואס איז דא געווארן אזוי ווילד היינט?

האט שוין טאקע סאטמאר שלום געמאכט מיט גלויזענבורג?

איך פארשטיי די זאלי'ס זענען חיות

אבער ווי איז די בירור הלכה להיתר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 01:14 לינק ישיר 

די מחלוקה סאטמאר מיט קלויזענבורג איז ב"ה שוין אריבער אין מען קריגט זיך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 07:37 לינק ישיר 

שיינע דערגרייכונג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2011 22:57 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

ווען זיין דיין זאגט קעגן די הלכה איז יא שייך 'מחאה'
נאר מוחה צו זיין, דארף מען עס מיינען לש"ש, און נישט לשם הפארטיי





וומ"ס איז נישט קיין רה"ר דאורייתא,
אפילו אין א רה"ר דאורייתא מיט א עירוב איז אויך נאר א דרבנן
אפילו לויט דיין עם הערצות דיגע צישטעל צי קורה שרייבט דאך דברי יואל אז טייל פוסקים האלטען אז מען דארף אפילו נישט קיין הכירא קצת אויך נישט.
אפילו ס' זאל נישט זיין קיין פת איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם אויף כלים ששבתו בחצר ווי למשל שטיפען א קערידש
 סא די גאצנע טראגען אפילו אהן א עירוב איז זיכער נאר א דרבנן


אין שו"ע ווערט גע'פסק'נט אז ביז 72 מינוט נאך די שקיעה איז טאג, קומט אויס:
א וויזניץ'ער וואס טוט א מלאכה שבת 56 מינוט נאך די שקיעה איז א מחלל שבת דאורייתא,
א וויזניץ'ער וואס עסט יו"כ 56 מינוט נאך די שקיעה איז עובר אויף א איסור כרת

יעצט ענטפער מיר ביטע די 2 קשיות:
1) וויאזוי איז שייך מחלליה מות יומת ביי א דרבנן????????????
2) פארוואס אויף עירוב דרבנן פארפירסטו אויף הייד פארק, און אויף וויזניץ דאורייתא פארפירסטו נישט??????????????


נא לש"ש אדער לשם הפארטיי?!?
זיין line "האט שוין טאקע סאטמאר שלום געמאכט מיט גלויזענבורג?" says it all


התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי

 

 


 






תוקן על ידי findodort ב- 15/12/2011 23:00:55




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2011 02:33 לינק ישיר 

1) ווען האב איך געזאגט אז עס איז שייך מחלליה מות יומת ביי א דרבנן? אדער אז דא איז בכלל שייך מחלליה מות יומת?  

2) אויב איינער שרייבט א קעפל "מחלליה מות יומת" מיינט נישט אז ב"ד גיבט דערפאר מיתה, עס קען מיינען אז די שבת נעמט זיך אן פאר איר כבוד

3) איך האב קיין שטעלאנג בכלל נישט גענומען אין די מלחמה

4) מיין קשיא איז צי האט שוין טאקע סאטמאר שלום געמאכט מיט גלויזענבורג?

און אויב יא, ווער האט זיך צוגעשטעלט צו וועם?

5) איך האב בלויז געפרעגט ווי איז די בירור הלכה להתיר, ווייל לויט תורת הנגלה איז די עירוב קיין עירוב, ווען מען רעדט ווען פון בארא פארק ווי מען זעהט די עירוב און די מחלוקה איז בלויז אין השקפה

6) וועגן וויזניץ איז טאקע א גרויסע ווייטאג, איך מיין אז דאס איז שוין געווען אין רבי'נס צייטן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 04:59 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

וועגן וויזניץ איז טאקע א גרויסע ווייטאג, איך מיין אז דאס איז שוין געווען אין רבי'נס צייטן



אין די רבי האט נישט געשיקט מוחה זיין לש"ש!
נא, פארוואס ביסטו קליגער

התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי

 



תוקן על ידי findodort ב- 16/12/2011 05:31:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2011 07:33 לינק ישיר 

findodort כתב:

וועגן וויזניץ איז טאקע א גרויסע ווייטאג, איך מיין אז דאס איז שוין געווען אין רבי'נס צייטן




אין די רבי האט נישט געשיקט מוחה זיין לש"ש!
נא, פארוואס ביסטו קליגער

התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי






שלמה ווער האט גערעד פין דיר - די ביסט א איד א צדיק

 

 



תוקן על ידי findodort ב- 16/12/2011 07:34:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2011 13:15 לינק ישיר 

findodort כתב:

וועגן וויזניץ איז טאקע א גרויסע ווייטאג, איך מיין אז דאס איז שוין געווען אין רבי'נס צייטן


---------------------------

אין די רבי האט נישט געשיקט מוחה זיין לש"ש!
נא, פארוואס ביסטו קליגער

התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי



ח"ו, איך בין נישט קליגער

אויך האב איך קיינעם נישט געשיקט מוחה זיין

און די וואס מיינען עס נישט לש"ש, מיינען טאקע "מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי"

מיט דעם אלעם האלט איך אז דע רבי וואלט יא געשיקט מוחה זיין

כאטש ביי וויזניץ האט ער נישט געשיקט מוחה זיין

און אפילו עס איז א גרויסע ווייטאג

זעה איך א גרויסע חילוק צווישן די צוויי זאכען

אין בארא פארק ווייס איך נישט צי דע רבי וואלט געשיקט מוחה זיין

אבער אויף אזא עירוב גלויב איך אז דע רבי וואלט נישט געשוויגן

 

און נאך אלעם איז א גרויסע חילוק צי מען איז בלויז נישט מוחה, אדער מען שטיצט עס גאר

און דער חילוק איז אויך שייך אין בארא פארק, כל שכן דא וואס ע"פ תורת הנגלה איז נישט דא קיין עירוב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/12/2011 23:41 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 19:31 לינק ישיר 

איך ליין דעם אשכול און קיק זיך צו ווי א לא קרא ולא שנה'ניק
פאקט פסקי הלכות, און מיט חוצפה רייסט ער אראפ גדולי רבנים
וגאונים, און דער נידעריגער פערשוין איז מזכה את הרבים מיט מפרסם
זיין חוות דעתו העני', אז ער האלט אז רבינו הקוה'ט זי''ע וואלט געוויס
אויך געשיקט דעם ציבור שרייען און מוחה זיין אויף די גאסן א קעגן
די וואס טראגן מיטן עירוב,
 
דער שרייבער איז א עם הארץ גמור, און פארשטייט צו הלכות עירוב
ווי זיין רבי פארשטייט צו א חלף,  צו שרייען אז א עירוב דארף מען זעהן און
אז מען זעהט דאס נישט איז דער עירוב פסול איז א עם הארצות שאין כמוהו,
האט איר שוין אמאל געזען איינעם אין קרית יואל לויפן צו די גבולים פון
קרית יואל כאפן א בליק אויפו עירוב פאר ער טראגט זיין טלית אין בית המדרש?
האט עמעצער געלייגט גרויסע פראזשעקטארס צו באלייכטן די עירוב דראטן
ביינאכט מען זאל קענען זען דעם עירוב? די אלע וואס האלטן אז א עירוב איז להיכר
מיינט אז מען דארף דאס "קענען" זעהן, ס'זאל נישט זיין למעלה מעשרים אמה וכדומה,
און נישט אז מען דארף דאס באמת ממש זעהן, דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט קלאר
אז אין קאשוי האט מען נישט געוויסט ווי דער עירוב איז מחמת פחד המזיקין,
דאס איז קלאר פאר יעדן דיין אז דאס נישט זעהן דעם עירוב איז נישט קיין עיכוב.

והאחרון הכביד, צו שרייבן אז דער הייליגער שבת האט זיך נוקם געווען אין א איד
פארן איינציגן חטא אז ער האט געפאלגט זיין דיין, איז א עוון בל יכופר, א בזיון
התורה, בזיון השבת ובזיון המת, פאר א יונגאטש ארויס צו קומען שרייבן אן קיין
שום טראפ בושה פונקטליך פארוואס דאס איז געשען, גרעניצט זיך מיט אכזריות
מתובל בטפשות נוראה, אפשר זאגסטו מיר פארוואס ר' עוזיאל פערלשטיין ע''ה
איז נפטר געווארן? האט דאס אפשר צוטוהן מיט טשעפען מיט א מרא דאתרא? 
ומבזה תלמיד חכם אשר אין תרופה למכתם? פארוואס איז ר' מרדכי פריעדמאן ע''ה
נפטר געווארן בדמי ימיו, הא?, פארוואס איז ר' ישראל מאיר וואלדמאן ע''ה, 
ר' נפתלי מענדלאוויטש ע''ה, ר' נחמן חיים גרינפעלד ע''ה, און נאך צענדליגע אידן
וואס זענען אזוי יונג אוועק געריסן געווארן פארוואס האט דאס פאסירט, אדרבה
זיי מגלה פאר כלל ישראל דעם סוד, ברענג אראפ דעם בוך פון הימל און אנטפלעק 
פארוואס דריי פערטל נפטרים פון פערלשטיין'ס בית החיים זענען נעבעך אינגע מענטשן, 
פארוואס? פארוואס? אז דו ווייסט יא פונקטליך, אדרבה זאג אויס.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 21:51 לינק ישיר 

טאקע אויף דע בירור הלכה ווארט איך שוין צוויי וואכן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 22:01 לינק ישיר 

און לדעתך איז דא דאס פלאץ פאר א בירור הלכה?
האסטו געפרעגט א דיין? למעשה האבן דיר עטליכע
שרייבער גענטפערט, אבער דו האסט דיך געקשן'ט,
און זייער מיאוס מבזה געווען א שוכן עפר וואס איז בחייו
געווען א סימבאל פון צדקה וחסד, וכדי בזיון וקצף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 22:42 לינק ישיר 

יא, און אויב עס איז דא א בירור הלכה וואלט מען עס דא אויך ארויף געלייגט

יא, איך האב געפרעגט א דיין, און ער האט מיר געזאגט אז איך דארף צו פאלגן אלעס וואס עס שטייט אין שו"ע

ניין, קיינער האט נישט געברענגט א מראה מקום להיתר

ניין, איך האב קיינעם נישט מבזה געווען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 23:06 לינק ישיר 

קינד מיינס, פרעג דיין דיין וואס איז טייטש "כל הראוי לבילה אין בילה מעכבת בו"
דאס ווערט געפסקט להלכה בלי שום חולקים, און ווען ער וועט דאס דיר איבער
טייטשן אויף אידיש וועסטו מיר זאגן צו מען דארף זען דעם עירוב צו אז מען קען
דאס זעהן איז אויך גענוג, איך פארכט מיך אז די האסט נישט
געפרעגט קיין דיין נאר דיין רבי, און דאן איז עס א לאסט קעיס!,

אויב האלסטו באמת אז דו האסט קיינעם נישט מבזה געווען,
איז א נעבעך אויף דיין נשמה, און דו ביסט נעבעך אויך א לאסט קעיס.

זאג נאר, ווער איז א גרעסערער פוסק, דער קאשויער רב זצ''ל
צו ר' זלמן לייב פיליפ? רבי פישעלע הערשקאוויטש שליט''א
צו ר' ישראל חיים מנשה? אודווארי רב זצ''ל צו דער היידפארק
שרייבער מיטן כינוי שם "שלמה ווייס"?. רבי יחזקאל ראטה שליט''א
צו משולם כ''ץ, רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א צו מנשה הקטן פיליפ?
דער פאקט איז אז ר'  אברהם לייטנער ז''ל האט געפסקעט אז מען זאל
מאכן עירובי חצרות אין וויליאמסבורג בלי ברכה, און אזוי האט אויך 
גפסקעט ר' חיים דוד כ''ץ, (אויף בארא פארק) פאר די הלכה האט זיך
געטוישט לחומרה, בהוראת הלישקע הקדושה, דער גאנצער איסור
אויפן עירוב איז איין קייט פון ליצי ליצנות און ניצחון,   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 ... 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.