בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2011 23:24 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

טאקע אויף דע בירור הלכה ווארט איך שוין צוויי וואכן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2011 23:40 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

טאקע אויף דע בירור הלכה ווארט איך שוין צוויי וואכן



די דאזיגע 10 ווערטער איז נישט דער פראבלעם מיט דיר,
דער פראבלעם איז מפורש די אנדערע הונדערטער ווערטער
וואס דו האסט געשריבן, און דאס פארעכט נישט דעם דעמעדזש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 00:57 לינק ישיר 

דאס איז א גרויסע טעות צו פארטוישן די שו"ע פאר א דיין

דער דיין דארף זיך אויך צושטעלן צו די שו"ע, אבער די שו"ע דארף זיך ניטש צושטעלן צו די דיין

 

אין שולחן ערוך הלכות כבוד רבו (יו"ד הלכות סימן רמ"ב סעיף כ"ב) שטייט: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו, עכ"ל. ווען איינער זעהט אז זיין רבי איז עובר אויף די תורה, זאל ער אים זאגן – דו האסט דאך מיר אויסגעלערנט אזוי און אזוי. זאגט דער רמ"א: אפילו אויב ער וויל עובר זיין נאר אויף אן איסור דרבנן איז ער אויך מחוייב צו מוחה זיין. דאס איז אפילו ביי זיין ריכטיגער רבי, פון וועמען ער האט געלערנט זיין גאנצע תורה, אפילו ער פרעגט ביי אים אלע זיינע שאלות, אפילו אזוי איז שייך צו אננעמען אז ער האט געמאכט א טעות אין א הלכה, און אפילו אין אן איסור דאורייתא, און ער איז מחוייב מוחה צו זיין (בדרך כבוד), ער קען זיך נישט ארויסדרייען מיטן תירוץ אז דער רבי ווייסט זיכער וואס ער טוט, און זיכער האט ער א סמך פון שולחן ערוך אדער פוסקים, דאס איז ווייל טראץ זיין לערנען און זיינע פסקים ווערט ער נישט אליינס א שולחן ערוך, ער איז נאך אלץ געבינדן צו אלעם פון שולחן ערוך און די פוסקים, און די תורה ווערט נישט געטוישט ווייל דער רב האט גע'פסק'נט נישט לויט די הלכה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 03:04 לינק ישיר 

מיינסט עס ערענסט? יעדער שמויגער קען מחליט זיין צו זיין
מחולק מיט א דיין ווייל ער האלט אז דער שלחן ערוך זאגט להיפוך
פון דעם דיין? מיט א דיין קען נאר זיינס א גלייכן זיין מחולק!, האסט
אמאל געהערט פון א קאנסעפט וואס הייסט התרת הוראה?
וואס פעלט דאס אויס? מען קיקט אין קיצור שלחן ערוך צו אין תניא
אדער טרעפט מען א שטיקל דברי יואל, אדער אן ארטיקל פון מנשה פיליפ,
און מען ווערט א פוסק, האלסטו באמת אזוי? אדער האלסטו שוין
א סטעפ ווייטער ווי די וואס שרייען מאי אהני לן רבנן, וואס חז''ל זאגן
אויף זיי אז זיי זענען אפיקורסים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 04:05 לינק ישיר 

פאר די רבוש"ע האט אונז געגעבן די תורה איז ער ארום געגאנגען צו די אומות העולם פרעגן צו זיי ווילן מקבל זיין די תורה, זיי האבן זיך אויס גע'משל'ט וואס זיי ווילן אז עס זאל שטיין אין די תורה, דעריבער האבן זיי עס נישט מקבל געווען, מיר אידען האבן גענטפערט "נעשה ונשמע", מיר האבן מקבל געווען די תורה אזויווי די רבוש"ע האט דאס אונז געגעבן.

אין שולחן ערוך הלכות כבוד רבו (יו"ד הלכות סימן רמ"ב סעיף כ"ב) שטייט: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו, עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 04:38 לינק ישיר 

אויך ביזטו זייער גערעכט ווען א מורה הוראה זאגט אז עס איז אסור, און איינער זאגט איך האב א קיצור שלחן ערוך להיתר אן דעם וואס ער זאל דאס גרינטלעך דארעכטון

אבער ווען א מורה הוראה זאגט א היתר און מען פרעגט אפ זיינע ווערטער פון שו"ע און ער ענטפערט נישט שרייבט דער משפטים ישרים ח"א סי' רפ"ד, וז"ל: דיין שמקשים על דבריו מדברי פוסקים, ואינו חושש להקושיא, רק שאומר כך נראה לי הרי זה דיין שקר, ודבריו אינם מעלין ולא מורידין, ובסוד הדיינים ובמניינם לא יבא, וכמאן דליתיה דמי, ויתקיים הדין ביושבים לפני ה' ומודים על האמת,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 06:32 לינק ישיר 

נישט צום גלייבען מיין אויגן שווינדעל נאלף אבער א פאקט.

אינטערסאנט קיינער האט עס נישט באמערקט.

די זאליס אויף זייער טוויטער גרופ האבן ארויף געלייגט פאר די לווה, די פאקשאוויל קעגן דעם נפטר ר' אלימלך ווייס ז"ל און זיי שרייבן אפען נפטר Kien Yoivde kol Oivaichu Hashem

http://twitpic.com/7rxtmq

נישט צום גלויבען, און די זאליס זאגן נאך אז די אהרונים האבן עס געמאכט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 16:27 לינק ישיר 

די זאלי'ס מיט די תורה האבן קיין שום שייכות נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 17:14 לינק ישיר 

הרינו מודה ומתוודה, נאכדעם ווי שלמה ווייס פירקעלט שוין אן
אריבער 10 בלעטער מיט שטותים והבלים, און דער רבי פישל
הערשקאוויטש שליט''א האט נישט אזויפיל מענטשהייט זיך 
וויסענדיג מאכן, און נישט נאר ר' פישלעלע שליט''א איגנארירט
עם נאר אפילו רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א און רבי יחזקאל ראטה 
שליט''א מאכן זיך גארנישט וויסענדיג פון עהם, ער צייגט אן א 
שטיקל שולחן ערוך הרב וואס צייגט קלאר איבער אז דער עירוב 
אין וויליאמסבורג איז אסור באיסור גמור, און די מתירי העירוב
מאכן זיך נישט וויסענדיג, בין איך געצווינגען מודה צו זיין על האמת
אז שלמה ווייס אמת ותורתו אמת, און די גדולי הרבנים זענען בדאים,
און מיט רעכט האבן די זאליס ארויס געגעבן די פאשקעוויל אז ר' מילך 
ווייס ע''ה איז מיט רעכט אומגעקומען ווייל דער הייליגער שבת האט זיך
נוקם געווען אין עהם, ווי עס שטייט מחלליה מות יומת,

מיר איז נאר אינטרעסאנט פארוואס דער הייליגער שבת האט פונקט גענומען
איין שבת טרעגער און עהם באשטראפט און זיך נישט נוקם געווען אין די
פרעכע מתירי העירוב, מיר וועלן דארפן ווארטן דער אלעס ווייסער שלמה'לע
זאל אונז אנטפלעקן פארוואס דאס איז אזוי געשען,

איך קים צו א קאנקלאזשען, אז נישט נאר ביסטו א עם הארץ מדאורייתא
ומדרבנן, און נישט בלויז ביסטו א אכזר איום ונורא, נאר אויך א טיפש עצום 
פון די ערשטע קלאס, און ווי איך זעה ווילסטו נאר האבן דאס לעצטע ווארט
און שרייען אנכי ניצחתי את יעקב, דו האסט מיך געווינען, אלזא איך בין 
פארטיג מיט דיר, דו האסט געווינען, איך בין מודה ומתוודה אז דו ביסט
גערעכט, און מיר לעבן נעבעך אין א פינסטערן טעות.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 17:26 לינק ישיר 

אזוי ווערט אויך ערקלערט אין א תשובה פונעם הייליגן חוות דעת אין א בריוו צום גאון דער בית אפרים (שו"ת ר' יעקב מליסא סימן נ"ב), אז אויב מען האט אויפגעפאדערט דעם רבי'ן אז ער האט נישט ריכטיג גע'פסק'נט און ער האט נישט געענטפערט, טאר מען נישט בארעכטיגן זיין פסק, נאר ווייטער מוחה זיין ביז דער רבי וועט ארויסגעבן זיין תשובה פארוואס ער האט אזוי גע'פסק'נט, אדער וועט ער צוריקציהען און מודה זיין על האמת.

וז"ל: בדבר הגט מבני ששאלתי מכבודו, לא כתב שום תשובה, והתשובה מדינא ניתן לכתוב לכל אדם אף לאינם ראויים, וחוששני לו מחטאת ועון וכו' עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 17:56 לינק ישיר 

א גרויס נארעשקייט פין חוות דעת פארן שיקן א תשובה צום בית אפרים, ער האט דאס גיקענט פאסטן אויף כל העולם כולו, ער וואלט זיכער צירוק געצויגן און מודה געווען על האמת,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 18:41 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

יא, און אויב עס איז דא א בירור הלכה וואלט מען עס דא אויך ארויף געלייגט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 12:20 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

די זאלי'ס מיט די תורה האבן קיין שום שייכות נישט



הגה:

די אהרונים, וואס זיי זענען די עכטע סאטמאר, און זיי רירן זיך נישט פון די תורה, זיי דארפן מוחה צו זיין, איך ווייס נישט צי אין די גאסן, צי סתם שרייען אז מען טאר נישט טראגן, אבער על כל פנים, נישט זיך אננעמען פאר די וואס טראגן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 18:10 לינק ישיר 

פארוואס דארף מען מוחה זיין? האט מען שוין אמאל מוחה געווען אויף א זאך וואס א ערליכער רב אדער דיין איז מתיר און דיין רב אסר'ט? קיינמאל איז דאס נישט געווען ביז די זאלי תורה חדשה, אפילו ביי די בחירות וואס איז לפי שיטת הויואל משה ביהרג ואל יעבור האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען, מען האט נאר מסביר געווען דעם איסור, און דא אפילו לפי שיטת האוסרים איז עס אויך נאר אסור ווייל מען האט נישט געבעטן רשות פון די זאליס, יעדער איז מודה אז א כשרער עירוב מעג מען און מען קען מאכן, והראי' סוכות האט דער רבי געלאזט מאכן א עירוב, נאר וואס דען, ער האט געהאט זיינע חששות אויף א עירוב קבוע, איז דאס טאקע ביהרג ואל יעבור? איז דאס טאקע מחללי' מות יומת? א חרפה און א בושה אז אידישקייט ווערט געפירט דורך אפאר ליידיגע אינגאטשעס, אן קיין שום דעת תורה, נאר בנצחנימו וברצחנימו,   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2011 23:43 לינק ישיר 

מיר האבען בכלל נישט גערעדט צו מען מעג מאכען א עירוב אין וויליאמסבורג, מיר האבען געזאגט אז וויבאלד די עירוב האט מען געמאכט אז מען זאל דאס נישט באמערקען האט דאס נישט קיין דין פון קיין עירוב

דער רבי שרייבט אין שו״ת דברי יואל תשובה כ״א, אז אפילו א צורת הפתח האלטען רוב פוסקים אז עס דארף צו זיין א קצת היכר

דער תניא אין סימן שס״ג סעיף א׳ איז מסביר אז א היכר מיינט אז דער מענטש וואס גייט דארט זאל דער עירוב איהם דערמאנען אז דא איז נישט א רשות הרבים, און וויבאלד מען האט דא געמאכט דעם עירוב אזוי אז מען זאל עס נישט באמערקען, טוט עס קיינעם נישט דערמאנען אז דא איז נישט קיין רשות הרבים

במילא עפ״י פשטות השו״ע איז דאס נישט קיין עירוב, און אויב א רב אדער א דיין איז דאס מתיר דארף ער געבען א בירור הלכה אויף וואס די היתר איז געבויט

און אויב טוט ער דאס נישט, איז קיין שום עוולה נישט מוחה צו זיין סיי אקעגען דעם רב און סיי אקעגען די טרעגערס, אדרבה מען איז מחויב מוחה צו זיין אזוי ווי עס ווערט געפאסקענט אין שו״ע יו״ד סימן רמ״ב סעיף כ״ב.

 

די תורה ווערט גארנישט שוואכער ווייל די זאליס טרעטען דערויף

צי יא זאליס צי נישט זאליס דארף בכלל נישט מעלה ומוריד זיין, און טאר בכלל נישט גענומען ווערען אין חשבון

מיר דארפען זיך נאר רעכענען צי מען פירט זיך עפ״י תורה צי נישט, און נישט צי מען איז יא א זאלי צי נישט א זאלי

 

שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"

 

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"

 

. שולחן ערוך הלכות כבוד רבו (יו"ד סימן רמ"ב סעיף כ"ב) שטייט: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו, עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 10 11 12 ... 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.