בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2011 00:44 לינק ישיר 

אפלו לויט שלמה'ס פורם פעשעטל פין צי שעטלן די הכר פין קורה צי די הכר פין צוה"פ  אין  אפשר אויך די הכר פין הרחקות אין די הכר פין בשר וחלב וכו'

איין זאך איז זיכער קלאר פין שו"ת דברי יואל  –אין דאס איז אז נישט אלע פוסקים האלטן אז מען דארף א הכר בכלל , טייל פוסקים האלטן אז אפלו א הכר קצת פעלט אויך נישט אויס

ני פארוואס פארפירט ער ?!?

 

התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי!!!

תוקן על ידי findodort ב- 28/12/2011 00:46:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2011 04:00 לינק ישיר 

1) ני, זאג דו וואס פאר א היכר עס דארף יא צו זיין ביי א צורת הפתח

2) און וואס, רוב פוסקים איז דיר נישט גענוג?

מיט וואס ביסטו דען מאס אנדערש פון די זאלי'ס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2011 22:22 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

1) ני, זאג דו וואס פאר א היכר עס דארף יא צו זיין ביי א צורת הפתח

2) און וואס, רוב פוסקים איז דיר נישט גענוג?

מיט וואס ביסטו דען מאס אנדערש פון די זאלי'ס



עס איז נישט דא קיין איין שיטה וואס האלט אז די בני החצר דארפן צי וויסען ווי די  צוה"פ איז.

סאיז דא שיטות אז די צוה"פ מיז האבן א ממשות אין די רה"ר ווייל נאר אזוי איז דאס דומה צי א טיר.

אז עס איז דא טייל שיטות האב איך קלאר געשריבן אז דאס איז נאר לויט דיין פירום פעשעטל.

ביי ערבין איז די הלכה כמיקל ואף יחיד נגד רבים, דאס איז געזגאט געווארן לגבי זיכי הפת אין אויך כלפי מחיצות

 

אז איינער וויל זיך פירן מיט שלמה'ס חיםרעס כל הכבוד – אבער ווער געט דיר רעכט יענעם נאכצישרייען?

 
התירוץ הוא פשוט, דבעירובין עסקינן ב"רשויות"! דהיינו מיהו כאן ה"בעלים" על השכונה, ותו לא מידי!!!






(אויב איינער וויל איך זאל דאס מער באריכות מסביר זיין זאל מיר שיקען אין אישי אין איך וועל מאכן מער צייט אי"ה)




תוקן על ידי findodort ב- 28/12/2011 22:49:48




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2011 00:08 לינק ישיר 

דאס איז א הערליכע בירור הלכה

און ווי איז נישט די "הלכה כמיקל ואף יחיד נגד רבים"? ביי א אשת איש?

אוודאי איז דא אזא געדאנק ביי עירוב, אבער עס איז דא נישט שייך

 

"עס איז נישט דא קיין איין שיטה וואס האלט אז די בני החצר דארפן צי וויסען ווי די  צוה"פ איז"

 גערעכט, אבער אויב מען לייגט די עירוב אזוי אז מען זאל דאס דירעקט נישט באמערקען, איז נישט דא קיין איין שיטה וואס האלט אז עס איז כשר

 

ביטע זיי קלאר מסביר וואס עס מיינט לויט דיר די היכר וואס עס פעלט זיך אויס ביי א צורת הפתח

און אויך וויאזוי מען טיישט דאס אין אידיש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 00:27 לינק ישיר 

תוקן על ידי findodort ב- 28/12/2011 22:49:48

"(אויב איינער וויל איך זאל דאס מער באריכות מסביר זיין זאל מיר שיקען אין אישי אין איך וועל מאכן מער צייט אי"ה)"

ביטע זיי דאס דא מסביר

עין התכלת הקדמה: שאין זה דרך התורה כלל לבוא בהחבא, אלא כל מי שיודע לשוב בדבר הלכה, מוכרח לחוות דעתו בגלוי, ולא יטימנו בחבו וכו'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 00:42 לינק ישיר 

findodort כתב:



(אויב איינער וויל איך זאל דאס מער באריכות מסביר זיין זאל מיר שיקען אין אישי אין איך וועל מאכן מער צייט אי"ה)

 




(איך גלייב אז שלמה מאכט געניג א גיטע דשאב פין אויף ווייזען זיין אמתע פרצוף אין די פרצוף פין אלע זיין גלייכען

אויב איינער וויל איך זאל דאס מער באריכות מסביר זיין (שלמה איך רעד נישט צי דיר)  זאל מיר ביטע שיקען אין אישי אין איך וועל מאכן מער צייט אי"ה אין איך וועל דאס שרייבן דא. )




תוקן על ידי findodort ב- 29/12/2011 00:49:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2011 01:20 לינק ישיר 

אויב איינער וויל וויסען די איסור זאל ער אריין קוקן אין שו"ע, און אויב איינער וויל וויסען א היתר זאל ער שיקען אין אישי

חוות דעת שו"ת ר' יעקב מליסא סימן נ"ג: אך בעוה"ר עיני הדור, אע"פ שרואין קלקולים הנוגעים בנפש, שותקין ומבקשין היתר על איסור מפורש, והביא היתר לא ידעתי מאיזה, וצוה לסתום הדברים, ובכ"ת הדבר תלוי לצוות להראות ההיתר, כי התורה בפומבי ניתנה, (שבת פ"ו:), ולא מראש בסתר דברתי, תורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 04:55 לינק ישיר 

איך האלט אז מען טאר נישט האבן קיין שום מגע ומשא און קיין שום דין ודברים מיט א פערשוין וואס האט די חוצפה צו בארעכטיגן די שמוציגע פאשקעווילן אויף א נפטר, ער האט די חוצפה צו זאגן א מיינונג אויף די שפאלטן פון אינטערנעט אין א הלכה וואס ער האט נישט קיין שום ידיעה, זיין עם הארצות שפראצט ארויס פון זיינע תגובות, מען פראבירט עם מסביר צו זיין אז אפילו לויט די פוסקים וואס זאגן אז מען דארף א היכר קצת, מיינט נישט אז דאס איז מעכב, עס שטייט אינערגעץ נישט אז אן דעם איז דער עירוב פסול, און א היכר קצת מיינט זיכער נישט אז יעדער מיז דאס זען, נאר אז מען דארף דאס קענען זען, (ווער עס ווייסט ווי עס איז), אבער דער חכם עתיק לאזט זיך נישט און איגנארירט דאס, און איז אויף די אייגענע האנד מחליט אז דער פסק ההלכה פון די גדולי הרבנים וואס זענען מתיר דעם עירוב, ווי דער אודווארי רב זצ''ל ולהבחל''ח רבי פישעלע הערשקאוויטש, רבי חיים לייב כ''ץ, רבי יחזקאל ראטה, ועוד, זייער פסק מיינט אז "קיינער" איז דאס נישט מתיר, זייער פסק הלכה איז חספא בעלמא, ווילסט נישט טראגן? טראג נישט! ווילסט אנעמען דעם פסק ההלכה ווי די גדולי הרבנים וואס זענען פון די אוסרים?, דאס איז דיין פריווילגיע, אבער אוועק צו מאכן גרויסע רבנים ודיינים איז א חוצפה והעזה שאין דוגמתה, מען טאר מיט אזא איינעם נישט טוישן א ווארט, שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו כי חרם הוא, זאל ער ווייטער גיין שרייען אויף די גאסן מחללי' מות יומת, און זאל ווייטער גיין שרייבן מיאוסע פאשקעווילן אויף נפטרים, אזא פנים האבן די זאלי מחוצפים. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 05:58 לינק ישיר 

משהלע, די מישט צוזאם צוויי זאכען, איך האב נישט בארעטיגט קיין שום פאשקעוויל אויף קיינעם

 

אויב טאר מען נישט טראגן אן א עירוב, טאר מען אויך נישט טראגן מיט א עירוב וואס איז געמאכט נישט ווי די הלכה

"דבעינן גם הכירא קצת" מיינט אז אן דעם איז דער עירוב פסול, שו"ת דברי יואל תשובה כ"א

 

"און א היכר קצת מיינט זיכער נישט אז יעדער מיז דאס זען"

גערעכט, אבער אויב מען לייגט די עירוב אזוי אז מען זאל דאס דירעקט נישט באמערקען, איז דאס נישט קיין עירוב

דער תניא אין סימן שס״ג סעיף א׳ איז מסביר אז א היכר מיינט אז דער מענטש וואס גייט דארט זאל דער עירוב איהם דערמאנען אז דא איז נישט א רשות הרבים, און וויבאלד מען האט דא געמאכט דעם עירוב אזוי אז מען זאל עס נישט באמערקען, טוט עס קיינעם נישט דערמאנען אז דא איז נישט קיין רשות הרבים

 

"אבער אוועק צו מאכן גרויסע רבנים ודיינים איז א חוצפה והעזה שאין דוגמתה"

במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב

דברי הרב ודברי התלמיד, דברי מי שומעין

שולחן ערוך הלכות כבוד רבו (יו"ד סימן רמ"ב סעיף כ"ב) שטייט: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו

 

"אזא פנים האבן די זאלי מחוצפים"

נאר ווייל זיי רעכענען זיך נישט מיט די תורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 22:04 לינק ישיר 

פון ווי נעמסטו אז בעינן הכירא קצת מיינט אז מען מיז דאס זען? די רבנים וואס זענען מתיר האלטן אז דאס מיינט אז מען דארף דאס קענען זען, אויב וועט דיך איינער וואס ווייסט ווי דער עירוב איז נעמען און ווייזן דעם עירוב וועסטו דאס קענען זען, דאס מיינט הכירא קצת, האסט א פראבלעם מיט דעם? מיינט נאכנישט אז ווייל דו האלסט אזוי טאר מען נישט טראגן, גיי אריין צו רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א לייג עם פאר דיין שאלה און איך בין זיכער אז ער וועט דיר ענטפערן בתשואת חן, (אויב ער וועט זען אז דו מיינסט נישט לקנתר) כך דרכה של תורה, נישט אנפירקלען היידפארק און שרייען ראה רבו עובר על דברי תורה, דו ביסט א מחוצף גדול און א קל שבקלים. צו שרייבן אזוי פראסט און פשוט אז מען טאר נישט טראגן ווייל דו האלסט אזוי, איז דאך דא דבנים וגאונים וואס זאגן אז מען מעג יא טראגן, פארוואס איז דיין חוות דעת קראנטער ווי זייער חוות דעת?

איין זאך איז קלאר, אז מען דארף נישט זען דעם עירוב, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט נישט געזען דעם עירוב אין קרית יואל כאטש איך טראג דארט כסדר, איך בין געווען אין בני ברק און אין ירושלים איך האב געהעריג געטראגן כאטש איך האב נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז, די רבנים דא זאגן אז זיי האבן געזען דעם עירוב און ס'איז הונדערט פראצענט כשר, איז דאס נישט גענוג קראנט?, דער קאשויער רב שרייבט אז אין קאשוי האט מען נישט געזען דעם עירוב און מען געהעריג געטראגן איז דאס נישט גענוג קראנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 00:29 לינק ישיר 

"פון ווי נעמסטו אז בעינן הכירא קצת מיינט אז מען מיז דאס זען?"

בעינן היכרא קצת מיינט טאקע נישט אז מען מוז דאס זעהן אזוי ווי די חנוכה לעכט.

 

"די רבנים וואס זענען מתיר האלטן אז דאס מיינט אז מען דארף דאס קענען זען, אויב וועט דיך איינער וואס ווייסט ווי דער עירוב איז נעמען און ווייזן דעם עירוב וועסטו דאס קענען זען, דאס מיינט הכירא קצת, האסט א פראבלעם מיט דעם?"

יא איך האב א פראבלעם מיט דעם אויב די רבנים האלטען אז דאס מיינט היכרא קצת

ווייל דער תניא און שו"ע אין סימן שס״ג סעיף א' זאגט קלאר אז דער היכר פון אן עירוב איז אז מען זאל זיך נישט פארמישען און מיינען אז דאס איז א רשות הרבים, ווען מען טייטש דאס אפ פשוט מיינט עס אז ווען א מענטש איז אויף א גאס וואס ענדלט צו א רשות הרבים, זאל איהם די עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, אויב דארף מען איינעם ווייזען ווי דער עירוב איז, און דערנאך גייט איהם דער עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, דארף ער דאך האבען א באזונדערע דערמאנונג צו קוקען אויפ'ן עירוב, ווייל דער תניא איז קלאר מסביר אז דער עירוב דארף צו דערמאנען,

ווייל אפי' פאר דעם מענטש וואס ווייסט יא ווי דאס איז, טוט עס אויך נישט דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, ווייל דורכגייענדיג דארטען טוט דער עירוב נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט אז דער מענטש זאל זיך דורכדעם דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, מען האט דאך עס געלייגט אזוי אז א דורכגייער זאל עס נישט באמערקען, איז דער פשט אז עס ציט נישט די אויגן און עס ברענגט נישט צו קוקען אהין

במילא איז נישט שייך צו זאגען אז דער וואס ווייסט יא ווי דער עירוב איז, איהם טוט דער עירוב דערמאנען אז עס איז נישט קיין רשות הרבים, און דער וואס ווייסט נישט ווי דאס איז, קען עס נישטאמאל באמערקען, די צוויי זאכען קענען זיך נישט צאמשטעלען אין איין עירוב

דאס איז פשוט אפגעלערענט דעם הלכה, איך גלויב אז ווען עס וואלט ווען נישט געווען א פאליטישע מערכה איבער דעם נושא, וואלט גארנישט געווען וואס נושא ונותן צו זיין איבער דעם הלכה ווייל דאס איז פשוט פשט.

 

דעריבער איז אויך נישט שווער פארוואס מיר פארלאנגען פון די רבנים וואס זענען דאס מתיר, אז זיי זאלען געבען א בירור הלכה דערויף, ווייל אויב איז א רב מתיר אזאך וואס עפ"י פשטות ההלכה איז דאס אסור, דארף ער ארויסצוגעבען א בירור הלכה פאר ער איז דאס מתיר, אדער לכה"פ אינאיינעם מיט'ן היתר דארף ער געבען אויך דעם בירור הלכה אויף וואס די היתר איז געבויעט, כך דרכה של תורה אין אלע דורות אז א רב האט גאוואלט מתיר זיין אזאך וואס איז אסור עפ"י פשטות ההלכה, האט ער קודם ארויסגעגעבען א בירור הלכה דערויף.

 

"דו ביסט א מחוצף גדול און א קל שבקלים"

עס איז קיינמאל נישט געווען אזא געדאנק, אין אלע דורות, אז איינער זאל זאגען אויף אזאך אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, און וויבאלד א רב האט עס מתיר געווען, זאל דער מענטש וועגען דעם אנגערופען ווערען א קל שבקלים אדער א מחוצף , די האסט איבערגעדרייט הקערה על פי-ה, א קל שבקלים אדער א מחוצף הייסט איינער וואס געט קולות אדער איז מתיר איסורים, אויב א רב זאגט אויף אזאך אז עס איז אסור עפ"י תורה, און איינער גייט און איז מזלזל אין דעם דער ווערט פאררופען א קל און א מחוצף.

 

אין וואספארא וועלט לעבסטו, אויב מ'מאכט איינעם אומבאקוועם זיך נאכצוגעבען די תאוות, מיט דעם וואס מען זאגט איהם אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, ווייל ער האט שוין א אינטערשריפט פון א רב, רייסט מען איהם ארונטער כאילו ער האט געטוען די ערגסטע עבירה, ווייל ער מאכט יענעם אומבאקוועם

און די ווילסט בכלל נישט אננעמען די הלכה פון שו"ע יו"ד סימן רמ"ב סעיף כ"ב: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו

עס איז בכלל נישט דא וואס זיך צו בייזערען ווען איינער ווייזט אן אז עפעס איז אסור, פונקט פארקערט ווען איינער איז מיקל דארטען זאלסטו דיך רעגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 02:20 לינק ישיר 

findodort כתב:

1) ני, זאג דו וואס פאר א היכר עס דארף יא צו זיין ביי א צורת הפתח

2) און וואס, רוב פוסקים איז דיר נישט גענוג?

מיט וואס ביסטו דעמאלס אנדערש פון די זאלי'ס

---------------------------------



ביי ערבין איז די הלכה כמיקל ואף יחיד נגד רבים, דאס איז געזגאט געווארן לגבי זיכי הפת אין אויך כלפי מחיצות





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 04:32 לינק ישיר 

איך האב געפרעגט א חשובן דיין און ער האט מיר קלאר געזאגט אז מען דארף נישט זען דעם עירוב והראי' ביינאכט מעג מען אויך טראגן, אויף מיין פראגע וואס עס מיינט היכר קצת, זאגט ער אז מען דארף "קענען" זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשרער עירוב וואס איז זעהבאר פאר סיי וועמען איז דאס כשר "לכל הדיעות" צו מען זעט דאס יא צו נישט, דא איז נישט קיין פראגע צו ס'איז א כשר'ער עירוב ווייל אלע וואס האבן דאס געזען זאגן אז ס'איז כשר, די אוסרים האבן דאס קיינמאל נישט געזען,

אלזא אידעלעך, וועם דער פסק הלכה פון די גדולי הרבנים וואס האבן מתיר געווען דעם עירוב איז פארלעסליך, קענען טראגן מיט א רוהיג געוויסן, און והמחמיר כדעת האוסרים איז תבא עליו ברכה, אבער חס מלהזכיר נאכצושרייען מחללי' מות יומת, און שלמה'לע איז מחוייב ארויס צו פארן צום פרישן קבר פון דעם חשובן נפטר ר' אלימלך ווייס ע''ה, (בעסער מיט א מנין אידן) און עם מפייס זיין, און פון דארט (מיטן זעלבן מנין) צו פארן צום ציון הקדוש פון קאשוי רב זצ''ל, און עם אויך מפייס זיין אויפן שרייבן אז ער האט חלילה געטון שלא כהלכה.
שלמה'לע, עצה טובה קמשמע לן!!!   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 07:30 לינק ישיר 

משה'לע,

אלזא, מיר האבען שוין געזאגט און מיר זאגען דאס נאכאמאל, מיר האבען נישט געמאכט דעם צעטל מחללי-ה מות יומת, מיר האבען דאס נישט אויסגעטיילט, און מיר האבען דאס נישט בארעכטיגט

מיר האבען בלויז גערעדט פון די הלכה

 

און דאס וואס די זאגסט אז די האסט געפרעגט א חשוב'ן דיין

אלע אידן זענען חשוב, וויבאלד ער איז א איד איז ער זייער חשוב

 

און יעצט צום ענין:

לאמיר אביסל קלאר שטעלען די זאך, צי מ'דארף יא זעהן דעם עירוב צי מ'דארף נישט זעהן דעם עירוב, צי מ'קען זעהן דעם עירוב צי מ'קען נישט זעהן דעם עירוב,

אין אידיש גערעדט, כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף דער מענטש נישט גיין אנקוקען דעם עירוב, און אויב דער עירוב איז כשר בייטאג איז ער אויך כשר ביינאכט.

 

אבער דאס וואס די זאגסט "וואס עס מיינט היכר קצת, זאגט ער אז מען דארף "קענען" זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשר'ער עירוב וואס איז זעהבאר פאר סיי וועמען איז דאס כשר "לכל הדיעות" צו מען זעט דאס יא צו נישט"

לויט ווי איך פארשטיי דיינע ווערטער מיינסטו צו זאגען, אז וויבאלד ווען איינער ווייזט איהם אז דארט איז דא א עירוב, און ער גיט א קוק אויף דעם עירוב, דורך דעם דערמאנט ער זיך אז דא איז נישט קיין רשות הרבים, איז אזא עירוב כשר.

פשטות פון שולחן ערוך דארף דער עירוב צו דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים אן דעם וואס מען זאל דארפען יענעם צו ווייזען אדער דערמאנען ווי דער עירוב איז

יעצט למשל אין קרית יואל דארף מען נישט האבען אדער מאכען אויף א יעדע גאס א דערמאנונג אז דאס איז נישט א רשות הרבים, און ווען איינער גייט אויף סאטמאר דר. און ער זעהט בכלל נישט דארט קיין עירוב, מעג ער דארט לכתחלה טראגען, פארוואס? וויבאלד ווען ער קומט אן ביים עק פון דעם היקף העירוב, זעהט ער דארטען אן עירוב, דערקענט ער אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, און דאס איז וואס די חכמים האבען פארלאנגט ווען זיי האבען געהייסען מאכען אן עירוב.

קומען מיר צוריק צו דעם, קוקען אויף דעם עירוב ברויך מען נישט, אבער ווען מען קומט אן דארטען ווי דער היקף העירוב איז, ברויך דאס אפצושטעלען א מענטש און דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, אן דעם וואס מען זאל דארפען יענעם ווייזען אדער דערמאנען ווי דער עירוב איז, דאס מיינט קצת היכר עפ"י פשטות.
 
 

(דאס וואס די שרייבסט וועגען קאשוי רב זצ"ל, גלייב איך אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט, אויב יא ביטע לייג עס דא ארויף

און ביטע זיי מיר מוחל, ווען איינער קריגט זיך אין הלכה מיט יענעם גייט דאס בכלל נישט אריין בגדר בזיון און דאס הייסט בכלל נישט מבזה געווען).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 18:21 לינק ישיר 

דו לעבסט אין עולם הדמיון ועולם התוהו, ס'איז ברור כהשמש בצהריים אז מען דארף בכלל נישט זען דעם עירוב, מען מעג טראגן סיי אין שטאט סיי ביים גרעניץ פון די שטאט, סיי ביינאכט סיי בייטאג, סיי מיט אפענע אויגן סיי מיט פארמאכטע אויגן, לויט קיינעם דארף מען נישט זען דעם עירוב, און אויב דער עירוב איז א עירוב וואס מען "קען" דאס זען, איז דער עירוב כשר לכל הדיעות, אויף דעם איז נישטא קיין שום חולקים, און דא איז כולי עלמא מודים אז מען קען זען דעם עירוב, "דו" זעהסט דאס נישט ווייל "דו" ווייסט נישט ווי צו קיקן, וואלסטו געוויסט ווי דער עירוב איז, וואלסטו דאס אויך געקענט זען, אזא עירוב איז כשר לכל הדיעות, אויסער פאר די מלוחים מאוד גראפע, פאר זיי איז דאס נישט כשר, אבער פאר אלע רבנים איז אזא עירוב כשר וישר, מאנכע האבן אנדערע פראבלעמען ווי בעלות, זיכוי הפת, און דאס איז תלוי וועמען דו ווילסט פאלגן, אבער דער עירוב פאר זיך איז א כשר'ער עירוב לכל הדיעות, און זאלן די אידן טראגן אום געשטערט פון די פארנאטישע כוליגאנעס. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 ... 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.