בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2011 20:26 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2011 21:13 לינק ישיר 

משהלע כתב:
דו לעבסט אין עולם הדמיון ועולם התוהו, ס'איז ברור כהשמש בצהריים אז מען דארף בכלל נישט זען דעם עירוב, מען מעג טראגן סיי אין שטאט סיי ביים גרעניץ פון די שטאט, סיי ביינאכט סיי בייטאג, סיי מיט אפענע אויגן סיי מיט פארמאכטע אויגן, לויט קיינעם דארף מען נישט זען דעם עירוב, און אויב דער עירוב איז א עירוב וואס מען "קען" דאס זען, איז דער עירוב כשר לכל הדיעות, אויף דעם איז נישטא קיין שום חולקים, און דא איז כולי עלמא מודים אז מען קען זען דעם עירוב, "דו" זעהסט דאס נישט ווייל "דו" ווייסט נישט ווי צו קיקן, וואלסטו געוויסט ווי דער עירוב איז, וואלסטו דאס אויך געקענט זען, אזא עירוב איז כשר לכל הדיעות, אויסער פאר די מלוחים מאוד גראפע, פאר זיי איז דאס נישט כשר, אבער פאר אלע רבנים איז אזא עירוב כשר וישר, מאנכע האבן אנדערע פראבלעמען ווי בעלות, זיכוי הפת, און דאס איז תלוי וועמען דו ווילסט פאלגן, אבער דער עירוב פאר זיך איז א כשר'ער עירוב לכל הדיעות, און זאלן די אידן טראגן אום געשטערט פון די פארנאטישע כוליגאנעס. 


אזא הערליכע בירור הלכה האט כלל  ישראל שוין לאנג נישט געזען

 

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"


דער עירוב דארף צו דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים אן דעם וואס מען זאל דארפען פון פאראויס וויסען אדער אנווייזען ווי דער עירוב איז

און א עירוב וואס מען קען עס נישט טרעפען אן דעם וואס מען זאל פון פאראויס וויסען אדער אנווייזען ווי דער עירוב איז, אזא עירוב טוט נישט דערמאנען

 

שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"

 

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 21:38 לינק ישיר 

findodort כתב:





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2011 21:43 לינק ישיר 

ס'איז קלאר אז די רבי האלט אז הלכה כדיברי המקיל איז נאר געזאגט געווארן כלפי זיכי הפת ווייל עס האט נישט קיין עיקר מה"ת

אבער ווי געזאגט דאס איז נישט נוגע בכלל צי אינזער עינין - דיין צי שטעל פינעם ש"ע הרב איז א איינפאכע עם הרעצות.

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים" 
דא שטייט נישט וואס די היכר איז דא שטייט פארוואס עס פעלט אויס א קורה - אין די טעם פין קורה ביי א מבו איז "שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא" אין מען זאל דאס נישט מחלף זיין מיט א רשות הרבים.

ביי א צוה"פ איז גאר א אנדערן טעם עס איז נישט קיין תקנת חכמים אין מען האט דארט נישט געמאכט קיין תקנה. ווייל ביי א חצר האט מען קיינמאל נישט גוזר געווען אז מען וועט דאס מחלף זיין  מיט א רשות הרבים. דעריבער ווינדערט זיך די חתם סופר פארוואס זאל אויספעלן א הכר אין ער זאגט גאר א אנדערן טעם ווי ביי מבו

...(אי"ה נאך שבת)



תוקן על ידי findodort ב- 30/12/2011 22:20:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2012 03:27 לינק ישיר 


דא גיבט דער תניא די גדר פון 'היכר', 'היכר קצת', און 'אין כאן היכר'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2012 18:02 לינק ישיר 

שלמה, איך זעה אז דו ענטפערסט נישט צו דערזאך, דו ביסט פארעקשנט אז דו ביסט גערעכט און די רבנים הגאונים וואס זענען מתיר דעם עירוב זענען זיך טועה, וועל איך דיך פרעגן א פראגע און ביטע ענטפער יא אדער ניין, און נישט ברענג מיר א שטיקל תניא צו א שטיקל דברי יואל וואס דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין זייער כוונה.

1- אויב גיי איך ביינאכט פון שכונת ראפשיץ צו קרית יואל, איך קים אן צום גרעניץ ווי עס דארף זיך אנהייבן דער עירוב, עס איז ביינאכט (אדער אפילו בייטאג ווען די זין שיינט שטארק) און איך קיק און זיך דעם עירוב דראנט  און איך קען דאס בשום אופן נישט זען, מעג איך טראגן צו ניין? קיין היכר איז נישטא ווייל מען קען קען דעם עירוב נישט זען, איז דער עירוב כשר צו נישט? ביטע ענטפערן יא צו ניין אן קיין פשעטליך! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2012 22:01 לינק ישיר 

עס וועט זיך ווענדען וואס די סיבה פון דיין נישט זעהן די עירוב איז

זעהסט עס נישט ווייל עס איז צוריסען?

דו זעהסט עס נישט, אין אנדערע מענטשען זעהען עס יא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 00:46 לינק ישיר 

די סיבה אז איך זעה נישט דעם עירוב איז נישט ווייל עס איז צוריסן, איך זעה עס נישט,אדער ווייל ס'איז טינקל און איך באמערק עס נישט, קען זיין אז איך קיק נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, ווייל איך ווייס נישט פונקטליך ווי איך דארף קיקן, דער מציאות איז אז דער עירוב איז דארט נאר איך זעה דאס נישט, מעג איך טראגן צו נישט? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 05:02 לינק ישיר 

"די סיבה אז איך זעה נישט דעם עירוב איז נישט ווייל עס איז צוריסן"

פון ווי ווייסטו אז דער עירוב איז נישט צוריסן?

"דער מציאות איז אז דער עירוב איז דארט נאר איך זעה דאס נישט"

פון ווי ווייסטו אז דער עירוב איז דארט?

האבען דיר אנדערע מענטשען געזאגט אז זיי זעהען עס יא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 06:12 לינק ישיר 

איך וואוין נישט אין קרית יואל און האב דאס קיינמאל נישט געזען נאר דארט ווי איך בין איינגעשטאנען האט מען מיר געזאגט אז סאיז דא אן עירוב, ער האט דאס אויך נאכקיינמאל נישט געזען נאר ער ווייסט אז סאיז דא אן עירוב און נישט געהערט אז יעצט זאל עס זיין צוריסן, מעג איך טראגן צו נישט? ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 09:01 לינק ישיר 

וויבאלד א יעדער קען זעהן די עירוב, עס איז נישט קיין באהאלטענע עירוב, מעגסטו דארט טראגן, און אויך דארפסטו נישט טראכטן אז די עירוב איז צוריסן

כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף מען נישט צו גיין אנקוקען דעם עירוב

אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 13:51 לינק ישיר 

ס'איז נישט זעהבאר,איך מיטשע מיך עס צן זען אבער איך קען דאס נישט זען, איך האב אפילו געפרעגט אדורכגייער ווי דער עירוב איז האט מיר יענער גענטפערט אז ער ווייסט אז דער עירוב דארף זיין דא ערגעץ אבער ער ווייסט אויך נישט פונקטליך, אלזא איך קען עס נישט זען נאר אז איינער וואס ווייסט פונקטליך ווי עס איז און עס וועט ווערן ליכטיג דאן וועל איך עס קענען זען, אבער ביז דאן קען איך עס נישט זען. מעג איך טראגן צו נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 18:19 לינק ישיר 

רעדסטו פון די קרית יואל'ער עירוב, אדער פון די וויליאמסבורג'ער עירוב?

אין קרית יואל איז דער עירוב אפען, א יעדער קען דאס זעהן, איז עס כשר

אין וויליאמסבורג איז עס באהאלטן, אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן, אזא עירוב איז נישט כשר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 18:42 לינק ישיר 

אזוי? אין וויליאמסבורג קען דאס קיינער נישט זעהן? ממש קיינער? איך קען 10 מענטשן ובתוכם רבנים מופלגים בתורה ודיינים היושבים על כסא ההוראה וואס האבן דאס יא געזען, אבער דאס איז מיין פוינט, און דיין לעכערליכע פאלשע סברות האט געפלאצט אין דיין פנים, איך שרייב דיר א צאל תגובות אז באמת דארף מען דאס נישט זען, מען דארף דאס נאר קענען זען, און דו האסט דאס כסדר איגנארירט, ביז איך האב עס פון דיר ארויסגעשלעפט, אז באמת דארף מען טאקע נישט זען, מען דארף דאס נאר קענען זען, אויב זעט מען דאס נישט ווייל עס איז טינקל איז דער עירוב נאך אלץ כשר, אויב זעט מען דאס נישט ווייל מען ווייסט נישט פונקטליך ווי עס איז איז דער עירוב ווייטער כשר, איך האף אז די הלכה איז נישט אנדערשט אין קרית יואל ווי אין וויליאמסבורג,

דו האסט אויך כסדר איגנארירט וואס דער קאשויער רב זצ''ל שרייבט אין די הקדמה פון זיין ספר טל השמים, אז אלץ רב האט ער געמאכט א עירוב וואס קיינער האט נישט געקענט דערקענען אז דאס איז א עירוב ווייל די כוליגאנס (זאלי''ס בלע''ז) האבן דאס אראפ געפליקט, אלזא האסטו א פסק פון א גדול בישראל אויף דעם זעלבן מציאות ווי אין וויליאמסבורג און ער האלט אז ס'איז כשר, דו האסט קיינמאל נישט געברענגט קיין שום בירור פון א גדול בישראל אז א עירוב וואס נישט יעדער ווייסט ווי עס איז איז פסול, דו האסט נאר מיט דיין קליינעם מוח מדמה געווען מילתא למילתא אויף זאכן וואס זענען בכלל נישט דומה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 20:05 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.