בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2012 21:03 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

משה'לע,

אלזא, מיר האבען שוין געזאגט און מיר זאגען דאס נאכאמאל, מיר האבען נישט געמאכט דעם צעטל מחללי-ה מות יומת, מיר האבען דאס נישט אויסגעטיילט, און מיר האבען דאס נישט בארעכטיגט

מיר האבען בלויז גערעדט פון די הלכה

 

און דאס וואס די זאגסט אז די האסט געפרעגט א חשוב'ן דיין

אלע אידן זענען חשוב, וויבאלד ער איז א איד איז ער זייער חשוב

 

און יעצט צום ענין:

לאמיר אביסל קלאר שטעלען די זאך, צי מ'דארף יא זעהן דעם עירוב צי מ'דארף נישט זעהן דעם עירוב, צי מ'קען זעהן דעם עירוב צי מ'קען נישט זעהן דעם עירוב,

אין אידיש גערעדט, כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף דער מענטש נישט גיין אנקוקען דעם עירוב, און אויב דער עירוב איז כשר בייטאג איז ער אויך כשר ביינאכט.

 

אבער דאס וואס די זאגסט "וואס עס מיינט היכר קצת, זאגט ער אז מען דארף "קענען" זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשר'ער עירוב וואס איז זעהבאר פאר סיי וועמען איז דאס כשר "לכל הדיעות" צו מען זעט דאס יא צו נישט"

לויט ווי איך פארשטיי דיינע ווערטער מיינסטו צו זאגען, אז וויבאלד ווען איינער ווייזט איהם אז דארט איז דא א עירוב, און ער גיט א קוק אויף דעם עירוב, דורך דעם דערמאנט ער זיך אז דא איז נישט קיין רשות הרבים, איז אזא עירוב כשר.

פשטות פון שולחן ערוך דארף דער עירוב צו דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים אן דעם וואס מען זאל דארפען יענעם צו ווייזען אדער דערמאנען ווי דער עירוב איז

יעצט למשל אין קרית יואל דארף מען נישט האבען אדער מאכען אויף א יעדע גאס א דערמאנונג אז דאס איז נישט א רשות הרבים, און ווען איינער גייט אויף סאטמאר דר. און ער זעהט בכלל נישט דארט קיין עירוב, מעג ער דארט לכתחלה טראגען, פארוואס? וויבאלד ווען ער קומט אן ביים עק פון דעם היקף העירוב, זעהט ער דארטען אן עירוב, דערקענט ער אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, און דאס איז וואס די חכמים האבען פארלאנגט ווען זיי האבען געהייסען מאכען אן עירוב.

קומען מיר צוריק צו דעם, קוקען אויף דעם עירוב ברויך מען נישט, אבער ווען מען קומט אן דארטען ווי דער היקף העירוב איז, ברויך דאס אפצושטעלען א מענטש און דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, אן דעם וואס מען זאל דארפען יענעם ווייזען אדער דערמאנען ווי דער עירוב איז, דאס מיינט קצת היכר עפ"י פשטות.
 
 

(דאס וואס די שרייבסט וועגען קאשוי רב זצ"ל, גלייב איך אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט, אויב יא ביטע לייג עס דא ארויף

און ביטע זיי מיר מוחל, ווען איינער קריגט זיך אין הלכה מיט יענעם גייט דאס בכלל נישט אריין בגדר בזיון און דאס הייסט בכלל נישט מבזה געווען).



רעדסטו פון די קרית יואל'ער עירוב, אדער פון די וויליאמסבורג'ער עירוב?

אין קרית יואל איז דער עירוב אפען, א יעדער קען דאס זעהן, איז עס כשר

אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר

אין וויליאמסבורג איז עס באהאלטן, אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן, אזא עירוב איז נישט כשר

 

"אזוי? אין וויליאמסבורג קען דאס קיינער נישט זעהן? ממש קיינער? איך קען 10 מענטשן ובתוכם רבנים מופלגים בתורה ודיינים היושבים על כסא ההוראה וואס האבן דאס יא געזען"

קענען זעהן די עירוב, מיינט אן דעם וואס איינער זאל דארפן אנווייזען ווי דאס איז

כל שכן, ווען מען זיכט דאס אין מען קען עס נישט טרעפן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 21:21 לינק ישיר 

ע''כ דעת שלמה, והוא מחולק על כ''ק אדמור מקאשוי זצ''ל, ועל כל הרבנים הגאונים שליט''א, אפילו אותם הרבנים האוסרים,  
הער מיך גיט צו, דיינע בויך סברות, זענען נאר בויך סברות, אינערגעץ שטייט נישט אז מען דארף דאס קענען זען אפילו מען ווייזט דיר נישט, אדרבה, ברענג א פסק הלכה פון א רב אדער דיין, אדער אפילו א מראה מקום, דאס איז דיין אייגן פארברעצירטער פסק, אלע רבנים פסקענען קלאר אז א עירוב וואס איז כשר, דער לחי איז כשר, ס'איז נישט העכער 20 איילן איז כשר לכל הדיעות צו דו ווייסט יא ווי עס איז צו נישט, אויב מען ווייזט דיר ווי עס איז קענסטו דאס זען הייסט עס זעהבאר און עס איז כשר, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2012 23:20 לינק ישיר 

און וואס זאגט דער תניא אז עס דארף צו זיין א היכר צו דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים

פאר די 10 רבנים?

 

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"

 

און אויך די חת"ם סופר זאגט אז א טיר וואס איז נישט קיין היכר איז נישט כשר פאר א עירוב

פאר וועם דארף עס צו זיין א היכר?

 

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 00:57 לינק ישיר 

האסט נישט געליינט וואס מהר''ש לבן שרייבט אין זיין תשובה אויף היידפארק? ער פסקעט אז אויב קען מען עס זען נאר דו זעסט עס נישט ווייל דו ווייסט נישט ווי עס איז איז דער עירוב כשר, שיעור נישט פארגעסן, נאר אין קרית יואל , אין וויליאמסבורג לאזן נישט די זאליס, וואט א פול,...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 01:24 לינק ישיר 

דו האסט פארגעסן צו צולייגן, נאר אויב דער עירוב איז אפען, א יעדער קען דאס זעהן

נישט אויב עס איז באהאלטן, און אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן

 

לערען די תניא, און די חת"ם סופר

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"

 

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 02:09 לינק ישיר 

משה'לע,

וואלסטו געגאנגן מיט הויזן וואס נאר 10 רבנים זעהן עס, און אנדרע מענטשן זעהן עס נישט?

איך מיין אז ניין, ווייל הויזן דארף מען אפצודעקן די פיס, און אויב דעקט דאס נאר פאר 10 רבנים איז עס נישט געניג

די זעלבע מיט די עירוב, עס ראדף זיין פאר א היכר, מיט דעם וואס 10 רבנים זעהן דאס איז נישט געניג

נאך דערצו אז מען דארף זיי אויך ווייזען ווי דאס איז, ווייל אליינס קענען זיי אויך דאס נישט טרעפן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 02:46 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

דו האסט פארגעסן צו צולייגן, נאר אויב דער עירוב איז אפען, א יעדער קען דאס זעהן
דאס איז אייגענע בויך קרעמפן, דאס שטייט נישט אין ערגעץ.

נישט אויב עס איז באהאלטן, און אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן
אין קרית יואל ביינאכט קענסטו עס זיכן ביז פורים און וועסט עס נישט טרעפן,

 

לערען די תניא, און די חת"ם סופר

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו
דא איז דא א כשר'ער קורה. 
יש בזה היכר וזכרון לרואים
ווער עס ווייסט ווי עס איז,  
שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"
אין קרית יואל, ביסטו מודה אז אויב א פרעמדער קומט אין ווייסט נישט ווי דער עירוב איז, איז עס כשר

כאטש עס איז נישטא קין שום היכר, וויבאלד א אנדערער ווייסט יא ווי עס איז, כאטש יענער קען עס אויך
יעצט נישט זען, עם כל זה איז עס כשר בלי שום היכר כלל, אזוי אויך אין וויליאמסבורג, רבי פישל
הערשקאוויטש שליט''א ועוד הרבה רבנים ואנשים נאמנים
ווייסן ווי דער עירוב איז, במילא איז עס כשר
נישט יעדער יחיד דארף דאס זען,  

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א



פארפאלן, איך האב ארויס געשלעפט פון דיר א פסק הלכה, און פראבירסט צו דרייען רעכטס אין לינקס בלי הצלחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 03:09 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

משה'לע,

וואלסטו געגאנגן מיט הויזן וואס נאר 10 רבנים זעהן עס, און אנדרע מענטשן זעהן עס נישט?

איך מיין אז ניין, ווייל הויזן דארף מען אפצודעקן די פיס, און אויב דעקט דאס נאר פאר 10 רבנים איז עס נישט געניג

די זעלבע מיט די עירוב, עס ראדף זיין פאר א היכר, מיט דעם וואס 10 רבנים זעהן דאס איז נישט געניג

נאך דערצו אז מען דארף זיי אויך ווייזען ווי דאס איז, ווייל אליינס קענען זיי אויך דאס נישט טרעפן


א מורא'דיגער זאלי פקחות'דיגער צוזאמען שטעל,
 
איך טראכט אריין וואס פאר א מזל דער הייליגער דברי יואל זי''ע האט געהאט אז אונזער שלמה'לע איז נאכנישט געווען בזה העולם אין שנת תשכ''ט, ווען אפאר אויבער חכמים וואס לא קראו ולא שנו, האבן זיך ארויס געשטעלט אלץ מנהיגי העדה,
-מעשה שלמה ווייס- און האבן פארופן א פראטעסט ביים יו-ען, קהל האט זיי געווארענט אז מען זאל נישט גיין, דער פראטעסט איז נישט אוטוריזירט געווארן, און ווער עס וועט גיין וועט מען ארויס ווארפן, די יעניגע שלמה'לעך האבן פונקט ווי דו, געפאכט מיט א שטיקל ויואל משה ווי דער רבי שרייבט אז עס ליגט א חוב אויף יעדן יחיד ויחיד לצאת לרחובה של עיר צו שרייען אין לנו חלק ונחלה מיט מדינת הציונים, קהל האט געשריגן אז א פראטעסט קען נאר באשטעטיגן א עמטליכער אורגאניזאציע און נישט קיין יחידים, די שלמה'לעך האבן זיך נישט געלאזט, זיי האבן ווייטער געווארפן צעטליך מיט קאפיעס (קיין היידפארק איז נאכנישט געווען) פון ויואל משה ווי דער רבי זי''ע לאזט יא גיין, זיי האבן געהאט די שטיצע פון א געוויסן רב וואס איז געווען א מגיד שיעור בישיבתינו הקדושה, (איך וועל נישט פורש בשמו זיין, ווייל ער איז שוין א שוכן עפר, און איך וויל נישט מזכיר זיין עוונותיו ברבים) די אלע קלוגע שלמה ווייס'לעך,(וואס פאר סאם ריזן האט מען גערופן מיט א כינוי די שווארצע), האבן אנגעפופן קהל, און זיך יא באטייליגט אין דעם פראטעסט, און קהל איז אריין צו רבין און פארציילט די מעשה, דער רבי איז געווארן זייער אויפגעברויזט און געשריגן, זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס איך שרייב אין ויואל משה, זיי צוברעכן די הנהגה, מען זאל זיי זאפארט אויסשליסן פון קהל, רוב משתתפים זענען אריין געלאפן מפייס זיין דעם רבי'ן און דער רבי האט זיי געשיקט מפייס זיין דעם ראש הקהל ר' ליפא פריעדמאן ז''ל, און נאר מיט דעם תנאי האט מען זיי צוריק גענומען, (דעם אויבן דערמאנטן מגיד שיעור, טראץ וואס ער האט זיך נישט משתתף געווען ביים פראטעסט האט דער רבי אויך מסלק געווען פון זיין פאסטן נאר פאר די חוצפה פון שטיצן די זאך, און דעם אנדערן זמן האט מען עם טאקע נישט צוריק גענומען), 

אלזא, וואס פאר א מזל האט דער רבי געהאט, אז חתן דינן, שלמה'לע פון היידפארק איז נאכנישט געבוירן געווען ביי יענעם זמן, ווייל אויב יא, ער וואלט זיך נישט געלאזט, ער וואלט געשריגן אויפן רבי'ן לא כך לימדתני, דער רבי פאלגט נישט דעם ויואל משה, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, און נאך אפאר פון זיינע באקאנטע לויזונגען,     



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 04:06 לינק ישיר 

יעצט האבן מיר שוין צוויי הערליכע בירורי הלכות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 20:29 לינק ישיר 

די פשוטע טייטש פון די ווערטער פון תניא,

וויבאלד עס איז דא א באלקן אויף זיין טיר (פון די מבוי), איז דורך דעם דא א דערקענונג און א צייכען פאר די זעהר׳ס, אז זיי זאלן דערקענען און וויסען, אז די באלקן איז תקנת חכמים אין די מבוי, און זיי זאלען זיך נישט פארטוישן מיט א רשות הרבים

 

משה'לע לערענט פשט וויבאלד אין קרית יואל דארף נישט א יעדער וויסען ווי דער עירוב איז, מעג מען שוין אין וויליאמסבורג אויך באהלטען די עירוב

מיר לערנען פשט אזוי ווי אין קרית יואל דארף די ערוב צו זיין אפען א יעדער זאל דאס קענען זעהן און קענען וויסען ווי דאס איז, אזוי דארף אויך צו זיין און וויליאמסבורג

דאכט זיך מיר אז צו מאכן א היכר און עס דערנאך באהאלטן איז א סתירה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 21:53 לינק ישיר 

דיין פשט איז מופרך מעיקרא, ווייל אפילו לויט דיר דארף מען נישט בעצם זען דעם עירוב, למשל ביינאכט, אדער ווען מען ווייס נישט ווי עס איז דער עירוב,  זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר, ס'דארף נאר זיין אזא מין עירוב אז טאמער דו ווייסט ווי עס איז און דו זעסט דאס, איז דאס א היכר, דאס איז שוין גענוג און דער עירוב איז כשר, אזוי האט דער קאשויער רב זצ''ל געהאלטן, און אזוי האלטן אלע רבנים ודיינים, אויב איז עס א כשרער עירוב ווען דו ווייסט ווי עס איז און דו זעהסט דאס, איז עס א כשרער עירוב אפילו ווען ס'איז באהאלטן, זען איז נישט קיין שום עיכוב, אזוי האלט דער תניא, אזוי האלט דער דברי יואל, און אזוי האלט יעדער איינער וואס קען לערנען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:27 לינק ישיר 

"זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר"

אוודאי נישט,

ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:38 לינק ישיר 

איך האב מורא,דיג הנאה אז אידן זיצן דא אויפן פארק און שלאגן זיך אין לערנען, יעדער ווערט מיר דא א מר בר רב אשי. זייער גוט! קיפ איט אפ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2012 23:55 לינק ישיר 

א יישר כח פאר די חיזוק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2012 05:01 לינק ישיר 

שלמהווייס כתב:

"זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר"

אוודאי נישט,

ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר


אזוי? משה'לע זאגט אז מען "דארף" באהאלטן דעם עירוב? אפשר ווייזטו ווי איך האב דאס געשריבן, דו ביסט א ביליגער זאלי שחצן, אזא פנים האבן דיינע אלע סטעיטמענטס, נישט דו ווייסט וואס דער תניא זאגט, נישט דו ווייסט וואס דער דברי יואל זאגט, און אפילו וואס אני הקטן זאגט ווייסטו אויך נישט, אדרבה איך האלט אז מען דארף גארנישט טון כדי עס זאל זיין א היכר, אפילו נישט זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשרער עירוב, איז שוין גענוג, מען דארף נישט אויפזיכן דעם עירוב, מען דארף אפילו נישט זען דעם עירוב, מען דארף דאס נישט באהאלטן, מען דארף נישט אויפדעקן, אויב איז דא א כשרער עירוב וואס איז זעהבאר פאר וועם עס ווייסט ווי עס איז, איז דער עירוב כשר פאר א יעדן אפילו מען זעט דאס נישט, אפילו עס איז באהאלטן.. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 13 14 15 16 17 18 לדף הבא סך הכל 18 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.