|
|
| נשלח ב-4/1/2012 07:13 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | "זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר" אוודאי נישט, ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר -------------------
אזוי? משה'לע זאגט אז מען "דארף" באהאלטן דעם עירוב? אפשר ווייזטו ווי איך האב דאס געשריבן, דו ביסט א ביליגער זאלי שחצן, אזא פנים האבן דיינע אלע סטעיטמענטס, נישט דו ווייסט וואס דער תניא זאגט, נישט דו ווייסט וואס דער דברי יואל זאגט, און אפילו וואס אני הקטן זאגט ווייסטו אויך נישט, אדרבה איך האלט אז מען דארף גארנישט טון כדי עס זאל זיין א היכר, אפילו נישט זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשרער עירוב, איז שוין גענוג, מען דארף נישט אויפזיכן דעם עירוב, מען דארף אפילו נישט זען דעם עירוב, מען דארף דאס נישט באהאלטן, מען דארף נישט אויפדעקן, אויב איז דא א כשרער עירוב וואס איז זעהבאר פאר וועם עס ווייסט ווי עס איז, איז דער עירוב כשר פאר א יעדן אפילו מען זעט דאס נישט, אפילו עס איז באהאלטן.. |
|
איך האב טאקע געמאכט א גרויסע טעות איך האב געזאגט, "דארף מען צו באהאלטען", אנשטאט "אפילו עס איז באהאלטן" דער עיקר איז אז לויט משה'לע, גייען א 'היכר' מיט 'באהאלטען' אינאיינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 19:05 |
|
| |
אמת דו האסו געמאכט א גרויסער טעות, און מאכסט דאס ווייטער, אפן צו באהאלטן האט לגמרי גארנישט מיט היכר, ווייל מען דארף אפילו בכלל נישט זען דעם עירוב, ס'דארף זיין א כשרער עירוב, מיט א לחי און א קורה, און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס), היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן, היכר גייט צוזאמען מיט א כשר'ער עירוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 20:21 |
|
| |
"און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)"
און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם
"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן"
ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר
און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 21:06 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | "און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)" און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם
"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן" ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט |
|
געדענקסט ווער עס האט דאס געשריבן?
כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף מען נישט צו גיין אנקוקען דעם עירוב אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר
מען דארף נישט גיין אנקיקן דעם עירוב, אויב איז דער עירוב דארט איז עס כשר,
אז איך זע עס נישט ווייל איך ווייס נישט ווי עס איז איז עס כשר, אויב הייסט עס א היכר אפילו איך זע דאס בכלל נישט אין קרית יואל, נאר פארן טעם אז אויב ווייזט מען מיר דאס און עס ווערט טאג און לעכטיג וועל איך דאס קענען זען, איז אין וויליאמסבורג די זעלבע זאך, אויב ווייזט מען מיר ווי עס איז און איך קען דאס זען, איז עס א זעהבארער עירוב און עס איז כשר אפילו ווען איך ווייס נישט ווי עס איז און דריבער קען איך דאס נישט זען, עס איז היינו הך!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 21:54 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | "און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)" און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם
"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן" ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט
געדענקסט ווער עס האט דאס געשריבן?
כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף מען נישט צו גיין אנקוקען דעם עירוב אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר
[/quote]
און דאס איז טאקע דער פשוטע פשט פון די הלכה |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2012 22:19 |
|
| |
ענדליך זענען מיר געקומען לידי הסכם. א עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן וואס ווייסט ווי עס איז איז א כשערער עירוב. אפילו לעת עתה קען איך עס נישט זעהן מחמת איזה סיבה שהוא. איך ווייס נישט ווי עס איז, אדער איז חושך ואפילה, אבער אויב מען וועט מיר דאס ווייזן און עס וועט ווערן ליכטיג וועל איך דאס "קענען" זען, הייסט דאס זעהבאר, עס הייסט א היכר, און ס'איז א כשרער עירוב, אזוי האלט דער תניא, אזוי האלט דער דברי יואל. און אזוי האלט דער טל השמים. און אזוי האלטן אלע רבנים ותלמידי חכמים, און מיר זענען זייער צופרידן אז אונזער היידפארק תלמיד חכם הרה"ג רבי שלמה ווייס האלט אויך אזוי, את והב בסופה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 00:29 |
|
| |
א עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איז א כשר'ע עירוב
דאס איז דער פשוטע פשט
א עירוב וואס איז זעהבאר פאר ווער עס ווייסט ווי עס איז, איז א כשערער עירוב
לויט משה'לע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 01:01 |
|
| |
חוזר חלילה, אויב איז איינער אין קרית יואל און האט נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז במילא איז דאס פאר עם נישט זעהבאר, מעג ער טראגן? דו האסט איינמאל געפסקעט אז יא, קען זיין אז דער פסק האט זיך געטוישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 03:50 |
|
| |
אפילו ער האט נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז, איז דאס נאכאלס זעהבאר פאר אים, ווילאנג עס איז נישט באהאלטן, דעריבער מעג ער טראגן
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 05/01/2012 04:44:03
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 04:38 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | אויב האט ער נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז, איז דאס נאכאלס זעהבאר פאר אים, ווילאנג עס איז נישט באהאלטן, דעריבער מעג ער טראגן |
|
אזוי? דו ווייסט נישט ווי עס איז און ס'איז נאך אלץ זעהבאר? אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דו קענסט זעהן א זאך וואס דו ווייסט אפילו נישט ווי עס איז, און וואס פונקטליך איז דער חילוק צעווישן א באהאלטענער עירוב און א עירוב וואס דו ווייסט נישט ווי עס איז, אין ביין בוק זענען ביידע עירוב'ס א עירוב וואס דו האסט נישט קיין מושג ווי עס איז און ביידע עירוב'ס זענען כשא לכל הדיעות.
טראכט אביסל אריין אויף דיין תגובה און דו וועסט דיך אנהייבן צו שעהמען פאר דיר אליינס אויף אזא פערדישע תגובה, איך האב דיך ענדליך געקארנערט ביג טיימס!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 18:54 |
|
| |
די חילוק איז זייער פשוט, אויב דער מענטש האט נישט געזעהן דעם עירוב, ווייל ער איז נישט געגאנגן צו דער עק פון די היקף, אדער ווייל עס איז טינקל, אדער ווייל ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער עירוב נאכאלס א זעהבארע עירוב, ווייל די אפהאלט איז אין אים, ער איז פשוט נישט געגאנגן אויפזוכען די עירוב, אדער ער דארף ווארטן ביז עס ווערט ליכטיג,און דיזעלבע ווען ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער אפהאלט ביי אים
מה שאין כן, אויב נאכען לייגן די עירוב אדער בשעת'ן לייגן די עירוב האט מען דאס באהאלטן אדער געלייגט מתחילה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן, איז דאס א נישט זעהבארע עירוב, ווייל יעצט איז דאס שוין נישט תלוי אין אים דאס צו קענען זעהן
די חכמים האבן געהייסן מאכן א דערמאנונג קען מען נישט גיין אויסשפילן און דאס באהאלטען
למשל ווען איינער וויל מאכן ביי זיך א דערמאנונג אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען געדענקען צוצושלעפן די טיר, ווייל עס מאכט זיך נישט אליינס אינגאצן צו, ער וועט שרייבן א צעטעל אין עס ארויפקלעבן אויף די טיר, אויב וועט ער דאס לייגן אויף די טיר אז ווער עס גייט ארויס זאל דאס זעהן, וועט דאס דערמאנען, אבער אויב וועט ער דאס לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן, וועט דאס נישט דערמאנען
די זעלבע דא אויב לייגט מען די עירוב דארט ווי די חכמים האבן געהייסן, דארף מען נישט צו מאכן ליכטיג ביינאכט אז מען זאל דאס באמערקן, אבער אויב מען באהאלט דאס האט מען געטון פארקערט פון וואס די חכמים האבן געהייסן
און אפילו מען איז גערעגט אויף די וואס ווילען נישט דעם עירוב, אין זיי צורייסען עס, ווערט עס נאך נאכאלס נישט בארעכטיגט צו באהלטן
פונקט אזוי ווי דאס טוט נישט בארעכטיגען צו פארען מיט א קאר אין שבת
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 20:18 |
|
| |
לויט ווי איך זעה לעבסטו אין א גרויסן טעות, און דאס איז דער יסוד צו דיינע נארישע מערמעלייען, פון באהאלטן אהער, באהאלטן אהין, דו מיינסט אוודאי אז דער עירוב איז באהאלטן ערגעץ אינטער ערדיש כאטשיג ארבע אמות טיף, אדער לויפט דאס אדורך צעווישן די ביעמס פון בנינים, וויל איך דיר זאגן, אז אזא עירוב איז טאקע פסול "לכל הדיעות" אבער איך וועל דיר אויסזאגן א סוד, זאג עס קיינעם נישט אויס, דא איז דער עירוב בכלל נישט באהאלטן, ס'איז א כשר'ער עירוב, מען דערציילט דיר נאר נישט ווי עס איז, ס'איז דא שטאנגען (ווי עס פעלט אויס) סאיז דא א שטריק ווי עס פעלט אויס, און אלעס איז על צד היותר טוב, איי דו ווייסט נישט ווי עס איז? נו, האבן מיר דאך ביידע מסכים געווען אז "דו" דארפסט נישט וויסן ווי עס איז, ווי לאנג עס איז א כשר'ער עירוב, דיין טעות שטאמט אז דו ווייסט נישט וואס "באהאלטן" איז טייטש, דו האסט געוואלט לערנען פשט אז אויב ווייסט מען נישט ווי עס איז הייסט דאס באהאלטן, אבער דער אמת איז אז ס'איז בכלל נישט באהאלטן, מען איז ענק נאר נישט מגלה מקום העירוב. אויב פאשטייסטו נישט דעם חילוק, דארפסטו א דאקטאר, און דאקטאריי איז נישט מיין פאך, איך האב היפש געשוויצט דיר אויפצוקלערן די פאקטן און דעם אמת, און לאמיר האפן אז ענדליך וועט דיר דאס אריין אין קאפ, אפילו דו פארמאגסט נאר א זאלי פארשטאפטן קאפ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 21:20 |
|
| |
עס איז נישט קיין חילוק וואספארע אויסדרוק דו ניצט
קענסט ניצען אנשטאט 'באהאלטען', 'לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן'
די חילוק איז זייער פשוט, אויב דער מענטש האט נישט געזעהן דעם עירוב, ווייל ער איז נישט געגאנגן צו דער עק פון די היקף, אדער ווייל עס איז טינקל, אדער ווייל ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער עירוב נאכאלס א זעהבארע עירוב, ווייל די אפהאלט איז אין אים, ער איז פשוט נישט געגאנגן אויפזוכען די עירוב, אדער ער דארף ווארטן ביז עס ווערט ליכטיג,און דיזעלבע ווען ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער אפהאלט ביי אים
מה שאין כן, אויב נאכען לייגן די עירוב אדער בשעת'ן לייגן די עירוב האט מען דאס באהאלטן אדער געלייגט מתחילה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן, איז דאס א נישט זעהבארע עירוב, ווייל יעצט איז דאס שוין נישט תלוי אין אים דאס צו קענען זעהן
די חכמים האבן געהייסן מאכן א דערמאנונג קען מען נישט גיין אויסשפילן און דאס באהאלטען
למשל ווען איינער וויל מאכן ביי זיך א דערמאנונג אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען געדענקען צוצושלעפן די טיר, ווייל עס מאכט זיך נישט אליינס אינגאצן צו, ער וועט שרייבן א צעטעל אין עס ארויפקלעבן אויף די טיר, אויב וועט ער דאס לייגן אויף די טיר אז ווער עס גייט ארויס זאל דאס זעהן, וועט דאס דערמאנען, אבער אויב וועט ער דאס לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן, וועט דאס נישט דערמאנען
די זעלבע דא אויב לייגט מען די עירוב דארט ווי די חכמים האבן געהייסן, דארף מען נישט צו מאכן ליכטיג ביינאכט אז מען זאל דאס באמערקן, אבער אויב מען באהאלט דאס האט מען געטון פארקערט פון וואס די חכמים האבן געהייסן
און אפילו מען איז גערעגט אויף די וואס ווילען נישט דעם עירוב, אין זיי צורייסען עס, ווערט עס נאך נאכאלס נישט בארעכטיגט צו באהלטן
פונקט אזוי ווי דאס טוט נישט בארעכטיגען צו פארען מיט א קאר אין שבת
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2012 22:09 |
|
| |
אלזא, איך קען דעם שלמה ווייס נישט געווינען, איך האב טאקע כ''ק אדמו''ר מקאשוי זצ''ל ווי אויך כ''ק אדמו''ר מאודווארי זצ''ל ולהבחל''ח רבי יחזקאל ראטה שליט''א, רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א ועוד כמה וכמה רבנים ודיינים מפורסמים אויף מיין זייט, אבער פארפאלן, איך וועל מיך מיזן באגענוגן אן דעם תלוש מן המחובר שלמה ווייס אדמו''ר מהיידפארק שליט''א, זיינע אויסגעטראכטע סברות איז טאקע בלויז זיינע אייגענע בויך סברות, עס שטימט נישט מיטן מציאות, עס שטייט נישט אינערגעץ, אזוי וויל ער, און פארטיג. און דעריבער איז לויט עם בארעכטיגט די פאשקעווילן אויף א נפטר, און דעריבער איז בארעכטיגט נאך צו שרייען מענטשן וואס פארלאזן זיך יא אויף ערליכע רבנים מיט די לאזונגען מחללי' מות יומת, ב''ה אז מיר זענען מובדל ובדיל פון די אנשי בליעל עושי רשע, אשרינו מה טוב חלקינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2012 02:32 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | "פון ווי נעמסטו אז בעינן הכירא קצת מיינט אז מען מיז דאס זען?"
בעינן היכרא קצת מיינט טאקע נישט אז מען מוז דאס זעהן אזוי ווי די חנוכה לעכט.
"די רבנים וואס זענען מתיר האלטן אז דאס מיינט אז מען דארף דאס קענען זען, אויב וועט דיך איינער וואס ווייסט ווי דער עירוב איז נעמען און ווייזן דעם עירוב וועסטו דאס קענען זען, דאס מיינט הכירא קצת, האסט א פראבלעם מיט דעם?"
יא איך האב א פראבלעם מיט דעם אויב די רבנים האלטען אז דאס מיינט היכרא קצת
ווייל דער תניא און שו"ע אין סימן שס״ג סעיף א' זאגט קלאר אז דער היכר פון אן עירוב איז אז מען זאל זיך נישט פארמישען און מיינען אז דאס איז א רשות הרבים, ווען מען טייטש דאס אפ פשוט מיינט עס אז ווען א מענטש איז אויף א גאס וואס ענדלט צו א רשות הרבים, זאל איהם די עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, אויב דארף מען איינעם ווייזען ווי דער עירוב איז, און דערנאך גייט איהם דער עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, דארף ער דאך האבען א באזונדערע דערמאנונג צו קוקען אויפ'ן עירוב, ווייל דער תניא איז קלאר מסביר אז דער עירוב דארף צו דערמאנען,
ווייל אפי' פאר דעם מענטש וואס ווייסט יא ווי דאס איז, טוט עס אויך נישט דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, ווייל דורכגייענדיג דארטען טוט דער עירוב נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט אז דער מענטש זאל זיך דורכדעם דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, מען האט דאך עס געלייגט אזוי אז א דורכגייער זאל עס נישט באמערקען, איז דער פשט אז עס ציט נישט די אויגן און עס ברענגט נישט צו קוקען אהין
במילא איז נישט שייך צו זאגען אז דער וואס ווייסט יא ווי דער עירוב איז, איהם טוט דער עירוב דערמאנען אז עס איז נישט קיין רשות הרבים, און דער וואס ווייסט נישט ווי דאס איז, קען עס נישטאמאל באמערקען, די צוויי זאכען קענען זיך נישט צאמשטעלען אין איין עירוב
דאס איז פשוט אפגעלערענט דעם הלכה, איך גלויב אז ווען עס וואלט ווען נישט געווען א פאליטישע מערכה איבער דעם נושא, וואלט גארנישט געווען וואס נושא ונותן צו זיין איבער דעם הלכה ווייל דאס איז פשוט פשט.
דעריבער איז אויך נישט שווער פארוואס מיר פארלאנגען פון די רבנים וואס זענען דאס מתיר, אז זיי זאלען געבען א בירור הלכה דערויף, ווייל אויב איז א רב מתיר אזאך וואס עפ"י פשטות ההלכה איז דאס אסור, דארף ער ארויסצוגעבען א בירור הלכה פאר ער איז דאס מתיר, אדער לכה"פ אינאיינעם מיט'ן היתר דארף ער געבען אויך דעם בירור הלכה אויף וואס די היתר איז געבויעט, כך דרכה של תורה אין אלע דורות אז א רב האט גאוואלט מתיר זיין אזאך וואס איז אסור עפ"י פשטות ההלכה, האט ער קודם ארויסגעגעבען א בירור הלכה דערויף.
"דו ביסט א מחוצף גדול און א קל שבקלים"
עס איז קיינמאל נישט געווען אזא געדאנק, אין אלע דורות, אז איינער זאל זאגען אויף אזאך אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, און וויבאלד א רב האט עס מתיר געווען, זאל דער מענטש וועגען דעם אנגערופען ווערען א קל שבקלים אדער א מחוצף , די האסט איבערגעדרייט הקערה על פי-ה, א קל שבקלים אדער א מחוצף הייסט איינער וואס געט קולות אדער איז מתיר איסורים, אויב א רב זאגט אויף אזאך אז עס איז אסור עפ"י תורה, און איינער גייט און איז מזלזל אין דעם דער ווערט פאררופען א קל און א מחוצף.
אין וואספארא וועלט לעבסטו, אויב מ'מאכט איינעם אומבאקוועם זיך נאכצוגעבען די תאוות, מיט דעם וואס מען זאגט איהם אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, ווייל ער האט שוין א אינטערשריפט פון א רב, רייסט מען איהם ארונטער כאילו ער האט געטוען די ערגסטע עבירה, ווייל ער מאכט יענעם אומבאקוועם
און די ווילסט בכלל נישט אננעמען די הלכה פון שו"ע יו"ד סימן רמ"ב סעיף כ"ב: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו
עס איז בכלל נישט דא וואס זיך צו בייזערען ווען איינער ווייזט אן אז עפעס איז אסור, פונקט פארקערט ווען איינער איז מיקל דארטען זאלסטו דיך רעגן. |
|
 |
|
|
|
|
|