|
|
| נשלח ב-11/12/2011 22:30 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | עטס קענטס האלטן אז איך בין משוגה, אבער איך האלט אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם עקסידענט גופא.
וואס רעדסטו, נישט נאר די פאשקעווילן, נאר דעם עקסידענט אויך, ווי קויפט מען אזאנע חלה דעק? קום אריין אין סיגוט באקומסט צען קאפלעך פארן זיין אזא פערד.
|
|
קענסט לאכן אבער כוועל אייך זאגן מתחילה אמר לי לבי אז אויב איינער קען שרייבן אזא טרויריגע פאשקעוויל איז ער עלול אויף רציחה מרעדט דאך דא נישט פון א געשרייבעכטס אויף הייד פארק מרעדט דא פון פאשקעוולין פאר א לוי' וואס איך מיין אז כמוהו לא הי' אין כלל ישראלס היסטאריע אז מזאל אזא זאך טאן פשוט ווייל זיין דיין האלט אנדערש און מרעדט דאך דא פון וויליאמסבורג וואס אהאט לכו"ע נישט קיין בעה"ב און איז טאקע נאך מער הפקר משנת תשנ"ט און פאר דעם חטא זאל מען אזוי באשמיצן פאר א לוי' ל"ע במילא איז מי יודע ווער עס ליגט אונטער דעם וכו' אבער באמת איז אזא מעשה שפילה רציחה ממש במילא אז קיין שום נפקא מינה וואס דער מציאות איז געווען ווייל דער עצם מעשה פון היינט איז באלד ערגער ווי הארגענען
תוקן על ידי גרוינים ב- 11/12/2011 22:38:52
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 22:38 |
|
| |
שרייט מען נאך אין שבת די עירוב טראגער'ס מחלליה מות יומת ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 22:49 |
|
| |
די קומענדיגע וואך אז די זאליס וועלן שרייען שבת, זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 22:49 |
|
| |
מחלליה מות יומת ווערט נאך געשריגן דורך א כאר פין זאלי'ס יונגאטשן א יעדע וואך אין בפרט אין די זומער וואכן וועלכע מענטש ס'טראגט אין וועלכע פרוי ס'שטיפט א קעריזש ווערט באפאלען דורך די לאפענעטאטערס דאס הארץ רייסט א יעדע וואך ווי אזוי די יונגעגאטשן לויפן נאך זקנים ונערים אין האלטן זיך פין גארנישט צוריק.
ליידער ווען ס'פאסירט אזא טראגעדיע ווען ביי א יעדן בר נש ציפט דאס מח בשל מי הרע הזאת קומען די רשעים תיכף ארויס מיט א שמייכל אין קלעמיען וויקטארי.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:05 |
|
| |
א קליפ ווי די זאליס שרייען ( באלד וועלן זיי זאגן אז די אהרונים שרייען יעדע וואך נאך מענטשן )
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:07 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  | | די קומענדיגע וואך אז די זאליס וועלן שרייען שבת, זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!! |
|
ביטע טוט דאס בעסער מסבר זיין, די זלונים-שבת שרייערס האבן קיינעם נישט געהארגעט, זיי פאלגען אויס אסאך דיינים וואס האלטן אז ס'איז א חיוב מן התורה מוחה צו זיין, חוץ אז כ''ק אדמו''ר קומט ארויס מיט א פסק אז מ'זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!! זאלסטו דאס אוודאי טון.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:34 |
|
| |
יא על כגון דא נאמר צוה לחלל השבת זאל מען נישט פאלגן די זאלונים פארשוועכן די כבוד פון שבת אז כאילו אויב איינער האלט אנדערש להלכה ווי זיי אין א מצוה דרבנן דארף מען נאכשרייען מחללי' מות יומת א זאלי וואס שרייט שבת איז מחלל און פארשעהמט דעם שבת אז ער שרייט אויס אז כאילו די וואס טראגן זענען אזאנא מחללי שבת ווי די פרייע ציונים און אנשטאט דער שבת זאל זיך פרייען אז אין וו"ב איז יעדער ערליך מיט שמירת שבת און טייל זענען גאר מחמיר אפילו אויף א הוה אמינא פון כמה דיעות אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין עירוב (אבער עכ"פ פאר קיין דאורייתא האט עס דער רבי זיכער נישט געהאלטן והא ראי' דער רבי האט געלאזט ברענגען בריתן דורך א גוי מידי שבת בשבתו) און טייל זענען זיך מקיל אין דעם ענין על פי הוראת פון זייערע רבנים קומען די מוחים און זענען מחנך די קינדער אז דער שבת איז אן אפגעפרעגטע זאך ביי אסאך אידן אין וו"ב כאילו זיי האבן פיינט דעם שבת קודש און זוכען צו ווייזן פארן שבת ווי די צדוקים בימי הסנהדרין און זיי זענען כאילו חייב מיתה מן התורה ל"ע זאלונים בני יואל און שענער גערופן "סיקריקים" הערט אויף מבזה זיין דעם שבת! העכסענס אויב שפירט איר אז אויב איז דא א מחלוקה להלכה דארף מען פארט מוחה זיין דאן זוכט ענדערש א איסור כרת וואס מרן הדברי חיים זצ"ל האט געהאלטן מאשין מצות פאר חמוץ גמור און די בד"ץ עדה החרדית גיבט א הכשר אויף די מצות, נעמט אייך צו די מלאכה הכונו למערכה נגד הבד"ץ מאכילים חמץ בפסח...
צוריק לענינינו וו"ב איז נישט קיין ירושלים (מלחמת בעלז) און וו"ב איז נישט קרית יואל (מלחמת בני יואל) וויליאמסבורג האט נישט קיין רב וויאמסבורג האט מערערע קהילות פונקט ווי בארא פארק און מאנסי און פונקט ווי סיי ווי איבער די וועלט וואס האט נישט קיין מרא דאתרא און קיינער איז נישט פארפליכטעט צו פאלגן יענעמס רב אדער דיין, יעדער זאל פאלגן זיין רב און אויב זיין רב הייסט מוחה זיין האט עס נישט קיין שום ממשות ע"פ תורה און דאס איז ריכטיג מבזה דעם שבת כנלע"ד גראדע לידיעתם דארף מען מודיע זיין פאר די זאלונים פארוואס ר' זלמן אליין איז דער גורם העירוב, ראשית נאר ווייל סאטמאר איז צובראכן קענען אנדערע מאכן אן עירוב בלי רשותינו, והשנית ווען סווערט ווען א געטועכטס וואלט בשנים קדמוניות געווען א מיטינג פון אלע רבנים אין התאחדות (ע"ה) און ברוב דיעות וואלט יעדער מיטגעשטימט צו ממעג יא אדער נישט מאכן אן עירוב ועכשיו שנועם המידות שולט אין דעת תורה ואין דעת הרבנים ואין שכל ואין תבונה ואין רחמנות ואין כלום רק עם הארץ היושב ב550 בעדפארד
תוקן על ידי גרוינים ב- 11/12/2011 23:49:48
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:36 |
|
| |
די זאלי'ס גיין אות טאס אין משה בן פראד'לס פוס טריט פין געמיינע טעראר אין ווארפן פאשקעווילן ווער ס'גייט נישט מיט זיי אים שפאן ווער געדענקט נישט ווען בן פראדל האט געשיקט זיין נערווען קראנקן שיק יונגעל אינטער צי צינדען דעם ילד שעושעים מיט איבער 50 מאמעס מיט פיצלעך קינדעראין
ווי אזוי גייט דער סאלגאן אויך בין נישט דער פיילאט זאל דער פליגער קראכן אין א יעדער זאל שטארבן
קיינער איז נישט איבערשעט ווי אזוי די זאלי'ס ביהעווען זיי זענען לייז
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:57 |
|
| |
אויף דעם פאשקעוויל שרייבט דער רבי ר' אלימלכ'ס זין אז ווער עס ליינט אין האט הנאה איז אין לו חלק הבא די זאלי'ס מיינען אז מיטן מאכן א נער'ישע שפיל וועט עס איינער אפקויפן פין זיי, אין דער צייט ווען מען זעהט זייער גיפטיגע שמייכל אויף זייער פנים איבראל .
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2011 23:58 |
|
| |
איינער שרייבט מיר אין אישי:
איך האב זייער א שווערע קשיא:
א רשות הרבים דאורייתא הייסט נאר:
1) אויב עס איז שישים רבוא בוקעים בו
2)עס איז ברייט 16 אמות,
קיין איין איינציגע גאס אין וומ"ס האט נישט קיין איינס פון די 2 זאכן, און אפילו א רשות הרבים דאורייתא אויב עס האט א צורת הפתח מעג מען מן התורה דארט טראגן,
קומט אויס אז די גאנצע טראגען אין וומ"ס איז לכל היותר א דרבנן, און באמת איז עס אפילו א דרבנן אויך נישט, ווייל אפילו רביה"ק האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב, ער האלט נאר געהאלטן בתורת חומרא אז עס איז נישט גוט צו מאכן קיין עירוב,און אין אונזער פאל, האט די עירוב א הכשר פון הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש וואס אלע נארמאלע דיינים ביי די זאליס אזויווי ר' לייבוש פר"מ וועלן מודה זיין אז ער איז א אנגענומענע דיין,
און אויף דעם שרייען די זאליס: מחלליה מות יומת און אז אלע צרות ישראל קומען פאר דעם
יעצט הגע בעצמך וויאזוי קען זיין אז זמן "רבינו תם" מוצ"ש און מוצאי יו"כ וואס "אלע אלע" רבנים האבן אנגענומען ביי די אסיפה פון החאחדות הרבנים תשי"ד, קיין איין חסידישע דיין וועט נישט מתיר זיין צו טוהן אפילו א מלאכה דרבנן פאר די 72, און אין יענע פאל איז עס א חשש "דאורייתא", אויב עס איז נאך באמת נישט די זמן, היכי תמצי אז קיינער קערט נישט?
אין קורצן צוויי קשיות:
1) וויזניץ זמן איז א שאלה דאורייתא און עס איז קעגן וויאזוי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שו"ע משא"כ עירוב אין וומ"ס איז נאר א חומרא פון בעל דברי יואל זי"ע,
2) הסתכלות בנשים און נאכשרייען פרויען און שטיפן קערידזשעס, איז אביזרייהו דעריות וואס איז מעגליך יהרוג ואל יעבור, און עס איז דא עטליכע איסור דאורייתא,
א) ולא תתורו אחרי עיניכם ב) לא תונו ג) אביזרייהו דעריות ד) חילול שבת פאר די 72 דאס איז מותר לכתחלה און קיינער קערט נישט, משא"כ א חומרא פון רבין ז"ל איז מחלליה מות יומת? און מיין תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט ביי די חברה איז בג"ץ אויך א מצוה ווייל זיי זענען קוב"ה אליין און זיי זענען די רבי ז"ל אליין און זיי זענען די די תורה נישט פארפליכטעט בלויז שררה ואשר יעבור על פיהם מות יומת
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:01:55
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:19
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:52
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:33:38
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 00:00 |
|
| |
די זאלונים דערמאנען מיר א מעשה פון עטליכע חדשים צוריק, ווען בי"ד האט פארגעהאלטן זייערע ברודער אין אר"י, ביי א זיצונג אין עדה, וועגן די גראפיטי וואס זיי האבן געפירקלט "נסים קרליץ חופר קברים", האבן זיי געענטפערט אז אהרעלע יאקטער האט דאס געטוהן...
פארפאלן, די אר"י'דיגע סיקריקים מיט די וומ"ס'ער סיקריקים זענען פון זעלבן טייג געקנאטן.
וויאזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך? אז ס'נישטא קיין מנהיג, איז דער שטן מנהיג. אט אזוי זעהט עס אויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 01:27 |
|
| |
אנשטאט צו פארשרייען די משוגעים וואס שרייבן אזאנע פארשקעווילען אפשר איז כדאי אריינצוקלערן על מה בא עלינו הצרה הזאת אויב געדענק איך גיט איז דאס שוין די דריטע טראגעדיע אום שבת קודש אויף די גאס פון מענטשען וואס טראגען אום שבת הלא דבר הוא עס איז מעשה יצר ליידער ביי יעדע טראגעדיע צוריק צושרייען רוצחים וכדומה לו אבי נישט אריין קלערן אויף וואס דאס איז מעגליך געקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 01:34 |
|
| |
ביי אונז איז דא א תורה מעגליך אז די וואס שעלטן קללות אויף די וואס טראגן האבן א כח פון שעלטן איך ווייס נישט אבער ביי אונזער תורה שטייט נישט אז אויף א דרבנן וואס לשיטתם איז מותר זאל זייין א חיוב מיתה אז אידן ווילן זיך מחמיר זיין אזוי ווי סאטמאר רבי האט געהייסן פאר זיינע חסידים זייער חשוב אבער צו טיילן עונשים על לא עול בכפם איז נישט קיין שום מצוה אדרבה אויב איז א חיוב זיך מתבונן צו זיין דארף יעדער זיך אפשאקלען פון מחלוקת וווי סקולענער רבי האט געזאגט ביים מעמד החופה פון נכדתו פאריגע וואך אז דאס איז גורם צו אלע צרות לאמיר אויפהערן טשעפען און רודפן איינעם דעם אנדערן לאמיר נישט זוכן יענעמס שאדן נאר זוכן די טובה פון יעדן אידן און מונע זיין סיי וועלכע צער פון סיי וועם איך אנטשולדיג מיר פארן האקען כסדר אויף די זאליס טראץ וואס איז נישט קעגן א יחיד ווייל די סיבה פון האקען איז נישט צו מצער זיין סיי וואסערע איד נאר בלויז אראפצונעמען דעם פאלשן לאלעך וואס זיי לייגען ארויף אויף די אהרונים ווי שוין ערווענט עטליכע מאל וואס אויף די שקרים מיט משה גבאי מעשיות פון יארן צוריק וואס מיט דעם בויען זיי אלץ דעם יסוד וואס מיט דעם מעג מען אויסרייסן כל התורה כולה און ווען מווייזט אויף דעם שקר דערפון כאפן זיי עס אן בשלשה ידים מיטן לעצטען אטעם עיין כאן http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=5&topic_id=2927931&forum_id=16386 וגם עכשיו ווילן זיי עס אנכאפן מיט מסי"נ אז אונז זעמיר די רוצחים עיין כאן דברי שטות של טאטעלע http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2930243&whichpage=2&forum_id=21016#R_8
ממילא רופן מיר אויס צו די זאליס אזוי ווי רבינו הקדוש בעל ברך משה האט געזאגט פאר די מהרסים ביי רבינו שליט"אס הכתרה איך בין יעדן מוחל דער ציבור איז זיי מוחל און דער פעטער איז אויך מוחל אויב וועלן זיי יעצט תשובה טאן און ארבעטן אינאיינעם מיטן נייעם רב מיר רופן אייך טייערע ברידער מיר זענען מוכן צו לעבן בשלום מיט אייך לאזט אייך אפ פון די פאלשע וועגן פון צוברעכן הנהגה ביי כלל ישראל מיט זינלאזע תירוצים און אויב ווילט איר גיין בדרכי שלום וועט איר קענען חוזר זיין (עיין קארלסבורג ועוד) שטעלט אייך צו דין תורה ווי ערליכע אידן הערט אויף מיט מערכות שלא לשם שמים קעגן יעדן וואס האט אן אנדערן רב אדער רבי'ן ווי אייך זאל יעדער גיין בדרך רבותיו און מיט דעם וועט איר מקרב זיין די גאולה שלימה
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 02:05:45
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2011 01:44 |
|
| |
איך רעד נישט פון טיילען עונשים איך רעד פון א מציאות וואס האט פאסירט מערערע מאל איז כדאי זיך איבערצוקלערן על מה בא עלינו הצרה הזאת אנשטאט צוריק צושרייען רוצחים אלא מאי ווען עס איז געווען די ערדציטערניש אין צפת און די הייליגע חתם סופר האט געזאגט עס קומט ווייל ירושלים איז תבעו עלבונו אדער מירון ווען די קופה איז איינגעפאלן קומט דען פארדעים מיתה עס איז א מעסעדזש פון אויבן ווען משן זעט עס איז שוין די דריטע טראגעדיע אום שבת אויף אזא געפערליכע אויפן דארף מען איבערקלערן און אוועק לייגען ניצחון אין א זייט
|
|
|
|
|