עס איז א מחיה צו זען, וואו אזוי די זאליבאנצעס אקטעוועזירן ''דעמעדש קאנטראל'', איין זאלי שרייט אז מען האט גוט געטאן מיטן ווארפן די פאשקעווילן, א צווייטער זאלי זאגט אז די ארוינים האבן עס געווארפן, שמואל קאמפאט בעט מחילה, עס הערשט א טאטאלע צימישעניש און די גאנצע זאלי מענארכיע,
צו די דאזיגע זאליס וואס האבן געווארפן די פאשקעווילן, אז עס איז זיך געקימען מיתה פאר דעם קלויזענבורגער רה''ק, אלס מחלליה מות יומת, פשט איז אז זי ווייסן וואס עס טיט זיך און הימל, האב איך א פאר אומפארענפערטע מעשיות וואס האט ליידער פאסירט, און איך וואלט ווען געוואלט אז די זאלישע הימל קריכער זאלן מיר דאס אנטשיידן,
א' די ערשטע שביעות שנת תש''ס, ווען די זאליבאנישע הענקער האבן נישט געלאזט דעם הייליגן ברך משה זי''ע קימען קיין קרית יואל, אזוי עס איז געווען זיין מנהג פון תש''מ און ווייטער, האט פאסירט א שרעקליכע אומקליק במשפחת עצי התמרים, א מאמע מיט א קינד זענען ליידער פארברענט געווארן צום טויט רח''ל, דאס האט אויפגעציטער די געוויסן ביי יעדן רעכט דענקער מענטש, אפי' דער פוילער מן הארץ ר זלמניו, איז דאן געקימען צו לויפן וואו א פארזעניש, און געבעטן שלום, ( פארשטייט שלום לויט זיין ניסח, עס פארבלייבט מיט די גניבה, און אלע רשעותדיגע אקטיוועטעטן גיין ווייטער אן, אבער ער וויל שלום, וואו יענער האט געזאגט בלוט וועט זיך גיסן אבער שלום וועט זיין)
פארוואס איז געקימען דער אומגליק?
ב' עס איז סיון תשס''א, עס איז א מהפיכה אין די הייליגע שטאט קרית יואל, וואס גייט פאר? עס גייט זיין וואלען פארן מעאר שטול, אלזא? ''מענדל שוויימער'' האט געמאלדען זיין קאנאדאטור, פארוואס? ווייל ר' זאלי אליינס האט אים געבעטן ער זאל לויפן פאר מעאר, פארוואס? ווייל דער ר' זאלי איז נישט געווען צופרידען צו באקימען וויליאמסבורג, און דער נאך גאנץ ברוקלין, אויף א גאלדענעם טאץ, דער ר' זאלישעל האט זיך פארגליסט אויף קרית יואל אויך, האט ר' זאלישעל מיט זיין חכמה פארשטאנען אז אויב האט ער דעם מעאר אמט, וועט ער באקימען גאנץ קרית יואל אויף א גאלדענעם טאץ,
ווער האט אלס געשטיצט דעם מענדל שווימער,? איר וועט נישט גלייבען, נאר די דאזיגע וואס ארבייטן שוין 30 יאר אונטערצוברענגען דעם הייליגען שטעטל קרית יואל, וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויפגעבויעט לשמו ולזכרו, נאר די האבן געשטיצט דעם ''אומפארטייאישן מענדל שווימער'' וואו עס איז נאר געווען און שטעטל עפעס א ווערימ'ל אדער א קרעצ'ל האט ער קאמפיינט פאר שווימער, וואס עס האט זיך אויסגעלאזט, איז היסטאריע,
רבינו שליט''א אלס מרא דאתרא, האט נישט געקענט צוזען כבלע את הקודש, וואו משנאי השם נשאו ראש, און די גאנצע הארעוואניע פון רבינו הקוה''ט גייט א גאנג, האט ער געלאזט ריפן צו זיך דעם מענדל שווימער'ן און זיך געבעטן מיט שיינעם אז ער זאל נישט לויפן פאר מעאר, דער רבי האט דאן געזאגט, ''דיין לויפון פאר מעארשאפט וועט ארויס ברענגן די בערן פון וואלד'' עכ''ל צדיק,
דער מענדל שווימער, דער גרויסער העלד, האט זיך אריין געפיפן און רבינו שליט''א, ער האט געהאט אן הבטחה פון יאשקע משומד ימ''ש, וחביריו דער האנד באוואקסענער יעקב מאיר פרענץ, און וואו אויך פונעם גרויסען ריזען געלן בדחן אז ער גייט געווינען די וואלן מיט א לענדסלייט ח''ו, און ער איז געלאפן פאר מעארשאפט, און פארלוירן וואו עס באדארף צו זיין,
א חודש נאך די וואלן, תמוז תשס''א, עס א שיינעם העלן טאג, קיין וואלקאן זעט זיך נישט אויפן האריזאנט, און מענדל שווימער'ס זון זיצט און כולל קאנטרי און פארברענגט א געשמאקע וועקאציע מיט זיין פארמיליע, און זיין זיס קינד שלאפט זיך ריאיג און איר קינדער וועגעלע,
מיטאמאל קימט ארויס פון וואלד א שווארצע בער, און לויפט צו צום שלאפעדיג קינד, און שטעקט אריין און איר זיינע מערדערישע ציין, און פארציקט איר אויף טויט רח''ל, אזא אומגליק, די הימלן האבן דאן מיטגעוויינט, א קליין זיס קינד ווערט טראגיש פארציקט דירוך א חיה רעה, א זאך וואס מען הערט כמעט נישט, רח''ל
פארוואס איז געקימען דער אומגליק?
ג' ר''ח אלול תשס''ט, וועקט זיך קרית יואל אויף אונדערפרי, און די שרעקליכע בשורה פארשפרייט זיך און די שטאט, אז דער חשובער יונגערמאן האברך החשוב מו''ה עזואל פערלשטיין ע''ה, איז ליידער נישט אויפגעשטאנען אונדערפרי, איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים, רח''ל, עס שרייט זיך ארויס פון הארץ די קינה וואס דער הייליגער נביא ירמיה, האט מקונון געווען בייים חורבן בית המקדש,
מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה. ואבכה יומם וליל חללי בת עמי. על ההרים אשא נהי על נאות מדבר – קינה.
לאמיר ציריק גיין א מינוט, א פאר חדשים פאר דעם, האט דער הייליגער באשעפער געהאלפן, אז די ראשי הקהלה, האבן באקימען פולע קאנטראל אויפן בית החיים, וואו עס ליגען אונזער הייליגער רבי'ס זי''ע
און וואו פארשטענדליך, האט דאס ארויסגעברענגט גרויס צארן, און פארדרוס, פון די כת הגנבים, וחמסנים, עס איז געווען א מחיה צוקיקן וואו דער והשיב את הגזילה ווערט אויסגעפירט, און די יאקאבאוויטשליך שפייען הייס בלוט,
ליבי ליבי על חלליהם,
האט זיך דאן אויף געשטעלט דער באוויסטער שגץ, דער ''טאריק אזוז'' שאול פערלשטיין פון מינקאטש, און געזאגט פארן ארון קודש וז''ל: מיר האבן פולע קאנטראל אויפן בית החיים, און אלעס בלייבט ביים אלטען'' עכ''ל,
דאס איז געווען פאר די זאליס א ביסל דראדס, ביז................
דער חצוף שאול אזיז, האט נישט געוואלט פארהאנדלן מיט די הנהלת קהלתינו הק' בטענתו שאינו מכיר, נא? אז מען האנדעלט נישט, גראבט מען נישט,
און דער זעלבער שאול וואס האט הייס פראקאלמירט אז ער האט דעם בית עולם, האט זיך געמיזט אראפלאזן די מכנסיים, און פראקאלאמירן פאר די גאנצע וועלט, אז ער האט ליגענט געזאגט, ער האט געמיזט אנכאפן זיין פארשטארבן קינד נעבאך, און אים א וועק לייגען כדומן על פני השדה.
פארוואס איז געקימען דער אומגליק?
עס איז געווען א יוד און וויליאמסבורג, ער האט געהייסן אביגדור יאקאבאוויטש, ער האט געהאט א מנהג, אז ווי עס איז געווען מחלוקות, רשעות, רציחה, איז געווען דער ראש וראשון צו שיסן געלט, ( מיר ווייסן שוין היינט פון וואו די געלט איז געקימען)
איין מאל ווען דער רשע האט ביטער געפייניגט דעם הייליגן ברך משה זי''ע, האט די ברך משה געלאזט פאלן א לטותא דרבנן, אז מען וועט אים ניישט באגראבן און די אייגענע תכריכים, וואס דאן האט דאס אויסגעזען וואו א דמיון,
למעשה?
ווייסט יעדער וואס האט זיך אויס געלאזט מיט דעם וויגדור,
עס איז נתקדש געווארן די נאמען פונעם הייליגען באשעפער, ווען מען האט געזען וואו בעלי מחלוקות שנידן אפ,
מיז זענען נישט און הימל, מיר ווייסען נישט, און פארשטייען נישט דרכי אלוקינו, אבער די טמאים די זאליס, זאגן אז זיי פארשטייען יא, דאן יעמוד......... לאמיר הערן פארוואס זענען געקימען די 4 אויבענדערמאנטע אומגליקען ???????
תוקן על ידי מישמאש ב- 12/12/2011 19:43:01
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2011 23:26:17