|
|
| נשלח ב-13/12/2011 05:56 |
|
| |
| גרוינים כתב: |  | איינער שרייבט מיר אין אישי:
איך האב זייער א שווערע קשיא:
א רשות הרבים דאורייתא הייסט נאר:
1) אויב עס איז שישים רבוא בוקעים בו
2)עס איז ברייט 16 אמות,
קיין איין איינציגע גאס אין וומ"ס האט נישט קיין איינס פון די 2 זאכן, און אפילו א רשות הרבים דאורייתא אויב עס האט א צורת הפתח מעג מען מן התורה דארט טראגן,
קומט אויס אז די גאנצע טראגען אין וומ"ס איז לכל היותר א דרבנן, און באמת איז עס אפילו א דרבנן אויך נישט, ווייל אפילו רביה"ק האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב, ער האלט נאר געהאלטן בתורת חומרא אז עס איז נישט גוט צו מאכן קיין עירוב,און אין אונזער פאל, האט די עירוב א הכשר פון הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש וואס אלע נארמאלע דיינים ביי די זאליס אזויווי ר' לייבוש פר"מ וועלן מודה זיין אז ער איז א אנגענומענע דיין,
און אויף דעם שרייען די זאליס: מחלליה מות יומת און אז אלע צרות ישראל קומען פאר דעם
יעצט הגע בעצמך וויאזוי קען זיין אז זמן "רבינו תם" מוצ"ש און מוצאי יו"כ וואס "אלע אלע" רבנים האבן אנגענומען ביי די אסיפה פון החאחדות הרבנים תשי"ד, קיין איין חסידישע דיין וועט נישט מתיר זיין צו טוהן אפילו א מלאכה דרבנן פאר די 72, און אין יענע פאל איז עס א חשש "דאורייתא", אויב עס איז נאך באמת נישט די זמן, היכי תמצי אז קיינער קערט נישט?
אין קורצן צוויי קשיות:
1) וויזניץ זמן איז א שאלה דאורייתא און עס איז קעגן וויאזוי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שו"ע משא"כ עירוב אין וומ"ס איז נאר א חומרא פון בעל דברי יואל זי"ע,
2) הסתכלות בנשים און נאכשרייען פרויען און שטיפן קערידזשעס, איז אביזרייהו דעריות וואס איז מעגליך יהרוג ואל יעבור, און עס איז דא עטליכע איסור דאורייתא,
א) ולא תתורו אחרי עיניכם ב) לא תונו ג) אביזרייהו דעריות ד) חילול שבת פאר די 72 דאס איז מותר לכתחלה און קיינער קערט נישט, משא"כ א חומרא פון רבין ז"ל איז מחלליה מות יומת? און מיין תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט ביי די חברה איז בג"ץ אויך א מצוה ווייל זיי זענען קוב"ה אליין און זיי זענען די רבי ז"ל אליין און זיי זענען די די תורה נישט פארפליכטעט בלויז שררה ואשר יעבור על פיהם מות יומת
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:01:55
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:19
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:52
תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:33:38
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 06:17 |
|
| |
מן הסתם איז דאס די בירור הלכה
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 06:36 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | מן הסתם איז דאס די בירור הלכה |
|
ביי מיר איז גענוג די בירור הלכה פון
כ"ק הגה"צ אדווארי רב זצ"ל
ולהדבחל"ח
הגאון הגדול מו"ה אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א
הגאון הגדול מו"ה יחזקאל ראטה שליט"א
וואס האלטן אז מען מעג טראגען מיטן עירוב אין ווילימסבורג זיי ווייסען אויך פון די אלע שאלות וואס די ווייסט
נ ב אז די ווילסט וויסען וואס דער קאשוי רב זצ"ל האט געהאלטען, גיי זיי מוחל אריבער צו זיין איידעם הגאון ר' יוסף משה פרידמאן שליט"א אב"ד סוואליווא, און פרעג אים וואס איז געווען זיין שווער'ס דעת לגבי דעם עירוב און ווילימסבורג, איך מיין אז ער נאך אזא ת"ח וווי זיין שוואגער, וואס פין אים שטאמט דעי גאנצע זאך אז דער שבת וועט אינטערגיין
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 06:47 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | כתב:findodort שלמהווייס די היתר וואס די זיכסט איז אין ש"ע. די טריקענע פאקט איז שרוב גדולי הרבנים דהתאחה"ר מדור הקודם – כתבו במכתביהם שיש לעשות עירוב בברוקלין ואפילו כתבו מכתבים "בעד" תיקון עירובין בשכונת וויליאמסבורג ברוקלין, ה"ה: הגה"צ אבד"ק שארמאש זצ"ל יו"ר התאחה"ר, הגה"צ אבד"ק פאפא זצ"ל , הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל , הגה"צ אבד"ק שטשאקאווא זצ"ל , מהר"י שטיינער זצ"ל דומ"ץ קהל עדת יראים ועוד ועוד, ומכתבי הרבנים הגאונים הנ"ל הרי נדפסו בחייהם
די ווילסט האלטען אנדערש כל הכבוד - אבער מאך דיך נישט צינאר
יא, אפילו מען זעט עס נישט |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 07:41 |
|
| |
בשם די טויזנטער אידען וואס וואוינען און וויליאמסבורג וויליאמסבורג איז זייער פארווייטאגט!!! עס איז דא אפאר טעראריסטען וואס ווילען נאר ווייזען אז זיי זענען באלעבאס און וויליאמסבורג און איעדער וואס וואוינט און ווילאמסבורג איז אונטער זיי, זיי מיינען נישט קיין עירוב, זיי האבען נאר א פראבלעם מיט אני ואפסי, און וועגען דעם טערארעזירען זיי איעדעם איינעם וואס גייט נישט און זייער שטרוים, גענוג איז גענוג!!! ענק וועלען אזא סוף ווי אלע דיקטעטארס האבן געהאט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 07:59 |
|
| |
איבער די פרשה פון די שרעקליכע מעשה ל"ע, ווען די בער האט גע'הרג'ט זימער דאס קינד.
דאס קינד איז געווען א אייניקל פון ר' מענדל שווימער וואס איז דעמאלס געלאפען פאר מעיאר אין קרית יואל און אנגעזייעט א שרעקליכע חילול ה', די מעשה איז פארגעקומען אין כולל קאנטרי פון די זאליס, האט דעמאלס מיידלך שטערן געשריבן אן ארטיקל איבער דעם אין דער איד, און האט געשריבן דארט מיט גאנצע ראיות אז די שרעקליכע מעשה האט פאסירט
לייגטס צו קאפ...
ווייל די אהרונים זענען געגאנגען אין קארט...!
ווער עס האט די ארטיקל פון דעמאלס איז געבעטען עס אריין צו שטעלן דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 09:17 |
|
| |
ביז דערווייל האט עס נאך נישט מיט די זאלי'ס די גלויזענבורג'ע האבן נאך נישט געברענגט א מראה מקום אז א עירוב וואס מען זעהט נישט איז כשר אין שו"ע הרב שטייט אז א קורה איז א היכר צו די רשות הרבים אין שו"ת דברי יואל שטייט אז צורת הפתח דארף אויך האבן לויט רוב פוסקים א "הכירא קצת" א שטיקל היכר אין שו"ת חת"ם סופר שטייט אז צורת הפתח אפילו עס דארף נישט זיין קיין היכר, אבער אויב מען זעהט עס נישט, האט עס נישט קיין דין פון א צורת הפתח, ווייל א מענטש מאכט נישט קיין טיר אויף א פלאץ ווי מען זעהט עס נישט שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים" שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת" שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', הנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח". הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 16:52 |
|
| |
איך הער אויף דעם שבת וואס קומט רישן זיך די זאלי'ס אויף גרויסע פראסטעטן צי ווייזן אז די מערכה איז אין פולן קראפט אין זיי וועלן ווייזן טאקע אז רב ווייס איז פארדעם נענש געווארן ווייל ער האט געטראגן אין שבת.
ישראל כשהן יורדין .
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 17:30 |
|
| |
איך האב נישט דורך געליינט אלע תגובות ווייל לדעתי איז זייער נאריש מחליט צו זיין אויף היידפארק די הלכה, מיר איז גענוג אז גדולי ישראל ווי דער אודווארי רב זצ''ל און רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א מיט רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א און רבי יחזקאל ראטה שליט''א זאגן אז דער עירוב איז כשר, ווארשיינדליך דארף דאס נישט יעדער זען, עס איז גענוג אז מען קען דאס זען (ווער עס ווייסט ווי עס איז), דער קאשויער רבי זצ''ל אין די הקדמה פון זיין ספר טל השמיים שרייבט אז אלץ רב אין קאשוי נאך די קרוג האט ער געמאכט א עירוב וואס קיינער האט נישט געזען, (צוליב טעראר פון די גוים) אלזא, האט איר א פסק הלכה פון א גדול בישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 17:44 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | אין שו"ת חת"ם סופר שטייט אז צורת הפתח אפילו עס דארף נישט זיין קיין היכר, אבער אויב מען זעהט עס נישט, האט עס נישט קיין דין פון א צורת הפתח, ווייל א מענטש מאכט נישט קיין טיר אויף א פלאץ ווי מען זעהט עס נישט |
|
Lol שלמה דיין ע"ה איז געוואלדיק, עס פאסט פאר'ן משמרת
עס שטייט נישט אין ח"ס אז די מיסט דאס קענען זען, אויך שטייט נישט אז "מענטש מאכט נישט קיין טיר אויף א פלאץ ווי מען זעהט עס נישט. "
זעטץ דיך לערנען וועסטי וויסען וואס דאס מיינט "פתחא בקרן זויות " דאס האט נישט מיט קענען זען קיין שייכת
א צירות הפתח איז ווי א טיר אין אויב קיינער קען דאס נישט זען ווייל סאיז נישט אנזע-באר איז דאס נישט ווי א טיר
אבער אויב די מענשליכע אויג קען דאס זען נאר די אין ראבן שמעון ווייסען נישט ווי דאס איז אדער וואס דאס איז אין קענען עס נישט רייסען בלייבט ענק איבער נאר צי שעלטן
תוקן על ידי findodort ב- 13/12/2011 17:45:33
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 18:23 |
|
| |
פאר וועם און פארוואס האבן די חכמים געהייסן מאכן א עירוב, אין שו"ע הרב שטייט ווייל א מענטש זאל זעהן א היכר צו די רשות הרבים אין שו"ת דברי יואל שטייט אז ביי א צורת הפתח דארף נישט צו זיין אזא גרויסע היכר, אבער א היכר קצת דארף יא צו זיין, ער זאגט אז לויט דעת רוב הפוסקים דארף "אויך", אזויווי ביי א קורה דארף צו זיין די היכר פאר א מענטש וואס וויל טראגן, דארף ביי א צורת הפתח זיין א קצת היכר פאר א מענטש וואס וויל טראגן, די חילק איז נאר ווי גרויס דער היכר דארף זיין, אבער נישט פארוואס און פאר וועם שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים" שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 20:53 |
|
| |
שלמה, דו מאכסט דיך אדער ביסטו טאקע? האלסט באמת אז מען דארף דאס זעהן? אפשר דארף מען מאכן א עלעקטער זאל שיינען ביינאכט אויף דעם עירוב דראטל? און אפשר לויט דיר טאר מען טאקע נישט טראגן ביינאכט אפילו מיט א עירוב, ניכר צו היכר מיינט נישט אז מען דארף דאס זען, מען דארף דאס נאר קענען זען, רוב עירוב'ס זעט מען נישט נאר אז מען שטרענגט זיך אן, און אסאך מאל אפילו דאן אויך נישט, זייער אסאך עירוב'ס ווערט געמאכט פון דורעכזיכטיגע ניילון בענדל וואס איז זייער שווער צו זען, אלזא, קאט יור סטאפידעטי...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 21:13 |
|
| |
| שלמהווייס כתב: |  | פאר וועם און פארוואס האבן די חכמים געהייסן מאכן א עירוב, אין שו"ע הרב שטייט ווייל א מענטש זאל זעהן א היכר צו די רשות הרבים אין שו"ת דברי יואל שטייט אז ביי א צורת הפתח דארף נישט צו זיין אזא גרויסע היכר, אבער א היכר קצת דארף יא צו זיין, ער זאגט אז לויט דעת רוב הפוסקים דארף "אויך", אזויווי ביי א קורה דארף צו זיין די היכר פאר א מענטש וואס וויל טראגן, דארף ביי א צורת הפתח זיין א קצת היכר פאר א מענטש וואס וויל טראגן, די חילק איז נאר ווי גרויס דער היכר דארף זיין, אבער נישט פארוואס און פאר וועם שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים" שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת" |
|
חאכאם שלוימע:
איך ווייס קלאר אויף מער פון איין פלאץ וואו די עירוב איז.
איך בין אין קאנסטראקשען און עס איז מיר אויסגעקומען צו ארבעטן אויף א סייט, און מ'האט מיך אינפארמירט אז איך זאל אכט געבן אז מ'זאל לאזן דעם צורות הפתח אומגערירט.
אלזא קען איך מעיד זיין אז איך ווייס קלאר אויף עטליכע פלעצער וואו די עירוב לויפט.
איי דו ווייסט נישט !
זייער גוט !
די וואס מאכן עס ווילן טאקע אז דו און די אנדערע סקריקים זאלן נישט וויסן!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 21:27 |
|
| |
| משהלע כתב: |  | שלמה, דו מאכסט דיך אדער ביסטו טאקע? האלסט באמת אז מען דארף דאס זעהן? אפשר דארף מען מאכן א עלעקטער זאל שיינען ביינאכט אויף דעם עירוב דראטל? און אפשר לויט דיר טאר מען טאקע נישט טראגן ביינאכט אפילו מיט א עירוב, ניכר צו היכר מיינט נישט אז מען דארף דאס זען, מען דארף דאס נאר קענען זען, רוב עירוב'ס זעט מען נישט נאר אז מען שטרענגט זיך אן, און אסאך מאל אפילו דאן אויך נישט, זייער אסאך עירוב'ס ווערט געמאכט פון דורעכזיכטיגע ניילון בענדל וואס איז זייער שווער צו זען, אלזא, קאט יור סטאפידעטי... |
|
איך האב נישט געזאגט קיין אייגנס, איך האב בלויז נאכגעזאגט וואס עס שטייט אין שו"ע און פוסקים
וואס דו פרעגסט איז, טלית שכולה תכלת מה היא שיהא פטורה מן צצית? א"ל משה חייבת בצצית. א"ל קרח טלית שכולה תכלת אינה פוטרת עצמה וארבעה חוטין פוטר אותה? שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2011 21:44 |
|
| |
פשיהא, די חכמים האבן נישט געהייסן מאכן א עירוב עס צו האלטן אין דערהיים, און עס איז אויך נישט קיין גזרת הכתוב, זיי האבן עס געהייסן מאכן פאר א סיבה שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"
|
|
|
|
|