דעם פרייטיג צונאכט האט ל"ע פאזירט א שרעקליכע טראגעדיע אין וויליאמסבורג ווי דער קלויזענבורגע ראש הקהל איז ליידער אראפגעקלאפט געווארן אויף טויט רח"ל דורך א קאר.
ביי די ארונים וואס ביי זיי איז א חוב זאגאר א מצוה האבן זיך שנעל צוגעכאפט צו די פאסירונג, ווי די היסטאריע האט שוין געוויזן זענען זיי די וואס ווייסן פונקטליך דעם אייבערשטען'ס חשבונות ווען אימער עס פאסירט ל"ע א שרעקליכע מעשה ווי איינער באקומט א טראגישע טויט רח"ל.
יעצט ביי דעם פאל איז עס אריבער אלע גבולים און אן קיין טראפ בושה זענען זיי געלאפן אפדריקן פאשקעווילן אז דער ר' אלימלך ע"ה איז געהרגט געווארן ווייל ער האט געטראגן אום שב"ק, אזוי ווילן זיי פראוואצירן מחלוקת און ארויפלייגן א שמיציגע ליילעך אויף די עירוב קעגנערס ובפרט אויף די זאליס.
מען דארף קיינעם נישט איבערצייגן אז די ארונים זענען די וואס זענען געשטאנען אונטער דעם שמיציגע נידריגע אקט, מען האט ספעציעל אימפארטירט די פאשקעוויל ווארפער מאסרי פון קרית יואל וואס ווארפט אויס די פאשקעווילן קעגן די פארפעלקער וואס האבן חתונה קעגן די ווילן פון דעם געוועזענע מרה דאתרא אהרן טייטלבוים, דער זעלבער מאסרי האט די נאכט אויך געווארפן די פאשקעווילן.
ווער עס קען ארויפלייגן א קאפי זאל עס ארויפשטעלן זאל די עולם זעהן וואספארא נידריגע חברה די ארונים זענען!.
נשלח ב-11/12/2011 16:48
ת.נ.צ.ב.ה.
ער איז מיר געווען א נאנטער קרוב
יאמר ד' לצרותינו די.
נשלח ב-11/12/2011 19:25
צום ערשט ליינענדיג דעם קול קורא האב איך אויך גלייך געטראכט אז דאס איז די ארבייט פון די קלוזענבורג'ער, דאס איז זיכער געווען ביי מיר אז דאס האט נישט געשריבען איינער וואס איז פארווייטאגט וועגען חילול שבת! אבער נאכען איבערליינען אפאר מאל אין מדייק געווען אין דעם שפראך פונעם שרייבער, בין איך ברור אז דאס האט געשריבען איינע פון די הייסע הייד-פארק שרייבער פון די ארונישע פראקציע! דאס איז געשריבען מיט צופיל בלוט און פראפעסיאנאליזם, א קלויזנבורגער איז צו שטארק פארווייטאגט לעת עתה צי שרייבען דאס, אין זיי האבען נישט די שפראך.
איך וויל אייך זאגען אז כ'האב זיך שוין אלעס פארגעשטעלט אויף די ארונים, אבער דאס האב איך פארזען! יא מ'האט שוין געזען זייער אשכול אויף ה"פ וואס קומט ארויף יעדעס מאל עס פאסירט א טראגעדיע ביי א זאלי, אז דאס איז ער עונש פון טשעפען דעם מרא דאתרא אהרן טייטלבוים, אבער כדי צו באשמירען דעם צד שכנגד האט מען אין זיך די געפיל צו מצער זיין א משפחה וואס בלוט??? אזוי נידריג און הארצלאז זיך צו דערקייקלען?? עס איז מיר א חידוש!
נשלח ב-11/12/2011 19:36
רשעות שאין כדוגמתה!
נשלח ב-11/12/2011 19:59
די ארונים פירן א מערכה קעגן עירוב?
נשלח ב-11/12/2011 20:12
ניין, אבער זיי פירן א מערכה קעגן די זאליס און זיי מיינען אז מיט אזוינע צעטליך זענען זיי מבאיש ריח קעגן די זאליס, ווען אין פאקט ווייסט יעדער אז אזא מעשה רשעות קענען נאר די אהרונים טון, און מ'קען זיך איבערצייגן אז זיי האבן דאס שוין געטון אין פארגאנגענהייט, עיין אשכול "עונש פארן טשעפען מרא דאתרא". והעולה על כולנה דער פאקטישער אפהאלט פון מקבר זיין ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה, ווען די קאניבאלן האבן געוואלט אויסנוצען דעם ווייטאגליכן און הארצרייסענדער מאמענט פאר זייערע פאליטישע מאטיוון.
נשלח ב-11/12/2011 21:24
אומבאשרייבליך! ווי קומט עס טאקע צו די ארונים אזא קאלטבלוטיגקייט???!!!! אתמהה!!
נשלח ב-11/12/2011 21:24
צו איז שוין אלעס מותר געווארן!!??
נשלח ב-11/12/2011 21:26
נאך דערצו בעוד המת מוטל לפניך! שרעקליך אזוי צו דערקייקלען! מ'דארף אויפרידערן כל הגולה כמהדורת אש!
נשלח ב-11/12/2011 21:27
ממילא אז ווייל ר' אהרן האט געזאגט אז "ווער ס'האט נאר א פינטל יראת שמים וועט נישט טראגן מיט'ן גע'אסר'טן עירוב" נו איז וואס? אביסל שכל ארונימלעך!
די חברה גייען חאדראם, זיי פארמאגן אזא מין קורצזיכטיגן זיכרון אז סאיז א פחד, דער וועלט זאגט א ווערטל, א שקרן דארף האבן א גוטן זיכרון, ארוניםליך טייערע, דער שפיל איז פארטיג, יעדער דערקענט וועמענס שריפט דאס איז, נייס טריי,
נשלח ב-11/12/2011 22:24
אוי וויי, ווי בין איך? אויף כל העולם כלו איז עפעס א חלה דעק געקןמען צום מתקנה אז נישט נאר האבן די זאליס געמאכט דעם בהימישן רשעותדיגער פאשקעוויל, נאר דעם עצם עקסידענט האבן זיי אויך אונטערגעשטעלט,
איך בין געווען היינט אין קרוינהייטס, די ליבאוויטשע זענען אזוי אויפגעקאכט פון די ארונימ'ס מעשה נבלה, אז זיי סטראעשנען צו פיזיש זיי צוריק האלטן פון פראווענען כ"א אין זייער שטאט!!