בית פורומים אידישע געדאנק

די ארונים באדן זיך אין ר' אלימלך ווייס בליט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2011 23:10 לינק ישיר 

ווען זיי שמעקן בלוט זענען זיי דארט, די גרעסטע שענסטע מעכטיגסטע בלוטזויגערס פון קאפ ביז פוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:10 לינק ישיר 
כבר היו לעולמים: די אהרונים אין א פייערליכן טאנץ ביי די לוי' פון ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה





תוקן על ידי טאטעלע ב- 11/12/2011 23:11:16





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:13 לינק ישיר 

דאס טראציגקייט, היפאקריטסווע פון די חארונישע רוצחים מאכט שטוינען!


פלוצים זענען די דומע אהרניסטן אויפגעשטאנען פון שלאף, און זיך ערוועקט צו אזא געדאנק, צו אזע דערהער פון רציחה. ס'טייטש שפרינגט פאמאגראנט רציחה? און דער חכם עתיק וואלןסח איז אויפגעקומען מיט א מייסטער געניאלן בייפאל, מ'זאל איינפאך צוריקשרייען רוצחים אויף די זאליס, און מיט דעם וועט ר' אהרן צוריק ווערן רב הצעיר בכל קצוי תבל, און זיין לעטטערהעד וועט צוריקבאקומען א פערמאנאנטן אדרעס.

וויל אייך פרעגן פערדן רוצחים וואס איר זענט,

ווער האט צוואנציג יאר גע'הרג'ט אנשים נשים וטף?

ווען דער גראבער רוצח נפתלי משה ווייס האט ארויסגעשטעלט א בחור פון מקוה נאקעטערהייט אין די אייז שניי, און מ'האט אים צוריקגעברענגט אין דער לעצטער רגע, זענט איר געשלאפן רואיג, אדער געשפרינגען פון די הויט רוצחים??

ווען יונגע אומשולדיגע פארפעלקער האבן הונדערטער בויעס נאכגעשריגן און באווארפן מיט אביעקטן שיש בהם כדי להמית, פרייטאג צו נאכטס, פאראורזאכנדיג הימל-שרייענדע שפיכות דמים, האט איר זיך געוואלגערט אין די בעטן און געזופט קאווע,

ווען מ'האט טעראריזירט פריש-פארהייראטע פאר-פעלקער ""אין נאכט פון די חתונה"" מ'האט זיי צעשטערט זייער לעבן, זייער מנוחה, האט איר פארלאזט א טרער אדער געריבן די בויך??

ווען מ'האט אויסגעווארפן בילדער פון אומשולדיגע יונגעלייט און זיי מבזה געווען השכם וערב, וואס האט איר געטון?

ווען י. וו. האט צוריקגעהאלטן עלטערן פון אנטיילנעמען ביי די לויות פון זייערע קינדער מיט די ארגסטע רציחה, האט איר דאס פארשטאנען אדער געשריגן רוצחים?

ווען אידן זענען דורכגעגאנגען צרות יגון ואנחה, מיט'ן פארלוסט פון יונגע קינדער, און מיט רויטע ווערטער האט איר געשריבן אז דאס איז דער עונש פאר'ן טשעפען א מרא דאתרא, וואס האט אויפגעטרייסלט יעדן רעכט דענקענדן מענטש, האט איר געשוויגן? אדער זענט געשפרינגען פון די הויט רוצחים?

ווען מ'האט אין די קרית יואל'ער גאסן פארגאסן בלוט פון עוללים ויונקים, ווען מיילעך דייטש האט געפירט טעראר-גרופעס נאכט-איין נאכט-אויס, ווען עמרם כהן האט באגלייט די בחורים אויף טעראר-מיסיעס, צו ווארפן שטיינער אין די בעדרומס פון פיצלעך שעפעלעך, איז אייער הארץ צעשפלעטערט געווארן פאר צער, האט אייער מנהיג — דער אזוי גערופענער 'מרא דאתרא' — עפעס געטון דערצו? עפעס פארדאמט? אדער טראציג געזאגט: ס'איז שוין ווייטער שטיל??

טא, וואס זענט איר אזוי צעטרייסלט רוצחים זיסע? מ'האט גע'הרג'עט א מענטש? מ'האט איינעם געשלאגן? מ'האט בסך הכל - לשיטתכם - געשריבן דאס וואס איר אלע שרייבט ערב בוקר וצהרים, און זעט גט'ליכע רמזים אין יעדן טראגעדיע.

שעמט אייך ארוינים! איר זענט די נידריגסטע וואס די מענטשהייט האט נאר אמאל באשאפן! געמיינע היפאקריטן, בלוט-זויגער, און: רוצחי נפש!!!! נישט מיט'ן ווארפן פאשקעווילן לאחר המעשה, נאר מיט'ן הרג'נען מענטשן אין פולסטן זין פון ווארט.

ווען די קערפער פון ר' עוזיאל פערלשטיין האט מען אויפגעהאלטן ניין שעה אונטער די זון, און מ'האט געטריבן ליצנות מיט 'אביסל טינט פון א קליין פעדערל' באופן מבהיל ושלא נשמע מאז היתה ישראל לגוי, האט איר רוצחים געפייערט זיג אנשטאט זיך מצער זיין בצרתם של ישראל!

גארנישט וועט אייך נישט העלפן, ארויני מיט רציחה וועט גיין סינאנים ביז משיח'ס טאג. ענקער גאנצער כת ווערט פארשריבן לחרפה ולדראון עולם — גארנישט וועט ענק נישט העלפן!


תוקן על ידי טאטעלע ב- 11/12/2011 23:17:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:15 לינק ישיר 

איינער ווערט נאך אפילו דא איבע'רעש'ט דערפון?!
דאס איז נאר נאך א קליינע רינגעלע, אין זייער ענדלאזע רציחה
אנגעהויבן פון די רבנים מקאשוי און וויזניץ און מאנטעווידעא, וואס מ'האט געזויגן דאס בלוט.
און געענדיגט ביי די הונדערטער פריוואטע מענטשן ווי מ. נ. וו. און ז. ג. און אזוי וויטער ביז נאך לעצטנס,
קוקט וויאזוי נידריג זיי שרייבן אויף די סאטמארע רעבצין, וואס איז פארהערליכט ביי יעדן יוד אין די וועלט, פאר איר מוסטער חסד וואס יעדער האט נאך היינט הנאה!
אבער דאך נאך א חושך פאר דעם טונקעלען אהרן ט"ב. זאל די וועלט טאקע זעהן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:16 לינק ישיר 

טאטעלע:
זייער שטארק געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:17 לינק ישיר 

דא האט איר נאך פון די אהרונישע געמיינע שפראך:

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2011 23:23 לינק ישיר 

און וויסן זאל מען זייער קלאר: 


ווער ס'גייט צום ארוינישן דינער אין קראון הייטס, דער איז א נותן יד לרוצחים, א נותן יד לפושעים, ער גיט חיזוק פאר'ן גרעסטן רציחה אפאראט מאז היתה ישראל לגוי! דארט זיצן אינאיינעם הונדערטער רוצחי נפש, וואס זייערע הענט זענען פארשמירט מיט בלוט — א טייל טאקע וואס האבן שוין חרטה, אבער דער רוב פון זיי זענען נאך היינט די זעלבע בלוטיגע רוצחים פון די נו"ן יארן. מכף רגל ועד ראש אין בהם מתום.

ווער ס'נעמט נאר אנטייל דארט, אפילו נאר צו קוקן פאר אינטרעסאנטקייט, האט א חלק כחלק אין דעם פארדארבענעם חינוך, וואו ס'קומט פאר א מאסן-פראדוקציע - יא טאקע די גרעסטע אויף דער וועלט ווי זיי זאגן דאך אליינס - פון רוצחי נפש, פון כופרים באלוקי ישראל, פוחזים ולצים, אין דעם אינעם קומענדיגן דור!


תוקן על ידי טאטעלע ב- 11/12/2011 23:28:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 00:31 לינק ישיר 

איך האב היינט צופרי געזען יפה פריעדמאן פארטאגס דרייווען א באדזשעט טראק פול מיט באקסעס פעפער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 04:33 לינק ישיר 

ברעיקינג!
ר' אהרן האט יעצט ארויפגעשיקט יצחק ראזענבערג צו מילך ווייס אין שטוהב פערזענליך איבערצו בעהטן די צובראכענע משפחה.
דאס קומט נאכדעם וואס ח.ש. פישער האט שוין פערזענליך טעלעפאנירט.

וילמדו תועים בינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 04:36 לינק ישיר 

און איך האב געזען ר' אהרן טייטלבוים דרייוון א ווען פון וואו עס זענען ארויסגעפלויגן די פאשקעווילן. עטס זענטס אזוי משוגע. די פאשקעוויל שמעקט פון זאלישקייט(אויב געדענקט איר נאך אנפאנג פון די מערכה וויאזוי עטס האטס ענק אויפגעפירט. די זעלבע סטייל ווי די יעצטיגע פאשקעוויל) איך וואלט באמת נישט באשולדיגט די זאליס. נאר דעם צודרייטן צימערמאן. אבער אזויווי איך זעע ווי שטארק עטס זוכטס צו פארדרייען די פאקטן דא. הייב איך שוין אן צו טראכטן אז עס איז יא ענקער ארבייט. עטס קוקטס אויס בערך ווי אז מען זאל זאגן אז די זאליס ווארפן די פאשקעווילן אין ק"י קעגן די בנ"י זאל צו באשמוצן די ארונים,,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2011 04:47 לינק ישיר 

נייס טריי פריינדליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 08:02 לינק ישיר 

פריינדליך, די היסטאריע האט געוויזן אז נאר די אהרונים קענען טון אזוינע שייגעץ שטיק בשעה שמתו מוטל לפניו. איז וועם ווילסטו דא פארדרייען א קאפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 09:35 לינק ישיר 

בעניי כאפ איך נישט דעם תועלת פון ארום גיין מיטן קאפ אין וואנט. וואס פונקטליך איז מען מרויח פון שרייען אז די אהרונים האבן דעם פאשקעוויל געווארפן, עס טוט נישט אויף גארנישט אויף ריינצואוואשן די באטרעפנדע עקסטרעמיסטן. עס פארשטייט יעדער ווער בערך האט געווארפן דעמם צעטל, און אז טאמער מיר דא, און די גאנצע עלעקטראנישע וועלט בכלל, גיבן זיי זייער אטענשאן, האבן זיי דערגרייכט זייער ציל.

נאר בעפאר איך רעד צו אונזער עולם, א קליינע הקדמה, עס איז נישטא קיינער וואס האט איין צל ספק, אז טאמער חלילה וואלט פאסירט סיי וואס צו איינעם מיט א משהו שייכות מיט א חתונה אין עטרת מאיר צבי, וואלטן  קינד און קייט ביי די ארונים זיך גע'חזר'ט אז דאס איז א סימן מן השמים. איך בין נייגעריג צו וואלן ס"ח וואלט דעמאלס אויך ארויפגעקומען דאס עסן  ליינענדיג. דער אייבישטער זאל אפהיטן יעדן איד פון אלע שיכטן און קרייזן, מכל צרה וצוקה.

יעצט לגוף הדברים, אודה ולא אבוש אז ווען מיין בליק אויפן עירוב איז ווען ענליך צו דעם בליק פון אסאך זאליס, וואלט איך גאנץ מעגליך געטראכט - פארשטייט זיך נישט ארויסגערעדט הויך - אז יש דברים בגו. נאר היות אז לדעתי האט דער עירוב נאר א פסול אז סאטמארע אידן זעען אינעם עצם הקמת העירוב א מרידה אין סאטמארס בעלות אויף די שטאט, וזהו. (די הלכה חלקים זענען דא גרויסע גדולי תורה וואס זענען מתיר. און אפילו לו יצוייר אז רביה"ק זי"ע האט געהאלטן אז עס האט באמת "להלכה" א פראבלעם, זענען אבער פארהאן אסאך אנדערע אידן וואס זענען לאו דוקא סאטמארע, און זיי זענען כפוף צו זייערע מורי הוראות און גדולים).

און אפילו מען זאל אננעמען אז עס איז בעצם א פירצה בחומת הדת, דער ציל איז פורץ גדר צו זיין, וכדומה, האט דאס לאו דוקא מיט שבת צו טאן, ווייל דער שבת איז נישט דא דער ציל, נאר א מיטל, סך הכל. אבער לדעתי איז דאס טאקע א פירצה בחומה, נאר לאו דוקא בחומת הדת, ענדערש אין די העגעמאניע פון סאטמאר אויף ווילי, וואס ליפא פריעדמאן האט נאך איינגעפירט בשנים קדמוניות,

אבער בכל אופן, איך ווייס אז א גרויסער עולם טראכט אנדערש, און עס איז זייער רעכט, פונקט אווי דער קלוזשער האט א רעכט נישט צו זיין א סאטמארער, און לויט דעם ציבור'ס געדאנקען גאנג איז פילייכט א דא א מקום צו טראכטן אין די ריכטונג, ברויך מען אבער אראפברענגען וואס די גמרא זאגט אין ב"מ, וואס איז טייטש לא תונו:

"תנו רבנן: לא תונו איש את עמיתו (ויקרא כ"ה) - באונאת דברים הכתוב מדבר... הא כיצד? ...אם היו יסורין באין עליו, אם היו חלאים באין עליו, או שהיה מקבר את בניו, אל יאמר לו כדרך שאמרו לו חביריו לאיוב הלא יראתך כסלתך תקותך ותם דרכיך זכר נא מי הוא נקי אבד (איוב ד)" (ב"מ נח ע"ב)]

במילא, די אידן וואס האלטן אז זיי האבן געטון א מצוה רבה, זאלן זיך גוט מעיין זיין אין די גמרא, און זען אז אפילו לפי דרכם והבנתם איז אזא מין מהלך מופרך מכל וכל, און נישט "ווייל ס'פאסט נישט פאר די גאס", נאר ווייל אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז אזוי געלערנט.    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 14:51 לינק ישיר 

אומזיסט. צו אונז וואלט מיר געהאלטן אז עס קומט פון חתונה האבן אין עטרת מאיר צבי איז איין זאך. און ווארפן פאשקעווילן איז א צווייטע זאך. און סעלפאן. פון זאגן נייס טריי פארענפערט עס נאכנישט ענקערע שגץ שטיק. יעדער ווייסט אז די ארונים -כאטש וואס זיי זענען קעגן דעם עירוב- וועלן קיינמאל נישט נאכשרייען איינעם וואס טראגט מיט "מחללי-ה מות יומת". און אויב רעדסטו פון "היסטאריע ווייזט". איך האלט אז רייסן טיכלעך פון פרויען און אוועקכאפן קערידזשעס ווייל זיי טראגן מיטן עירוב. איז פונקט אזא רשעות און רציחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2011 15:34 לינק ישיר 

און ווארפן שטיינער אויף פרישע פארפעלקער וואס האבן חתונה אינעם נייעם זאל, איז ____. פיל אריין דאס איבריגע. נאר וואס דען, הא לן והא להו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די ארונים באדן זיך אין ר' אלימלך ווייס בליט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.