אנ"ש תושבי קרית יואל אונטער'ן איינדרוק פון הערליכן דינער פארגאנגענעם מוצש"ק
א הערליך בילד איז געווען צו באטראכטן דעם פארגאנגענעם מוצש"ק אין קרית יואל, צו זען דעם ריזן ציבור אנשי שלומינו שטראמען אין די מאסן צו די זאלן פון "בית רחל פאראדייס", וואס איז כסדר געווארן מער און מער איבערגעפילט פון אלפי אנ"ש, וועלכע זענען געקומען מחזק זיין בגוף ובממון די הייליגע מוסדות אין קרית יואל מיט אירע 7,000 תלמידים ותלמידות כ"י בליעה"ר.
א לאנגער צוויי שטאקיגער אויבנאן איז געווען אויסגעשטעלט אויפ'ן גאנצן ברייט פונעם זאל, וואו עס זענען געזעצן די צענדליגער חשוב'ע מלמדים, מנהלים ומרביצי תורה אינערהאלב די מוסדות הק', און העכער דעם די חשוב'ע דיינים ורבנים ופני העדה, ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א.
א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד סעודתא דדוד מלכא משיחא, און במשך די מסיבה האט די בארימטע כאר 'שירה' מיט א ילד הפלא, מהנה געווען דעם ציבור מיט רייכע און פאסיגע ניגוני שירה וחזנות.
דער יושב ראש פונעם דינער איז געווען האברך החשוב פה מפיק מרגליות הר"ר אשר אנשיל קארפען שליט"א, מנהל כולל משכנות לאביר יעקב, וועלכער האט מיט א רייכן שפראך איינגעלייטעט דעם דינער און געניט אנגעפירט מיט'ן גאנצן דינער אווענט.
מיט אן אינהאלטסרייכע 'חינוך דרשה' האט אויפגעטרעטן הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מנה"ר כתות ד' ה', וועלכער האט ארויסגעברענגט שטארקע יסודות בנוגע חינוך, ספעציפיש איבער די וויכטיגקייט פון א שותפות'דיגע קשר צווישן די עלטערן און די מלמדים/מנהלים. ער האט דערציילט עטליכע ביישפילן וואס האט שטארק אויפגעוויזן איבער דאס נחיצות און תועלת דערפון פאר'ן חינוך פון די קינדער ולטובת ההורים.
א רירנדע מאמענט איז געווען ווען הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו, חבר הנהלת המוסדות, האט פארגעשטעלט הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט מיט מסירת נפש צו קומען צום דינער און אויפצוטרעטן ברבים. א געפיל פון התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור, ווען מ'האט געהערט די דיבורים פון ר' יחזקאל, וועלכער האט מיט די הילף פון א ספעציעלע טעכנעלאגישע פראגראם, זיך אויסגעדרוקט זיינע געפילן איבער די רוחניות'דיגע הצלחה און געהויבענע התנהגות ביי די בחורי הישיבות, וואס ער איז עדות דערצו, נאכדעם וואס די בחורים זענען ביי אים אין שטוב אפטע געסט צום דאווענען און שטעלן זיך ביים אים צו פארהערן אויף זייערע לימודים.
דאן איז געקומען א גייסטרייכע מאמענט פון תענוג ונחת, ווען עטליכע ילדי 'שירה' מיט'ן ילד הפלא האבן פרעזענטירט א העליכע ניגון איבער די 'הלוך וגדול' פון מוסדות קרית יואל. צום ערשט איז פארגעזינגען געווארן אן אלטע ניגון מלא חן וואס ר' יו"ט עהרליך ע"ה האט נאך פארפאסט בשנת תשמ"א איבער די 'דעמאלטסדיגע' בליה פון קרית יואל, וואס האט ערוועקט נאסטאלגישע זכרונות ביי א גרויסן חלק ציבור, און צום אויספיר איז צוגעשטעלט געווארן א נייע ניגון איבער די וואוקס פון קרית יואל "מיט'ן היינטיגן באדייט", וויאזוי די מוסדות זענען זיך אזוי שיין צעוואקסן צו א פארצווייגטע אימפעריע פון 7,000 קינדער בליעה"ר מיט 12 פראכטפולע בניני המוסדות.
ווי אין די פארגאנגענע יארן האט דאן אויפגעטרעטן מיט'ן "דבר הנהלה", הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות, וועלכער האט איבערגעגעבן א פונקטליכע איבערזיכט איבער די הויפט הוצאות והכנסות פון די מוסדות מיט איר 28 מיליאן דאלער'דיגע בודזשעט. ר' מאיר האט שטארק מפליא געווען די ווארימקייט וואס דער ציבור האט ארויסגעוויזן אין די וואכן פאר'ן דינער ביים אויפנעמען די עסקנים, און גערופן ווייטער מחזק צו זיין די מוסדות, חלילה נישט צו לאזן פאלן אין די היינטיגע שווערע צייטן. ער האט אויך שטארק ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס מ'זעהט ב"ה אויף אן אומאויפהערליכן פארנעם, באטאנענדיג אז די הנהלה איז שוין גרייט פאר פרישע נדבנים צו קענען זיך נעמען צו די ארבעט אויפצושטעלן פרישע בנינים פאר'ן א תלמוד תורה, ישיבה קטנה און בית התבשיל.
דער הויכפונקט פונעם מעמד איז ווי שטענדיג געווען די דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, צו וואס דער גאנצער פילקעפיגער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט יראת הכבוד.
דער רבי שליט"א האט מקדים געווען א הערליכע דרוש איבער'ן ענין פון די ברכות וואס יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב אבינו, צי מ'גייט נאך די חלק המחשבה אדער נאך די מעשה, און אויף א הערליכן אופן ארויסגעברענגט וויאזוי מ'זעהט דערפון אז ס'ווערט נשפע ברכות והשפעות טובות פאר כלל ישראל בזכות החזקת תשב"ר.
דאן האט דער רבי א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי הדרכה בעניני חינוך, ארויסברענגענדיג אז 'חינוך הבנים והבנות' איז א שותפות צווישן די עלטערן און די כלי קודש, און גענוי אזוי ווי מ'פארשטייט אז ס'איז די אויפגאבע פון די מוסדות צוצושטעלן די בעסטע חינוך פון זייער זייט בס"ד, דארף מען געדענקען דעם אנדערן חלק שותפות וואס איז נוגע פאר די עלטערן במשך די אלע שעה'ן וואס די קינדער זענען אין שטוב, און ס'איז וויכטיג דאס מיטצוטיילן מיט די אנדערע שותפים צו קענען העלפן דעם קינד שטייגן.
דער רבי שליט"א האט געמאלדן מיט פרייד, אז נאכ'ן זעהן די שטארקע הצלחה פון אויפנעמען א "ועד החינוך" סיי אין ת"ת און סיי אין בית רחל, איז באשלאסן געווארן צו גיין ווייטער און אויפצושטעלן א פרישע "ועד החינוך" ביי די ישיבות קטנות וצעירים.
לסיום דבריו האט דער רבי שליט"א שטארק מחזק געווען אלע תומכים און משתתפים, און גאר ווארים אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
ס'איז געווען ערהאבן צו זעהן די אויפגעהייטערטע געמיטער פונעם ציבור, ווי דער מאסן שטראמט ארויס פונעם דינער מיט אנגעפילטע באגאזשן חיזוק און סיפוק, און האלטנדיג אין די הענט דער הערליכער חיבור "זקניך ויאמרו לך" ח"ד, וואס איז פארטיילט געווארן ביים דינער לאות ולמזכרת.
-ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת-
•♦•