בית פורומים אידישע געדאנק

שמואל שמואל !! עס איז פיקוח נפש!!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2011 04:29 לינק ישיר 
שמואל שמואל !! עס איז פיקוח נפש!!!!!

עס טוט זיך הימעל אין ערד ביי די ארונים, זיי לויפן ארום צוטומעלט.
 
עס געדענקט יעדער אנהייב ווען סאטמאר האט זיך צוטיילט האבן די ארונים זיך געעפענט א אייגענע צייטונג צו פיטערן די נאכשלעפערס מיט שקר און לגיונות, יעדע וואך האט מען געפראוועט פארטי'ס מיט פארשידענע נעמען. אלף שמות, יסוד איתן, שבת התוועדות, שבת התחזקות, און אויב האט אויסגעפעלט האט מען געמאכט גויסע שלש סעודות'ער ווי מען האט געגעבן צו עסן ברייטע סעודות אונטער די פלויט פונעם בית שני, ווי עס האט זיך געגאסן אלע סארטן הערינג און שמאלץ, ווען זיי האבן געזעהן שלמה ווערצבערגער טיילט די קאצקע ציקער געפילטע פיש האבן זיי זיך געקוילערט פאר געלעכטער ווי מיר דארפן זיך נעבעך באגעניגן מיט די פיצלעך פיש וואס האט דערמאנט פון קעמפ מיט יארן צוריק, נאך וואס זיי האבן זיך אנגעגעסן און אראפגעשליגן די גרויסע חלות אנדערש ווי די וואס פון די אנדערע זייט פלויט פון בית שני האבן נאר געהאט די באלי בילקעלעך, האט מען אנגעהויבן מיט א ברען זינגען א.ג. שלש סעודות ניגונים, און פארשטייט זיך האבן עס אויסגערעכנט אז ווען מען הייבט אן זאגן של"ש תורה ביי די רעביזיכרוינעליבראכע אידן האבן זיי מיט א התלהבות דקדושה און רויט פארפלאמטע פנימ'ער אנגעהויבן זינגען הכל יודיך, אלעס איז נאר געווען צו ווייזן ווי שטארק די ארונים זענען.
 
אביסל שפעטער איז עס אריבער צו שלאגן שלש סעודות און איבערדרייען יעדע טיש אין ביהמ"ד, בקיצור יעדע וואך איז געווען פאן אלעס זיי זאלן האבן חיזוק.
 
די אלע זאכן איז אבער שנעל געקומען צו א ענדע, מיט איין זאך זענען זיי יא געבליבן - און טאקע דאס איז זייער ליפט צו אטעמען - איז דער בלאט. יא דער בלאט פעלט זיי אויס זייער וויכטיג עס זאל זיי האלטן ביים לעבן, קוקט היינט דער בלאט איז נישט ארויסגעקומען אין צייט (איך ווייס אויך נישט פארוואס) זיי לויפן ארום צוטומעלט ווי פארסמטע מייז, בלאט בלאט ווי דער בלאט? א דעסטריבעטער פון עפעס א פירמע וואס דעליווערט צו גראסעריס זאגט מיר יעצט אז ביי יעדע גראסערי האט ער זיך באגעגענט מיט די זעלבע מענטשן זיכן די בלאט, שמואל ווידער'ס טעלפאן הערט נישט אויף קלינגען אלעס מיט די זעלבע קשיות ווי איז די בלאט? ווען גייט עס זיין? ווען גייסטו וויסן ווען עס וועט זיין? שמואל שמואל האב רחמנות עס האנדלט זיך דא מיט פיקוח נפש זע וואס שנעלער זיי צו פיטערן.

תוקן על ידי סעלפאן ב- 16/12/2011 04:30:49




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 04:35 לינק ישיר 
מען געט זיי אן א דאזע

@SatmarText: Der Blatt delivery was delayed Due to Technical Complications at the Printing Company, will be in the Stores abt 9:30pm.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 05:37 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן ווי די אהרונים זענען צוגעבינדן צו דעם בלאט אז זיי זענען ממש אין א מצב פון סכנה ווען זיי קומען אריין אין די געשעפטן אין עס פראסקעט זיי אין פנים די צוועלעף ריזיגע בנינים וואס ר' אהרן האט פארלוירן (אויב בוסטו א אהרוני, דאן ליין: געווינען...) אין וויליאמסבורג, און צו דער זייט איז נישטא קיין בלאט וואס זאל זיי פארקעלבערן און זאגן אז עכט איז ווייט עוו. גרעסער פון אלעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 15:51 לינק ישיר 

אויף כל העולם האט זיך איינער אויסגעגעבן די כעס אויף שמואל פאר די שוואכע ארבעט וואס ער האט זיי צוגעשטעלט אין בלאט טראץ וואס זיי האבן געווארט דערויף א גאנצען טאג.
 
שמואל זאגט זיי יעצט אז ער נעקטע ואך תשובה טון און וועט צושטעלן א עקסטערע ביילאגע קומענדיגע וואך מיט בילדער ווי עס וועט ווערן געשריבן אויף יעדע פעידש 4 מאל הגה"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2011 17:24 לינק ישיר 

איז עס למעשה שוין ארויסגעקומען? ווי איך הער איז דא דארט שטארקע אינערליכע געשלעגן און געפעכטן, און דאס האט אפגעהאלטן דאס ארויסקומען פון בלאט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2011 08:49 לינק ישיר 


http://www.politickerny.com/2011/12/19/influential-rabbi-condemns-those-who-criticize-president-barack-obama/


In the release, Rabbi Shmiel Weider, a Satmar activist who attended the gathering, explained that part of the context of the rabbi’s remarks was due to the victory of Bob Turner over David Weprin in a heavily Jewish area of Brooklyn and Queens, a victory that was spurred on by Jewish leaders like Ed Koch.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2011 17:20 לינק ישיר 

וואס איז? עס באדערט דיר אז ביידע רבי'ס האבן גערעדט די זעלבע, אבער חוץ פונעם איד ווערט נישט דיין עם הארץ דערמאנט אין ערגעץ, משא"כ מיין רבי שליט"א ווערט דערמאנט בראש כל חוצות מסוף העולם ועד סופו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2011 17:48 לינק ישיר 

אוי נעבעך ווי דער רא"ט איז נעבעך אנגעקומען, ער איז שוין נישט צופרידן אז זיינע מיליאנען מענטשן פון די גרעסטע מעכטיגסטע פארטיי אין דער וועלט קייען זיינע שטרוי, ער מוז שוין שיקן שמואל אים צו פאמפען אין די גויאישע צייטונגען.

שרייטס אלע: ר אהרן טייטעלבאם די גרעסטע רבי איבער אלע צייטונגען!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2011 20:55 לינק ישיר 
ציונים שעלטען רב אהרון אזוי ווי די זאליס...

 


תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/12/2011 20:57:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2011 20:55 לינק ישיר 

ציונים אטאקירען די אובאמא דרשה וואס האט אפגעקלינגען אין די גאנצע מידיא 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2011 20:13 לינק ישיר 

ריפל ווי אזוי איז די בלאט געווען למעשה? גוט בארואיגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שמואל שמואל !! עס איז פיקוח נפש!!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext