אויך קוילער זיך פאר געלעכטער פון די ריזיגע ליסט פון די רבנים וואס די ברענגסט דא, פון צווישען 500 רבנים אין בני ברק, האט מען א ליסט פון 10 רבנים וואס רוב דערפון זענען סתם כולל אינגעלייט, עס איז גענוי ווען איינער זאל שרייבן ביי א וויליאסמבורג'ער מסיבה אזא ליסט:
כ"ק אדמו"ר מוועגשייד שליט"א כ"ק אדמו"ר מזענטע שליט"א כ"ק אדמו"ר מסיגוט ב"פ שליט"א הגאון הגדול ר' ישראל מענדל שווארץ אב"ד לאשאנץ הגאון ר' יצחק שווארץ שליט"א רב ואב"ד בראד הגאון ר' יצחק גליק שליט"א אב"ד בית אברהם ויו"ר התאחדות הרבנים הגאון ר' משה האפמאן שליט"א ראש ישיבת מתמידים הגאון ר' אברהם לויפער שליט"א ראש ישיבת דאראג הגאון ר' יקותיאל יודא סאנדל שליט"א מראשי ישיבת זכרון יואל הגאון ר' מנשה פילפף שליט"א מו"ץ בית הוראה פון הגריח"מ פריעדמאן ומראשי די צייטונג הגאון ר' יואל זיכערמאן שליט"א מרבני כולל תורה ויראה סאטמאר
איצט לאמיר שנעל דורך גיין וועם די זאליס האבן אלס געריפען און געשיקט צו יעדעם באזינדער 2 מושלחת'ער, ר' חיים הערש אליין האט ארום געקאלט, די זאלי האבן געלייגט די וועלטס פרעשור אז זיי זאלן קומען, און קיינער אויסער דער חברון'ער מחנובקער רבי איז נאך פרעשור געגאנגען די לעצטע מינוט.
דא א טיילווייזער ליסט פון רבני בני ברק וואס זענען נישט געווען, קומט מיר יעצט אויף די מינוט ארויף אפען זיכרון.
הרב וואזנער, ובנו הרב חיים, ובנו הרב אברהם אליהו, הרב לאנדא, הרב קראליץ, כ"ק מנדבורנא, כ"ק מטשערנבול, כ"ק מבאהוש, כ"ק מסלונים, כ"ק מסטריקוב, הרב משה שאול קליין, הרב שמואל אליעזר שטערן, הרב יעקב מאיר שטערן, הרב שלמה זלמן אולמאן, הרב מענדל שופראן, הרב אלטמאן אב"ד חוג חתם סופר, הרב יצחק זילבערשטיין, הרב בערלינוב, 12 דיינים מבי"ד הרב וואזנער, 9 דיינים מבי"ד הרב לאנדא, 36 דיינים מבי"ד הרב קראליץ, רבי אלי' כ"ץ, רבי אלימלך בידערמאן, רבי סיני האלבערשטאם, ביאלע, זוטשקא, ראזדין, זידיטשוב, נאראל, ספינקא, ספינקא, לייטניק, סקולען, קרעטשניף, דעהש, ראזענבוים - ראחוב, ערלוי, מוזדיץ, וויזניץ מאנסי, וויזניץ בני ברק, דושינסקי, באבוב, באבוב, בני רבי נתן געשטענער, איבער 200 ליטווישע ראשי כוללים אין בני ברק, וכו',
די וועלטס פרעשור וואס זיי האבן געלייגט אויף הרב וואזער אז ער זאל קומען, דערנאך אז ער זאל שיקן א בריוו, שיקן א זון, אבער פרייטאג זענען געווען ביי אים מענדל דאוידאוויטש און דער תימן'טאלער, טאלער האט געברענגט א טשעק פון 25 טויזענט דאלער פאר ישיבת זכרון מאיר, אז הרב וואזנער זאל אים כאטשיג געבן א בריוו, האב הרב וואזנער האט אים געזאגט אז ווילאנג ער איז זיך מתחצף און פאלגט נישט די דעת תורה פון די רבני בני ברק, אז ער מיז ארויס גיין פונעם טמא'נעם בג"ץ, און באצאלען פאר די מוסדת די דמי שכירות, וויל ער נישט האבן קיין שייכות מיט אים, און וויל נישט האבן קיין פרוטה פון אים.
הרב וואזנער האט באפוילען פאר אלע זיינע מורי הוראות נישט צו גיין, דאלס זעלביגע האט באפוילען הרב לאנדא און הרב קראליץ.
דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט מיט די רבני ירושלים, פון די חברי בדי"צ העדה החרדית איז קיינער נישט געקומען נאר הרב אולמן, כ"ק מתולדות אהרן איז נישט געקומען, נאר אזוי פיל האט ער געטאן לכבודם פון די זאליס, אז היי יאר איז ער נישט געגאנגען צו די אהרונים אין ירושלים אויך נישט.
הנגיד ר' בערל ווייס ני"ו וואס איז געווען די אורח הכבוד ביי די זאליס, האט נישט געוואוסט אין וואספארא גארביטש די זאליס לייגן אים אריין, ווען ער האט זיך דערוואוסט דערפון, האט ער עס אפגעזאגט, רז"ל האט אים געקאלט בעטן אז ער זאל יא גיין, בלית ברירה איז ער קודם געקומען צו די מסיבה פון קהלתינו אין בני ברק, - ווי קיינער האט אים נישט גערופען - און איבערגעלאזט א ריזיגע סומע לטובת המוסדות, דערנאך איז ער געגאנגען צו די זאליס אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן.
די זאליס רייסן זיך ארום ווער עס איז שולדיג פארן אריין שלעפען זייער חיים הערש אין אזא גארביטש, און די מכת רצח וואס ער האט געכאפט פון די רבני בני ברק, זיי באשולדיגען טאלער פאר דעם צודרייטען אקט, און מעכטיגען דורכפאל, טייל זאגן אז די גאנצע זאך איז יעקב בער ארבעט כדי איינצוטינקען חיים הערש אין גארביטש.
 |
|
|