די ווערטער בוך איז צו ארעם, און דער פעדער איז צו שוואך צו קענען ארויסברענגען די טיפע און געהויבענע הרגשים פון די מעמד אדיר לרגל יום ההצלה אין די ריזיגע ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין וויליאמסבורג מוצש"ק וישב תשע"ב, די הארץ גיסט איבער מיט שבח והודי' פאר'ן בוכ"ע פאר אונז איבערלאזן רבינו הקדוש והטהור בעל ויואל משה זי"ע וואס איז אונז געבליבן להחיות לפליטה גדולה, געראטעוועט דעם דור פון מינות וכפירה, און אהערגעשטעלט אזא שיין הערליך חסידישע דור, נעכטן נאכט האבן גערינען טרערן פון התרגשות צוזעענדיג וויפיל טויזנטער טויזנטער אידן מרנן ורבנן ותלמידיהון, ראשי ישיבה ומורי הוראה, תלמידי חכמים, חסידים ואנשי מעשה, אברכים ובחורי חמד זענען זיך צוזאמען געקומען תחת קורת גג אחד מיט איין ציל, זיך ווייטער מחזק זיין און פירן אויף דעם הייליגן וועג וואס ער האט אונז געלערנט, להמשיך דרכו הסלולה, און צו חזר'ן משנתו הטהורה.
נישטא קיין ווערטער צו שילדערן די התרגשות ווען אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין זאל, דער עולם איז ווי פון זיך אויפגעשפרינגען און אריין אין עקסטאז, ווי אן עלעקטרישער שטראם וואלט דורכגעלאפן די מאסן מענטשן וואס האבן איבערגעפולט די ריזיגע ארמארי זאל.. און ווען אלע טאנצן און דאנקן דעם אויבערשטן פאר'ן איבערלאזן דעם גרויסן מתנה רביה"ק זי"ע מיט נסי נסים פון די הענט פון די רשעים די דייטשן ימ"ש, רייסט זיך אויך ארויס א לויב און דאנק פאר'ן באשעפער וואס האט אונז נישט פארלאזט און געשיקט א ממשיך דרכו וואס קעמפט ווי א לייב זיך צו קלאמערן אין דעם גראדן אויסגעטרעטענעם וועג וואס רביה"ק האט אונז געלערנט, נישט נאכלאזן און ח"ו פרובירן געפעלן פאר די גאס, מיט שטאלץ זיך רעפרעזענטירן מיט דעם הייליגן "ויואל משה" זוכן צו געפעלן דעם רבוש"ע, נישט די דרויסנדיגער וועלט, מיר דארפן ווייטער הייבן די הענט און בעטן אויף לעתיד אז השי"ת זאל שיקן דעם רבי'ן שליט"א לאנגע געזונטע יארן, יאריך ימים על ממלכתו עד ביאת הגואל..
יעדע מינוט פון דעם מעמד איז געווען נאך א רינגעלע אינעם קייט פון הנאה ותענוג רוחני, די דרשות, ריקודין ומחולות, און פארשטייט זיך די שפיץ און דער קלימאקס איז געווען ווען רבינו שליט"א דער מנהיג ומורה דרך האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, א שטילקיייט האט געהערשט אין זאל דורכאויס דעם דרשה ווען יעדער שפיצט אן מויל און אויער נישט צו פארפעלן א ווארט פון די דברות קודש פון דעם פום ממלל רברבן מרן רבינו שליט"א, דער גענעראל וואס שטייט אין שפיץ פון די גרעסטע קהילה אין דער וועלט און איז מטיף דברי מוסר והדרכה, דברי חיזוק ועידוד מיר זאלן וויסן את הדרך נלך בה ואת המעשה אשר יעשון..
דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט גאר געהויבענע געפילן און געמיטער, און מסיים געווען מעין ההתחלה:
"חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו....."
 |
|
|