|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:26 |
|
| |
איך קען נישט צו גיט מענצער און איך האב נישט געזען ווי ער קומט אויווען אן, אבער איך ווייס אז ער האט אסאך געליטען פאר זיך אננעמען פאר סאטמאר, און ער איז זיך מוסר נפש פאר ר' משה דוד, און דעי גאנצע אשכול שטינקט ארויניש פון טאפ טא באדעם! אנדערשט וואלט קיינעם נישט געבאדערט צווישען אזויפיל הונדערטער מענטשען וואס האבען פארפלייצט די אויווען אן, וועמען שטערט אז ער איז דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:31 |
|
| |
נו מ'האלט שוין דא ביים דריטן ניק (הבאין כאחד?..) וואס זאגן אז מענצער האט געטון פאר סאטמאר. קענט איר אפשר אויסרעכענען איינס פון די זאכן?
ענטפער נישט ווי קיין אהרוני יעצט!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:36 |
|
| |
איך האב געזען נעכטן ווי מענצער האט זיך געריסן מיט איינעם איבער א שטיקל פאטעטע קיגל, איך הייב אן טראכטן אז עס איז געווען דיר פון וועם ער האט עס ארויסגעשלעפט פאר עס האט זיך צוברעקלט איבער מנלי ווייזער'ס שטריימל, אויב יא פארשטיי איך דיין ווייטאג אבער עס בארעכטיגט נישט אים אויסציפראקן דא.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:41 |
|
| |
בקיצור, אויב איינעם שטערט אז א פאפא חסיד איז דארט געווען, איז ער א דיסקרימינאטאר און א "ביגאט"..
אויב איינעם שטערט אז מ'האט אנגעברענגט עטליכע פאליטישאנס, דארף מען פארשטיין אז די מענטשן ביי וועם מיר זוכן טובות א גאנץ יאר, און זיי העלפן ארויס מיט ענינים פאר יחידים אדער פאר די קהילה, דארף מען זיי קענען ווייזן וועמען זיי פארטרעטן, איך מיין אז יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט דאס, מ'האט דאך נישט אויפגעשטעלט דא אבאמא אדער בלומבערג צו רעדן (ווי מ'פלעגט אמאל אויפשטעלן דינקינס וכדו')...
אויב איינער רעדט זיך נאך אויף אן אמת איין אז ער העלפט נישט גענוג פאר סאטמאר, בין איך מודיע אז נישט אייביג ווען פאר אפאר אינגלעך פאלט איין אז מ'מוז עפעס טון,( אדער א זאך וואס איז אין קאורט און קיינער קען נישט מיט יד החזקה איבערשטארקן א פסק פון קאורט וד"ל) די זאכן זענען שתדלנות, נישט אייביג געלונגט די שתדלנות, אסאך עסקנות און טובות להכלל איז א סכנה אז מ'זאל וויסן וויאזוי ס'קומט אן און ס'ווערט ערלעדיגט, און נישט אלעס מוז מען וויסן, רוב די פאליטישע טובות איז נישט קיין טובה פאר קיינעם ווען די זאכן ווערן מפורסם, רוב פעולות פון UJO בכלל פרטיות'דיגע און כלליות'דיגע זענען אונטער טיר און טויער, ספעציעל ווען מיר האבן דא ליידער מוסרים ומלשינים וואס זוכן אגאנצן טאג סחורה וואס צו אנ'מסר'ן און זיי אונטערצוברענגען..
והעיקר, און אויב איינעם שטערט די אויסערגעווענליכע הצלחה פון נעכטן נאכט, אז מיר האבן געהאט אן איבערגעשטאפטן ריזיגן ארמארי זאל מיט די סלתה און שמנה פון סאטמאר, וועל איך אים פשוט זאגן פלוץ יפלצון און יצאו עיניך..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:41 |
|
| |
דזשיגאן קוקט אויס ווי דו האסט פרובירט זיך ארויפצובאקומען אופן אויבנאן אין מען האט דיר נישט געלאזט און אז דו האסט געזעהן מענצער זיך דרייען דארט איז דיר געווארן שלעכט... איך און די איבריגע טויזענטער אין זאל האט ניטאמאל געוואסט צו מענצער דרייט זיך אויפן אויבנאן אין אפילו די וואס האבן יא געוואסט איז גאנץ קנאפ אנגעגאנגען אז ער געפינט זיך דארט אין איך זעה נישט פארוואס דעס איז אזא אישו אזש מען ברויך א באזונדער אשכול פארדעם פון מיר אויס זאל ארי' לייב גלאנץ זיך אויך דריייען אויפן אויבנאן איי דאונט קעיר אין אז מענצער זיכט און באקומט אטענשן מיטן זיך דרייען אויפן אויבנאן פארגין איך עס עם מיטן גאנצן הארץ מנהל לענ''ד האלט איך אז דו זאלסט פארמאכן דעם אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:48 |
|
| |
יעצט באקומען אין אישי:
דו ביסט גערעכט, די נארישע אשכול האט געעפענט איינער מיט א אגענדע!! עס איז א אלטע ארונישער אגענדע אים צו אונטערהאקן, זיי האלטן נישט אויס אז ער לעבט און ער האט א פלאטפארמע ווי מ'קען אים זען, אויך וויל איך דיר זאגן אז עס איז דא נאך א אגענדע פון אנדערע פאליטישע כוחות וואס זוכן אים אונטערצוהאקן, אפילו ביי אונז אינעווייניג, ס'איז א פשוטע 'פאוער סטראגעל', א פערזענדליכע אגענדע!! מ'דארף עס איגנארן ווייל מענצער מאכט זיך במילא נישט צו טוהן דערפון!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 21:51 |
|
| |
וויכטיג, איך הער נאך אלץ נישט וואס ער האט געטון פאר סאטמאר! דו האסט שוין אויסגערעכנט זאכן וואס ער האט נישט געקענט טון, דו קענסט נישט זאגן אז ער האט געטון (...), אבער איז טאקע נישטא קיין איין זאך וואס מ'קען אנצייגן מיטן פינגער אז ער האט געטון, דעמאלס פארוואס דארף ער צוגיין מיט פאליטישענס צום רבי'ן? עזרא פרידלענדער האט פונקט אזוי ליב פאפארצי ווי מענצער, אפשר בעט מען אים אז ער זאל עס טון
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 23:07 |
|
| |
שפילן פארטיי איז נישט ערלויבט אויף דעם פארום.
תוקן על ידי המהדרין ב- 19/12/2011 00:57:55
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 23:15 |
|
| |
וואס א חילוק ווער? ב"ה אז ס'איז דא אן געטרייע עסקן ווי ר' יונתן וואס האט געקענט ריפלעיסען רמ"ד. און זה הוא.
1) רמ"ד וואלט אים נישט געשטעלט אלס א במקום ווען נישט וואס ער ווייסט 100 % אז ער איז כדאי.
2) געדענק איך יענעם שמיני עצרת - נישט מער געדאכט - איז ער שטארק געווען דער גורם, אז מען האט אריינגעלאזט סאטמאר און נישט די טענט-בויעס אין ביהמ"ד הגדול!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 23:16 |
|
| |
אה, מ'ברענגט שוין אריין א פרישן נאמען אין בילד...
ביטע, נישט אין פובליק, חסידי מהר"א האלטן זיך אונטער מיט דעם אשכול... ס'איז שוין אפילו אראפגעסעיווט צו קענען נוצן נאכן מחיקה...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2011 23:47 |
|
| |
דייקן אויב דארפט עטס צוקומען צו די אשכול צו נעמען ענקערע בארואיגונגס פילן דאן זענט עטס אויף גרויסע צרות איך האב פאר דיר אן עצה קוק דעם בילד וואס פשיהא האט ארויפגעלייגט פאר ענק דעקעלעך פארגלייזט דיך דיינע אויגען נאכדעם שווער ביי ראט''נס קליינע בארד אז דער קליינער ברידער האט געהאט א פיצי עולם
תוקן על ידי ביידען ב- 18/12/2011 23:52:51
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 00:19 |
|
| |
| לאנצוט כתב: |  | לדעתי, דער אשכול צו באגראבן הרה"ח ר' יונתן מענצער שליט"א איז אן אגענדע פון א.י. פריעדמאן.
אן קיין צווייפעל. |
|
אינטערעסאנט אז נאר דער ניק "לאנצוט" וואס מ'האט שוין דא מערערע מאל איבערגעצייגט אין די פארגאנגענהייט אז ער איז א אהרוני וואס פרובירט צו ספינען, פארשטייט אז דאס איז א אגענדע קעגן "הרה"ח ר' יונתן שליט"א"
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 00:49 |
|
| |
| סטראבערי כתב: |  | וואס א חילוק ווער? ב"ה אז ס'איז דא אן געטרייע עסקן ווי ר' יונתן וואס האט געקענט ריפלעיסען רמ"ד. און זה הוא.
1) רמ"ד וואלט אים נישט געשטעלט אלס א במקום ווען נישט וואס ער ווייסט 100 % אז ער איז כדאי.
2) געדענק איך יענעם שמיני עצרת - נישט מער געדאכט - איז ער שטארק געווען דער גורם, אז מען האט אריינגעלאזט סאטמאר און נישט די טענט-בויעס אין ביהמ"ד הגדול! |
|
למען הקלארקייט: פארטרעטן ר' משה דוד נעכטן האט דער בארימטער סאטמארער עסקן ר' שלום דייטש און ר' משה דוד'ס געהילף ר' דעוויד כ"ץ. יונתן מענצער האט נעכטן קיינעם נישט פארטרעטן, ער איז בלויז געקומען פאר די בילדער. ער האט דארט געהאט זיינע בנים מיט זיך וועלכע זענען געלאפן ארום אים מיט קעמרעס און ער האט זיך יעדע פאר מינוט געשטעלט פאר א פאטא אפ מיט א צווייטן.
והשנית וועגן שמיני עצרת, איך האב נישט קיין השגה צי דו בוסט שוין געווען געבוירן דעמאלס, אבער דער נאמען יונתן מענצער איז קיינמאל נישט ארויפגעקומען אפילו פאר א וויץ אז ער האט דא עפעס געהאט א יד. קען זיין ער האט זיך ארומגעדרייט נעמען קרעדיט, אבער אין פאקט האט ער דערמיט גארנישט געהאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 16:08 |
|
| |
איך האב אויך באמערקט די גאנצע בילדער אפעראציע, למעשה ווייס איך נישט צו עס איז כדי צו מאכן דערפון א גאנצע טראסק. וואס עס איז יא וויכטיג איז, אז דער אויבן אן בכלליות, ביי אלע מסיבות,חתונות, וכדומה צריך תיקון גדול, יעדער מר בר רב אשי דרייט זיך דארט ווי ביים טאטן אין ווייגארטן, איך אליינס בין ארויף אויפן אויפן סטעידש אין דורעך שפאצירט פון איין עק ביזן צווייטן, אן קיין גרויסע שטערונגען, די דער אויבן אן איז צוזאם געשטיפט ווי נישט נארמאל, אדרבה כאפט א בליק אויף די קלארע קליפס, אין זאגטס מיר צו דאס איז נארמאל? ט
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 19/12/2011 16:11:25
|
|
|
|
|