| נשלח ב-19/12/2011 02:21 |
|
| |
טאטע העלף: בקשו רחמים מרובים הבחור יעקב מאיר בין בינא לרפו"ש!
טייערע אידן זייטס מעורר רחמי שמים מרובים אויף דעם חשוב'ן בחור און עסקן יעקב מאיר בן בינא לרפו"ש, וועלכער איז ליידער טראגיש געשעדיגט געווארן פריער אין ניו יארק סטעיט ארמארי ביים ארבעטן צו צוזאמנעמען דעם זאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 02:25 |
|
| |
מ'האט אים יעצט אריינגעפירט צו א אפעראציע אויפן האלז ל"ע. די בלוט דרוק איז סטאביליזירט. רייסט איין וועלטן!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 02:37 |
|
| |
זאל עם דער באשעפער שיקן א רפו"ש
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 02:58 |
|
| |
די קעטסקען רעזולטאטן זענען ב"ה פאזיטיוו. דער מוח איז אים נישט געשעדיגט ב"ה. לאמיר ווייטער מתפלל זיין פאר א גאנצע ישועה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 07:28 |
|
| |
אוי געוואלד, הייליגע באשעפער, איך בין זיכער וועסט באווייזן גרויסע ניסים, אזא בחור ווי יענקי לרפו"ש מיז און וועט בעז"ה ווייטער זיין מיט אונז אלע געזינט אין שטארק!! יעדער ביי אונז אין סאטמאר קען דעם באחנט'ע צורה, איינער קען אים אלץ עסקן, א צווייטער אלץ איינער וואס העלפט ארויס עלטערע אידן אמאל מיטן ברענגען א סידור'ל צו א חומש, יעדער איד אין ביהמ"ד האט אים שוין געזען ווי ער געט זיך איבער פאר א צווייטען איד, פארטאגס זע איך אסאך מאל ווי ער ברענגט פאר עלטערע אידן א ספר אדער קאווע צו א גלעזעל מילך וואס פאר עלטערע אידן קומט אן שווער זיך אריבערצושלעפן די אנדערע זייט ביהמ"ד.
לאמיר אלע איינרייסן פאר א שנעלע און גאנצע ישועה. יעקב מאיר בן בינה לרפואה שלימה.
תוקן על ידי דאסטערס ב- 19/12/2011 07:42:07
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 07:36 |
|
| |
וואו קומט דא אריין דער נחום יחזקי'?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 07:36 |
|
| |
*נאמען
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 07:43 |
|
| |
געווען א טעות!! אנטשולדיגט!! שוין פארראכטן!!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 14:31 |
|
| |
העי! 'טאטע העלף' איז א אהרוני..
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 17:50 |
|
| |
נישט נאכלאזען, ווען מען קען אריינכאפען נאך א קאפיטעל תהלים פאר זיין שנעלע רפואה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 20:41 |
|
| |
| געדאנקן כתב: |  | |
העי! 'טאטע העלף' איז א אהרוני..
|
|
מיט שמחה קען מען אלעס פועלן....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2011 23:39 |
|
| |
השי"ת זאל עהם שיקן א רפואה שלימה במהרה.
וויסט מען עפעס גוטע נייעס היינט נאכמיטאג פון דעם בחור'ל?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 00:07 |
|
| |
א רפואה שלימה במהרה! אגב, איז דע מאמעס נאמען בינא אדער בונא? דאכט זיך אז דער נאמען איז בונא, ביטע מברר זיין עס איז וויכטיג פאר תמניא אפי,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 02:10 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 02:11 |
|
| |
אפענע מופתים יעצט ביים באזוך פון רבינו שליט"א ביי יאנקי לרפו"ש. די דאקטורים ארבעטן שוין שווער אגאנצן טאג צו זען אויב ער איז ביים פולן באוואוסטזיין, אבער אן ערפאלג. ווי נאר רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו אים אין צומער און אים געזאגט "יאנקי איך בין דא", האט ער געעפענט די אויגן און אנגעהויבן שאקלן הענד און פוס. דער רבי האט געזאגט "יאנקי געב מיר די הענט", און יאנקי האט אויפגעהויבן זיין האנט. דערנאך האט דער רבי געבעטן ער זאל אים דרוקן די האנט, און ער האט געדרוקט. די דאקטוירים זענען געקומען צו לויפן זיי האבן זיך נישט געקענט גלייבן וואס עס שפילט זיך אפ. מ'האט גלייך אלאמירט יאנקי'ס הויפט דאקטער, און ער האט געבעטן דעם רבי'ן דער רבי זאל נאכאמאל רעדן צו יאנקי ווייל ער וויל זען זיין רעספאנס. דער רבי האט נאכאמאל אים געבעטן צו דרוקן די האנט און יאנקי האט זיך געדרייט די אויגן צום רבי'ן און א שטארקן דרוק געטון. דערנאך האט דער רבי געבענטש יאנקי, און דער רבי האט זיך אנגערופן "אז דו פאלגסט יא, הייס איך דו זאלסט ווערן געזונט און שטארק!", און ווי איבעראשט איז דער ציבור געווען ווען ער האט געשעפשעט מיט זיין ליפן "אמן". די דאקטוירים געבן ב"ה שטארקע האפענונגן, און מ'האפט אים אראפצונעמען פונעם ווענטילעיטאר בקרוב ממש. זייטס ווייטער מתפלל פאר יעקב מאיר בן בינה מ'זאל זען די באלדיגע ישועה אכי"ר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2011 02:36 |
|
| |
א שאד רז"ל איז נישט געווען ביי אביגדור, ווען יא וואלט ער נאך יעצט געלעבט. און א שאד אז ער איז נישט געווען ביי עזריאל גליק, ווען יא וואלט ער געווען נערמאל, און א שאד אז ער איז נישט געווען ביי יוסעלע פליט, ווען יא וואלט ער ווען א חתן געווארן.
איך הער אז ליפא שמעלצער שרייט אז די מופת געהערט צו אים. א שיינע דור, ליפא און רז"ל, צוויי שטריקעס און שפילער וועלכע האבן אויף דער עלטער מחליט געווען צו שפילן רבי, קריגן זיך ווער עס פראוועט גערעסערע מופתים
|
|
|
|
|