בעלזא מכנובקא רבי משתתף ביי בחירות!
כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מבעלזא מכנובקא שליט"א גייט צי די בחירות ווייל דאס איז א חוב קדוש פין די הייליגע בעלזא רב זצוק"ל זי"ע אז די האסט א פראבלעם דערמיט וואלסטו דאס געדארפט פייטן מיטן בעלזא רב ז"ל - זייענדיג א מנהיג פין א עדה פין איבער 1300 בעלזא יודען אין האבענדיג אינטער זיין נאמען 18 בעלזא בתי מדרשים איבער די גאנצע וועלט. 21 כוללים. 6 תלמוד תורהס .
וואס יעדער וואס דרייט זיך צווישען די בעלזא מכנובקא אינגעלייט אין ישיבות אין זייער שטיבלעך קען מעיד זיין אז דאס איז ארגינעל בעלזא אפי' מ'וועט זיי אנאמען געבן וויען אדער באבוב אדער גער וועט עס קיינעם נישט העלפן. אין דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס דער גרויסע ריזיגע מעכטיגע בעלזא קען בשו"א נישט ביישטיין זיי זאלן זיך רופן אפי בעלזא מכנובקא . דער רבי האט זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט איך בין נישט גארנישט אין וויל נישט גארנישט איך בין א בעלזער חסיד ! ער וועט ער זיך נישט שרעקן פאר קיינעם אין ווייטער פאלגן דעם חוב קדוש אין טאקע דאס איז זיין סוקסעס אין דערפאר איז ער ארויפגעקיקט אפי' ביי רוב בעלזא אידען וואס זענען נישט זיינע חסידים .
נאכמער דער גרעסטער תומך הרבני הנגיד הרב החסיד רבי אלי' ענגלענדער שליט"א איז א גרעסערע קנאי פין אלע שרייבערס דא אין מסתמא פין 90% סאטמארע יודען (אויב נישט מער) אין ער איז א ערענסטער איד אין מיינט עס אמתדיג , נישט ווי רוב היינטיגע סאטמארע אידען וואס איין צד זיצט אין בג"ץ אין די צווייטע זייט נעמט א אורח הכבוד א פרא ציוני ביידע זייטן האבן ציונות מיטן רביזיכרונוליברכה אינאיינעם גאר טיף פארפאקט ווען ס'קומט זיי גיט אויס בג"ץ ואורח הכבוד יוכיח ,
יעצט צום פוינט ,
די ארונים פלאקערן פאר כעס . מען האט אפי אהער געקראצט א אשכול פין 2 יאר צוריק . ס'גייט נישט טוישן גארנישט ביי קיינעם . בעלזא מכנובקא איז נישט אויף קיין איין סאטמארס פעיראל יא זיי קומען נאך געלט פונקט ווי סאטמאר גייט אין זייער שוהלן נאך געלט . נאך אלעמען איז ער געגאנגען ווייל די גבאים האבן אים געטראגן ער ליגט נישט אין מחלוקת אין ווייסט בכלל נישט וואס דא גייט פאר . ער איז א איידעלע איד וואס אנטלויפט פין מחלוקת . די גבאים האבן געהאלטן אז אזויווי די זאליס האבן שטארק געבעטן אז די רבי זאל קומען אין א גאנץ יאר העלפן זיי בעלזא מכנובקא מוסדות אלץ הכרת הטוב דארף מען צוריק גיין - די ארונים ווידער האבן גערידערט אין געסטראשעט איי 1 ער איז דאך א ציוני זאל ער יא גיין 2 ווער זענען די ארונים צי סטראשענען ווען אין זייער דיקשענערי עקזיסטריט נישט בעלזא מכנובקא , המשך יבא
 |
|
|