צודרייטע וועלט אדער צודרייטע מענטשן?
טעכנאלאגיע איז היינטיגע צייטן זייער סאפיסטיקירט, יעדע נייעס און סתם בויך סברה'ס ווערט פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט בליץ שנעל, אמאל דורך ראדיא און אמאל טעקסט מעסעדזשעס, די לעצטע יאר צייט איז זייער אויפגעכאפט 'טוויטער', דאס איז אזאנס וואס יעדער שמויגער וואס האט בויך קרעמפען אדער וויל אויסשיסן א וויץ קען עס מיט עטליכע קנעפלעך אויפן סעלפאן ארויסשיסן און ביז געציילטע מינוטן קען עס ווערן די געשפרעך איבעראל.
אויבן אויף קען עס אפשר זיין א פיינע זאך (איך רעד נישט פון די ביטול תורה וואס עס ברענגט) אבער די ערגסטע פון דעם איז אז עס זענען דא ממש געציילטע גרופס וואס ווערן געפירט דורך צודרייטע אינגען וואס פארשפרייטן נאר שמיץ, און ווי איך הער זענען זיי אפילו גאר גוט באקאנט און מען ווייסט ווער זיי זענען. זענען טאקע נישט דא קיין מיטלען זיי אפצושטעלן איינמאל אויף אלעמאל? מען וואלט זיי געדארפט מסביר זיין אז אזעלכע זאכן ווי פארפרייטן שמיציגע מעסעדזשעס, אדער פארשפרייטן א בילד ווי א בחור ליגט אין שפיטאל און וואלגערט זיך פאר יסורים ה"י, איז זייער א אומאיידעלע זאך צו טון.
|
|