בן ציון לאוב צולייגער ווערט ווידער צושפאט
מיט דריי וואכן צוריק האבן ארכעלאגן מיט די "מע"צ" בוי געזעלשאפט אנגעהויבן גראבן אינעם געגנט "חקוק" נעבן דעם ציון פון חבקוק הנביא, נאך צווי טעג פון פראטעסטן ווען א טייל פון די פראטעסטירער זענען ארעסטירט געווארן, האבן די "מע"צ" קאמפאני מיט די ארכעלאגן אויפגעהערט גראבן און האבן מסכים געווען אז די גראבונגען וועט אנגיין און אן אנדער ריכטונג אויפן צווייטן ארט, ווי עס זענען נישטא קיין קברים, און עס וועט האבן די אויפזיכט פון א משגיח פון "אתרא קדישא".
איצט ליינט וואס די צווי צולייגער'ס בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פרידמאן האבן דאן געשריבן:
עס שטעלט זיך ארויס אז די ארכעלאגן האבן ליידער אויסגעגראבן צוויי קברים. אבער עס איז נאך פארבליבן נאך 4 קברים, און נאך 6 "מערות קבורה", וואס דאס קען אנטהאלטן צומאל צענדליגער קברים.
זיי זענען איבערגעגאנגען מיט די ארכעלאגן די פלענער, און זיך נישט אוועקגערירט ביז עס איז געבליבן אפגעמאכט פונקטליך וואו מען גייט ארבעטן און וואו נישט, און א משגיח פונעם ועד וועט כסדר קומען אויפן פלאץ בא-אבאכטן אז די ארכעלאגן טוען נישט אנדערש ווי היינט אפגעמאכט, און אז אלע (אויסער די צוויי) די קברים בלייבן יא אומ-בארירט.
ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
---
אבער, אויסער מוחה זיין קענען זיי גארנישט. פינטל. אלעס פון דא און ווייטער, די אינטערווענצן און הארעוואניע אפצושטעלן די ארבעט, דאס האט דער ועד געטוהן.
ווען בי"ד זאל טוהן וואס אתרא וויל, וואלט נישט געשטאנען "ואם ח"ו לא יפסיקו וימשיכו במעללם", ווייל לויט אתרא איז נישטא אזא זאך "אויב", אתרא האט אזאנס קיינמאל נישט געשריבן, אז "אויב" וועלן זיי ממשיך זיין, ווייל שיטת אתרא איז אז אויב האט מען געגראבן אפילו א קלייניקייט, אנשטאט ראטעווען די איבריגע, זאל מען "בלויז שרייען און קוויטשענען" און באשיסן די חברה מיט שטייער, אפגעזעהן צו מיט דעם ראטעוועט מען, אדער מען מאכט חרוב מער ווי מען ראטעוועט.
איצט לאמיר זעהן ווער איז געווען גערעכט די צולייגער'ס לאוב מיט פרידמאן וואס האבן געזאגט אז עס קען שאטן א פראטעסט אויפן ארט און עס איז שוין דא אן אופמאך פונעם "ועד" מיט די ארכעלאגן, און אז "אתרא קדישא" מאכן סתם פראטעסטן.
אדער "אתרא קדישא", וואס טענה'עט אז מ'דארף זיין וואכזאמדיג, און ארויספארן מוחה זיין אויפ'ן ארט און כסדר שטיין על המשמר און זיך נישט פארלאזן נאר אויף אופמאך'ס.
למעשה האבן די ארכעלאגן ווידער באנייט די חפירות אויפן זעלבן ארט ווי זיי האבן געגראבן מיט צווי וואכן צוריק, און זיי האבן פארטריבן ר' אליעזר ראטמאן דעם משגיח תמידי פון "אתרא קדישא" וואס איז געשטאנען טעגליך אויפ'ן ארט און אכטונג געגעבן אז מ'זאל נישט צורירן קיין קברים, און זיי האבן עם ארעסטירט.
און היינט צופרי מיטוואך זענען ארויסגעפארן צענליגער יונגעלייט פונעם סאטמארער ביהמ"ד אויף רח' יואל צום מקום החילול און האבן מצליח געווען נאך שטורמישע פראטעסטן צו אפשטעלן די ארבעט אויף געציילטע שעה נאך ווען די ארטיגע פאליציי האט אנגעקאלט הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א אז זיי ווילן זיצן מיט עם אויף א אופמאך.
אויך האט דער בריסקער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי דוד סאלאווייציק שליט"א ארויסגעגעבן א קריאה אז מ'זאל מוחה זיין בכל תוקף אז די חפירות זאל ח"ו נישט גורם זיין צו א קטרוג.
כלל ישראל פרעגט בן ציון לאוב כהאי לישנא: "צולייגער! וואס איז געווארן מיטן אופמאך פונעם וועד מיט די ארכעלאגן?"
א בילד פון די אויסגעגראבענע קברים פון נעכטן
פארן גראבן:
נאכן גראבן
תוקן על ידי סוג ב- 22/12/2011 01:56:26
 |
|
|