מען הערט ווי ביים רבי'ן ברענט קנאות אין ס'איז פריארטי # 1
צווייט'ס הערט מען אז ס'טוט דעם רבי'ן זייער וויי אז מען האט ווי געטיען א יוד אין בפרט א א גדול בתורה
אין ווי די רבי פרייד זיך אז אז מען האט נישט קיינעם מבזה געווען.
די חוצפה פין ארויס געבן א פריוואטע שמועס איז אין לשער, נישט אז ס'קומט ארויס עפעס א שאדן
נאר פראסט אין פשוט מען טוט דאס נישט אפילו פאר א פשוט'ן מענטשן
בפרט פאר א רבי'ן של ישראל
נאר איין שאלה צי ר' מרדכי זאב היתכן האסט ליגענט געזאגט פאר רבי'ן אין געזאגט אז ר' אלתר קויפמאן האט גערעדט אין נאמען פין רבי'ן צי ר' מעכיל
אין דער צייט ווען ר' אלתר האט קלאר נישט גערעדט אין נאמען פין רבי'ן נאר ער איז געגאנגען מדעת עצמו
תוקן על ידי אסעמבלי ב- 25/12/2011 02:24:42
נשלח ב-25/12/2011 18:46
וואס ווילסטו נעבעך פון אים ער האט געדארפט טון א תשובת המשקל אויף די פשיהא טעיפ וואס האט געברענגט בזיונות פאר די זאליס
נשלח ב-25/12/2011 21:15
נעבעך יאשקע משומד מיינט אז ער מוז זיכער מאכן יעדער זאל זעהן זיין קינדערישע פינגער פרינץ מיטן דאפלען יעדעס ווארט 70 מאל ער האפט אז אויב וועט א זאלי נישט זיין צופרידן מיט די שטאף זאל ער זיך כאטש מחזק זיין מיט די הונדערט מאל א ווארט אז כאילו סאיז עכט
נשלח ב-25/12/2011 21:22
נאכען הערן די טעיפ האב איך געזאגט הויך בשם המלכות ברוך הוא שבראנו לכבודו והבדילנו
נשלח ב-25/12/2011 21:45
און איך האלט אז ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס מיטן דאס ארויסגעבן.
ער האט דאס געגעבן צו הערן פאר דעם און יענעם צו צייגן דאס ערנסטקייט, קראנטקייט און גארדקייט פון א אמת'ן מנהיג.
(פארוואס ער האט געזאגט אז ר' אלתר איז געקומען אין נאמען פון רבין, איז מעגליך אז אלס א אויט-סיידער האט ער אליינס אזוי פארשטאנען, ופשוט הוא).
נשלח ב-25/12/2011 21:48
IAMSMART כתב:
נאכען הערן די טעיפ האב איך געזאגט הויך בשם המלכות ברוך הוא שבראנו לכבודו והבדילנו
איך אויכט
איך האב געדאנקט אין געלויבט דעם הייליגען באשעפער אז די רבי מאכט תורה'דיגע אין אויסגעהאלטענע באשלוסן
אין נישט אזא פרא אדם ווי משה בן פראדל פריעדמאן
ישר כח מרדכי זאב
נשלח ב-25/12/2011 22:34
אז מ'האט יא ארויסגעגעבן די טעיפ, אפשר קען איינער שאפן דעם געהעריגן רעקארדינג, אן די קינדישע צענזורירטע חלקים
נשלח ב-27/12/2011 17:58
דייקן כתב:
אז מ'האט יא ארויסגעגעבן די טעיפ, אפשר קען איינער שאפן דעם געהעריגן רעקארדינג, אן די קינדישע צענזורירטע חלקים
א "טעיסט" איז דיר נישט גענוג??
איך הער אז מ'האט געמעקט פונעם טעיפ פשוט צו שוינען זיין כבוד, ר' אהרן האט דארט צוזאם גערעדט בערג מיט שטותים כמנהגו