בית פורומים כל העולם כולו

ויהי ממחרת הדברות קודש: הייקינד דרייט צוריק דעם רעדל?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2011 22:12 לינק ישיר 
ויהי ממחרת הדברות קודש: הייקינד דרייט צוריק דעם רעדל?

שוין 2 וואכן אריבער פון די באמבע וואס איז באפאלן אומדירעקט אויף הייקינד נאך וואס זיין העץ קאמפיין אין נאמען פון חרדים קעגן אבאמא איז געווען כמעט אומגעשטערט פון קיינעם און איז געווען כמעט יעדן טאג אין די נייעס דערמיט
האט אבער געהערשט א שטיל שוייגעניש אין די לעצטע תקופה זינט דעם פייערדיגן דברות קודש פונעם רבן של כל בני הגולה אין וואס גאר פרעמדע קרייזן האבן אויך מיטגעשטימט אז דאס מאל איז דער רבי גערעכט מהאט זיך אויפגעכאפט פון שלאף אין וואס הייקינד און עד קאטש האבן אריינגעלייט אלע אידן אין א סאדע באטעל און געשפריצט מיט אונז אויפן אמעריקאנעם פרעזידענט אן קיין שום אחריות ובפרט זענען די ווערטער פון רבין געווען זייער אויף א שכלדיגע וועג וואס דאס האט גורם געווען אז יעדער איד וואס האט א חלק אין די העצע זאל זיך שעמען פאר זיך אליינס אז ער איז אזוי אומאחריותדיג און קעגן די תורה אןן קעגן שכל
ויהי ממחרת הדברת קודש נאכן נישט הערן פון דוב הייקינד האט מען היינט פריש געהערט זיין נאמען און גאר אויף א פארקערטן ריכטונג ווי ער בעט דעם ראש ממשלת הכופרים זאל אפשטעלן די רדיפות קעגן חרדישע אידן דורך די מידיע נעצן אין ארץ ישראל בנוגע די צניעות ראלס פון די מהדרין באסעס וואס רידערט יעצט ארץ ישראל
יעצט קען מען אנאלזירן אויב ער וועט טאקע צוריקדרייען דעם רעדל אדער אפשר פרובירטער מיט דעם צוריקצובאקומען טראסט אין דעם ציבור און דערנאך מי יודע צו ער וועט ווייטער העצן? אלנפאלס איז עס א גרויסע דערגרייכונג ב"ה אז עכ"פ לעת עתה פרובירט ער זיין מזל אויף דעם זייט סטייטש אז דער מעסעדש קלינגט אים נאך אין די אויערן..
(הגם זיינע לשונות זעהען אויס היבש ציוניסטיש אבער פארט אנדערש וואס מהאט גהערט ביז היינט פון אים ווייל ווער סבאקאנט אין די ענדליכע ווי הייקינד זענען יעצט פארנומען טאקע קעגן חרדים אינאיינעם מיט די פרייע)

http://www.yiddishnayes.com/index.php?event=detail&blog_id=5781





תוקן על ידי גרוינים ב- 28/12/2011 22:45:50




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2011 22:26 לינק ישיר 

מרשעים יצא רשע, פון אזא שגץ קען קיין גוטס נישט ארויסקומען, אפילו ווען עס דאכט זיך אז ער מיינט גוטס זאל מען וויסן ער מיינט זיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 00:16 לינק ישיר 

קען דאס זעלבע געזאגט ווערן למשל אויף ״די זאלן וועלכע זענען געבויט געווארן אויף די אינציאטיוו און פארלאנג פון כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט זיין הייליגע קופת טוב וחסד״?
וואס איז באמת א דבר טוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 04:34 לינק ישיר 

שגץ? פארוואס? ער האט נישט געלערנט דעם ויואל משה. ער האט נישט דיין השקפה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 10:04 לינק ישיר 



Brooklyn, NY - Assemblyman Dov Hikind (D-Brooklyn) has written to Israeli Prime Minister Netanyahu urging him to stem the negative reports coming out of Beit Shemesh about the Charedi community.

Hikind, who represents the largest contingent of Charedim in the United States, wrote in part, “As you know, a small group has recently engaged in contemptible behavior in Beit Shemesh. Be assured that everyone condemns these hateful acts, especially the rabbinical leadership of the Charedi community. Unfortunately, as is often the case in these types of situations, extremists on the left and others who clearly have their own political agenda—particularly, Israel’s notoriously Leftist, anti-Charedi media—are using these incidents as an opportunity to degrade, ridicule, and blame the entire Charedi community for the acts of only a few.”

The letter continues, “The notion of tolerance and respect has long been a Democratic value. Why is no respect being shown to the largely blameless Charedi community? Why has Israel’s media deemed all Charedim to be “guilty by association?” This mentality is unacceptable. All people, regardless of their cultural differences, race, or religious practice, must be respected. I, therefore, urge you to publicly condemn those who have unjustly painted the entire Charedi community with a broad stroke.”




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2011 20:11 לינק ישיר 

ווען ער טוט גוט טוט ער גוט, טראץ וואס ער איז א געבראטענע ציוני, ווייזט זיך אויס אז די דיברות קודש יוצאים מפי קדשו פון רבי'ן האט געשלאגן ווארצלעך אפילו אין אזעלכע הערצער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ויהי ממחרת הדברות קודש: הייקינד דרייט צוריק דעם רעדל?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext