נשלח ב-29/12/2011 22:14
רוצחים הארגענען מענטשן אין היימישע בתי מדרשים!!! עס קומט אן אין די יעצטיגע וואכן ערנסטע אינפאמאציע פון א גענגסטער גרופע מאפיא ממש וואס דרייען זיך בתוכינו אין די בתי מדרשים פון צוויי עלטערע אידן דערווייל וואס מווייסט אז מהאט זיי אראפגעווארפן עטליכע מאל מיט געלט חשבונות און איינער פון זיי איז אין א קריטישן מצב ואין כאן המקום להאריך פון וואס די רעדע איז וויבאלד אויב די אינפארמאציע וועט אנקומען וועלן היימישע אומשולדיגע אידן אויך דארפן זיצן חלילה וד"ל אבער אזויפיל דארפן מען האלטן אן אלערט אויף עלטערע אידן וואס מען פרובירט זיי צו "הרגענען" יא איר הערט גוט "הרגענען" אויב זעהט איינער סיי וואסערע אינפארמאציע זאל ער אימעילן אויף [email protected] אזוי דער ענין איז זייער האקעל בעהט מען ווער עס ווייסט פון מעשיות נישט צו ארויסלייגן דא אויפן פארום וואס קען נאך אנקומען אין נישט גוטע פלעצער און שאטן אויך פאר אומשולדיגע וד"ל נאר ביטע אימעילן אויף [email protected] געדענקט מקען ליידער היינט קיינעם נישט טראסטן יעדער חשד דארף מען באריכטן
תוקן על ידי גרוינים ב- 29/12/2011 22:17:32
נשלח ב-30/12/2011 00:44
עטס זענסט משוגע, דאס קען/טאר מען נישט באהאנדלן אליין.
שוין זאל מען גייען צו די פאליציי
נשלח ב-30/12/2011 00:51
די רעדסט פין די עי קעי פאלעסי ? איך פארשטיי נישט אז טאמיר זיי זענען רוצחים וואס איז די סוד, זיי מקיים דעם והוקע אותם נגד השמש זאל די גאנצע וועלט וויסן ווער די פארשוינען זענען
נשלח ב-30/12/2011 00:57
געווענליך זענען אזעלכע פאליסיס שותפות'דיגע פאליסיס, און אויב מען גיט דאס איבער פאר די רעגירונג, זענען "אלע" אין טראבל, וד"ל.
נשלח ב-30/12/2011 01:12
אוודאי דארף מען זיי איבער געבן, אויף וואס ווארט מען א ס'זאל רח"ל זיין פאטליטעטן ?
נשלח ב-30/12/2011 09:58
מנחם מענדל, וואס איז דער אויסוואל? באשיצן מערדער כדי אז אנדערע זאלן נישט זיין און טראבל אדער נעמן אייגענע שריט וואס וועט 100 מאל מאכן ערגער די מצב, נאכמאל ווער עס וויסט עפעס אדער איז אן עדות זאל שוין גייען צו די פאליציי, פאר עס וועט קומן צו בלוט פארגיסן
נשלח ב-30/12/2011 14:50
סאונדט ווי דמיונות
נשלח ב-30/12/2011 18:04
פאמאגראנט, קען זיין, וועגן דעם דארפן מען לאזן די פאליציי אויספארשן אויב ס׳אז עפעס דא אין דעם, נישט עפעס א נייע גרופע שול שומרים
נשלח ב-30/12/2011 20:09
אלעס ווערט געטון ע"פ הוראות הרבנים און מעגליך וועט מען מקיים זיין בקרוב דעם והוקע אותם מיט נעמען אבער צו פאליציי קען מען דערווייל נישט גיין וד"ל און צי פארמאגראנט גלייב מיר יעדער פון די 3=2 משפחות האבן געהאלטן סאיז דמינות אבער מהערט און מהערט יעדן טאג נאך דיטעילס מיט נאך מעשיות
תוקן על ידי גרוינים ב- 30/12/2011 20:11:13
נשלח ב-2/1/2012 22:11
גרוינעם אזעלכע זאכן דארף האבן א נאמען פון א רב
נשלח ב-3/1/2012 07:32
רבנים האלטן מיט יעדע שריט אבער פארן ציבור צו וויסן אן אלערט דארף דער ציבור גארנישט וויסן ווער דאס איז מדארף נאר האלטן אן אויג אויף יעדן איד ובפרט עלטערע אידן און ווען מזעהט שוין עפעס וועט מען רופן פאליציי כמובן אבער צו מאכן פארשינגען נאכדעם איז שוין קאמפליצירט ווייל דאס מוז גיין דורך די אינשורענס וואס קען שאטען פאר אומשולדיגע אויך ממילא זאל מען אימעילן אינפא צום אויבנדערמאנטען אדרעס
[email protected] אבער דאס איז לגמרי נישט גורע צו רופן פאליציי ווען איינער זעהט א קלארע בילד פון רציחה וואס דאן וועט מען דעם רוצח מסדר זיין ותו לא
קיין רב וועט ברבים זיך נישט וועלן אנהייבן מיט די מאפיא וואס זענען עלול אויף רציחה, סבעסער אן קיין נעמען
נשלח ב-5/1/2012 00:25
חלום חלמתי, ואיני יודע מה הוא
נשלח ב-5/1/2012 01:15
עס הייבט זיך אן! דאס דארף דער ציבור יא וויסן און דאס נישט! די זעלבסט געריפענע שול שומרים מיט זייער אייגענע דערקלערטע רבנים וועלן שוין קער נעמען!!!! די ערגסטע וואס קען נאר זיין איז צו נעמען די זאך און די אייגענע האנט.אויב איינער זעט עפעס זאל גראד רופן די פאליציי, וד"ל....
נשלח ב-6/1/2012 04:50
טאמער וויל מען גלייבען גרוינעם שטעלט זיך א בילד דא וואס איז מבהיל על הרעיון. קומט צוגיין איינער וואס ווייסט אז עס איז דא מענטשען רוצחים וואס ווילען הרגנען מענטשען כדי צו באקומען די לייף אינשורענס. וויל ער דערווייל נישט גיין צו די פאליציי, פארוואס? ווייל דער איד, דער מיטלמאן, וואס האט געקויפט און פארקויפט, וועט אפשר אויך דארפן ליידען אויף דעם וואס ער האט געשווינדעלט מיט די געזונט איינצעלהייטען פין דער פאליסי. געוואלד!! עס האנדלט זיך רציחה! ווי נעמט מען דאס אין די אייגענע האנט? זאלען די אידען אביסעל ליידען פארדעם וואס זיי האבען ליגענעט געזאגט! ועוד, מער מסתבר איז, אז די אידען וואס הרג'נן (אויב אמת), זענען דיע וואס מען פרובירט זיי פראטעקטען, נידריגע ברואים, טאמער איז דאס שומרים, דארף מען זיי עוקר מן השורש זיין. בכלל שפילען זיי אביסעל צופיל גאט לעצטענס, מי ביקש זאת מידם. מען באצאלט די שטאדט גענוג אין שטייערען זיי זאלען האלטען פארברעכערס אין תפיסה, מען דארף נישט שומרים זאלען ראטעווען די אידישע פושעים. שומרים איז געווארען צו ראטעווען אידען פין גוים, פארברעכער, און זיי איבערגעבען פאר פאליציי, נישט זיך אריין מישען בין אדם לחבירו.
נשלח ב-29/2/2012 23:30
איך האב נישט געוואלט זאגן קיין נעמען אבער אז סאיז ארויס גערינען מוז מען מיטשרייען געוואלד!!! ווען וועל מיר אפשטעלן די רוצחים און זאליס פון הארגענען מענטשן ??? סהאט דאך דעם רב אלטר שמחה גארנישט געפעילט ארומגעגאנגען אין בתי מדרשים במסירת נפש נאך געלט מיט די אייגענע כוחות דער איד האט דאך נישט געטשעפעט קיין פליג אין לעבן און מהאט אים דערהאגעט צי טויט רח"ל! ווען וועל מיר אפשטעלן די רוצחים און זאליס פון הארגענען מענטשן ??? און ווען וועל מיר זיי אפשטעלן פון באגענבענען נפטרים נגד רצונם ונגד רצון רוב בניהם??? וואס שלאפן מיר וואס טוען מיר נישט וואס מאיז מחיוב על פי תורה???
נשלח ב-29/2/2012 23:48
אינטערעסאנט איז אז 'פונקט', און 'פערצופאל' איז גרוינים תיכף געווען אויף היידפארק און 'תיכף' געזעהן אייזיל'ס אשכול, און בלית ברירה 'תיכף' מיטגעשריגן..... ממש השגחה פרטית! * אויך א יישר כח פאר גרוינים פאר'ן נישט אויסזאגן ביז איצט אז ס'איז די רעדע פון זאלי'ס אזוי האבן מיר געקענט טראגן א שיינעם פנים אין עכ"פ ביז איצט...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.